☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קידוש לבנה דערמאנונג

קידוש לבנה דערמאנונג

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3820

שמעקעדיג » זונטאג מאי 19, 2013 5:52 pm

· #115738
קידוש לבנה דערמאנונג
אין די "ספירה דערמאנונג" אשכול האט איינער מעורר געווען אז ס'איז כדאי צו מאכן די זעלבע איידיע פאר קידוש לבנה.
איינער האלט אז ס'איז אינטרעסאנט? עס פעלט אויס יעדע חודש צו דערמאנען פאר די וועלכע יאגן זיך אוועק פון מעריב נאך אינמיטן עלינו (...) אז עס איז צייט צו מחדש זיין די לבנה?

ברסלבער » זונטאג מאי 19, 2013 5:54 pm

· #115741
איך מיין אז עס איז זייער וויכטיג, איך האב א חבר וואס שרייבט מיר אין אישי.. אז ער גייט אמאל אוועק פאר עלינו, און עס קען אים זייער גוט צוניץ קומען א דערמאנונג.

ברעט מענינג » זונטאג מאי 19, 2013 6:02 pm

· #115752
א גאנצע וואך גייט סיי ווי זיין רעגנדיג

שערי שמים » זונטאג מאי 19, 2013 6:02 pm

· #115753
אזוי ווי איר זאגט, אז ספירה קומט דאס צוניץ איז טאקע ביי קידוש לבנה קען מען דאס אויך ניצען

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 19, 2013 6:03 pm

· #115757
כ'קוק אזוי אויף דעם שערי שמים,,, ס'זעהט מיר אויס ווי ס'גייט זיין א שיינע לבנה היינט נאכט..

העלא » זונטאג מאי 19, 2013 6:41 pm

· #115774
מוצאי שבועות איז געווען א שיינע לבנה,
פרייטאג צוממאכטס איז געווען א הערליכע לבנה אבער מ'איז נישט מקדש שבת
אבער עס איז נאכנישט געווען ז' שלימים, נעכטן איז נישט געווען קיין לבנה,
לאמיר האפן אויף היינט

שערי שמים » זונטאג מאי 19, 2013 8:42 pm

· #115822
קאווע טרינקער
כ'קוק אזוי אויף דעם שערי שמים,,, ס'זעהט מיר אויס ווי ס'גייט זיין א שיינע לבנה היינט נאכט..

יא, כהאף אויך אזוי...

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 20, 2013 2:12 pm

· #116078
ברסלבער
איך מיין אז עס איז זייער וויכטיג, איך האב א חבר וואס שרייבט מיר אין אישי.. אז ער גייט אמאל אוועק פאר עלינו, און עס קען אים זייער גוט צוניץ קומען א דערמאנונג.

ווען זאל מען איהם שיקן די דערמאנונג ביי שלוש סעודות אדער נאך די שטילע שמו"ע. (פאר ויהי נועם-וא"ק(? ❓ ❗

קינות גירושין » מאנטאג מאי 20, 2013 2:28 pm

· #116083
קען איינער מאכען א מעריב דערמאנונג איך פארגעס אמאל
זענט עטץ משוגע געווארען צו וואס?
יעדער ווייסט וואס מהאט צו טאן, אטו בגרים עסקינין?

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 20, 2013 2:56 pm

· #116091
קינות פארשטייט טאקע נישט?... אדער דו מאכסט זיך?

העלא » מיטוואך מאי 22, 2013 6:53 pm

· #116900
קינות אויב דו ווילסט קען מען דיר דערמאנען צו דאווענען מעריב,
קאווע איז אפען פאר די פאבליק, מ'מעג שרייבן וואס מ'וויל, ווען מ'וויל

זר זהב » מיטוואך מאי 22, 2013 7:34 pm

· #116913
ביטע האלט אן דעם אשכול. איך פארגעס פון מאל צו מאל, און נישט אלץ ווייסיך צי מקען נאך מאכן. סוי לאז דא מעלדן ווי א לוח דעם לעצטן נאכט טשאנס. שכח

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 22, 2013 7:56 pm

· #116920
דעם חודש סיון, קען מען נאך היינט און מארגן.

קינות גירושין » מיטוואך מאי 22, 2013 10:51 pm

· #116991
העלא
קינות אויב דו ווילסט קען מען דיר דערמאנען צו דאווענען מעריב,
קאווע איז אפען פאר די פאבליק, מ'מעג שרייבן וואס מ'וויל, ווען מ'וויל

נו טקאקע דאס האב איך געטאן

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:51 am

· #117042
געמאכט קידוש לבנה. נאר די ברכה.

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:05 am

· #117048
וואו! דו ביסט קיל...

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:07 am

· #117050
חלילה, פונקט פארקערט. כ'בין מקפיד נישט צו זאגען מקרא ביינאכט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:06 pm

· #117465
ווער עס האט נאך נישט געזאגט, האט פארלוירן דעם לעצטן שאנס. אזעלכע שלאקס רעגנס!

געפילטע פיש » זונטאג מאי 26, 2013 6:54 pm

· #118141
קאווע טרינקער
געמאכט קידוש לבנה. נאר די ברכה.

דו מאכסט נאך מיט א ברכה?

שמעקעדיג » זונטאג יוני 16, 2013 9:37 am

· #125171
א גוטן חודש טייערע אידן.
איך האב נעכטן מוצ"ש געמאכט קידוש לבנה, אזוי ווי מסתמא רוב ציבור.
די וואס האבן נאך נישט מחדש געווען האבן צייט די קומענדיגע וואך, אבער די ערשטע האלב וואך הייסט פארוואלקענט און רעגענדיג.

זר זהב » פרייטאג יוני 21, 2013 5:31 pm

· #127134
היינט נאכט איז לעצטע טאג מיינעך. און מ'מעג מקדש זיין אויב ס'די לעצטע געלעגענהייט

איינער איז אין?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 18, 2013 10:19 am

· #134495
ווער עס האט נאך נישט מחדש געווען מוצאי ת"ב, איז די וואך די צייט.

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:02 pm

· #142680
די וואך איז די צייט פאר אלול.
כאפט אריין זכותים פארן יום הדין.

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 3:55 pm

· #150659
ווער עס האט נאך נישט געמאכט מוציוכ"פ קען נאך מאכן ביז סוכות.
שיינע וועטערס די וואך ב"ה.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 6:38 pm

· #175135
חודש שבט......

אפטעמיסט » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 6:42 pm

· #175137
גאש. כ'מיין זאלסט עפענען א "הלל אשכול", כ'האב ניטאמאל געוויסט אז ס'איז טבת

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 6:58 pm

· #175146
מיינסט אז איך האב יא געוואוסט?
איך בין אריין אין א סופערמארקעט און געטראפן אויסגע'שורה'ט פרוכט לכבוד 'טאאאאא בישוואט', האב איך זיך געכאפט ביים קאפ!

שמעקעדיג » מוצ"ש מערץ 8, 2014 7:56 pm

· #189386
א גוטע וואך א גוטן חודש, א פרייליכן חודש!
אידן זייט בשמחה! עס איז אדר אויף דער וועלט!

שמעקעדיג » זונטאג מאי 11, 2014 9:14 pm

· #200045
א הערליכע לבנה היינט. כאפט אריין בעוד מועד.

עפל סיידער » זונטאג מאי 11, 2014 9:27 pm

· #200049
דינסטיג נאכט איז שוין סו''ז.

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג מאי 15, 2014 11:21 am

· #200649
שמעקעדיג
אין די "ספירה דערמאנונג" אשכול האט איינער מעורר געווען אז ס'איז כדאי צו מאכן די זעלבע איידיע פאר קידוש לבנה.
איינער האלט אז ס'איז אינטרעסאנט? עס פעלט אויס יעדע חודש צו דערמאנען פאר די וועלכע יאגן זיך אוועק פון מעריב נאך אינמיטן עלינו (...) אז עס איז צייט צו מחדש זיין די לבנה?


גראדע איז דא...

TIZKOR.COM

דארט קען מען באקומען דערמאנונגען פאר אסאך זאכען. ווי קידוש לבנה... ערוב תבשילין... ספירה וכדו'

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג מאי 15, 2014 11:26 am

· #200650
אדער

TEFILLOS.COM

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 10:04 pm

· #221953
דערמאנונג פאר אלול. כאפט אריין א מצוה בעפאר די הייליגע טעג.

קדש הילולים » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 10:33 pm

· #221959
ייש״כ, פארגעסן. ס׳זאל דיר זיין צו א זכות פארן יום הדין.

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 26, 2015 8:32 am

· #269643
חודש אייר.