Let’s also discuss a group named after christian . Their irreplaceable leader left them a new book of belief. Those who believe it are free to do what they want, and go straight to heaven. But nonbeliever may learn and do mitzvoth, it won’t help them a thing, they may be called rasha amalek and be crusaded
האסט געבעטן פאר די פסיכאלאגן? סער ווי אר הער, איך וועל אנפאנגען מיט א מעשה וואס האט פאסירט ביים רי''ץ, דאכט זיך יעדער האט געהלטן פין אים, פארן קריג ווען די רי''ץ האט נאך געוואוינט אין רוסלאנד האט ער געזאגט ביים געזעגענען פאר ער איז אוועק געגאנגען אז ''עס וועט נאך קומען א טאג וואס איך וועל צוריק קומען, למעשה נאך א שטיק צייט האבן די חסידים געזעהן אז עס גייט שוין נישט געשעהן עכ''פ נישט שנעל, האבן זיי יעדן טאג גענומען א פערד אין וואגן אין איבער געמאכט דאס געזעגענונגס פין ווען די רי''ץ איז אוועק געגאנגען, אין זיי האבן געזונגען די נגונים וואס מען האט דעמאלטס געזונגען פשוט זיך צו דערמאנען, למעשה די נארמאלע מענטשן האבן אפ געלאכט פון זיי אבער צום סוף זענען טאקע נאר די אזוי גערופענע משוגעים ארויס געראטעוועט. געווארן פין אינטער די קאמוניסטישע. נעגל אין זיך צוריק פאראייניגט מיטן רבין! !,
אזוי אויך קען מען אביסל פארשטיין פשט אין די כוס של ברכה מעשה, דאס איז איין וועג צו פארענטפערן דעם ענין, נאכדעם דארף מען אביסל פארשטיין די גאנצע מהלך ביי חסידי חב''ד, קודם האט די רבי אסאך מרמז געווען וועגן דעם ענין פין משיח אין א יעדע חסיד האט געגלייבט א די רבי איז משיח, אין ביי עני אנדערע חסידות ווי מען גלייבט באמת אין רבין, נישט נאר ווען ער זאגט זאכן וואס שמעקן דיר גלייבט מען נאר אפילו דברים הנסתרים מן העין, קען מען אויך פארשטיין די חסידי חב''ד, יעצט נאמבער צוויי, די לוויה פין רבין(מערעד מיר יעצט פין הגרמ''מ ) איז געווען אסאך שנעלע אין פארנעפלטע זאכן שאין כאן מקומו להעריך, אבער א מענטש וואס וואלט מיט געלעבט יענע צייטן אין וואלט געווען א חב''ד'צקער קען נישט זיין אזוי זיכער אז ער וואלט נישט נמשך געווארן נאך די משיח'סטן, עס סענען געווען ערליכע און קלוגע וואס האבן געהלטן אז ער איז נישט נפטר געווארן, יא יא די הערסט גוט ערליכע אין קלוגע משפיעים, אז די דארפסט דווקא נעמען קען איך דיר געבן, לאמיר דא צו ענדיגן מיט א שטיקל עפיניען, וואס מן הסתם גייט עס אייך נישט שמעקן אבער דאך כקען זוך נישט איינהאלטן, כגלייב אז סאטמער וואלט נישט בעסער אויסגעקוט אין דיס סיטשאעישאן, ...!!!
קודם כל ניין ביי סאטמערע חסידים וואלט דאס קיינמאל נישט געשען, די אונגערישע מענטאליטעט לאזט קיינעם נישט גלייבן קיין נאנסענס, נישט קיין משיח, און קיין בלייבן לעבן אויף אייביג. דו ווייסט גאנץ גוט ווי אזוי סאטמאר וואלט אויסגעקוקט ווען ר' אהרן טייטלבוים שטעלט זיך איין שיינעם טאג אויף און זאגט ער איז משיח וכו..
דאס יא אבער סאיז א חסרון. און ליובאוויטש למעשה גלייבן זיי און זייער רבי'ן פאל פארס אמונת צדיקים האבן זיי. צו דו האלסט פון זייער רבי אדער צו דו האלטסט אז זייער רבי איז גערעכט אדער נישט איז נישט קיין חילוק, זיי האלטן פון אים עולמות איז נישט מער ווי נארמאל (היינט אפשר נישט אבער פאר נישט צולאנג צוריק יא) צו גלייבן יעדע ווארט פון רבין.
און מען קען זיי פרובירן צו פארשטיין אויך. איך האב אמאל געכאפט א שמועס מיט א משיחיסט און ער האט מיר מסביר געווען אזוי. פאר דיר וואס איז די וועג דו זאלסט די מערסטע זיין איבערצייגט אין אזאך? אז איך וועל עס זען זאג איך אים. זאגט ער מיר ביי מיר די זאך וואס איבערצייגט מיר די מערסטע איז די ווארט פון רבין נאכמער פון עפעס וואס איך זעה. אזוי ווי ביי דיר אזאך וואס דו זעסט נישט נאר איינער זאגט דיר עס ביסטו נישט הונדערט פראצענט איבערצייגט אפשר גלייבסטו אים אבער נישט אזוי ווייט ווי ווען דו זעסט עס. ווען דו זעסט עפעס אפילו איינער וועט זיך דינגן מיט דיר אדער אפילו די גאנצע וועלט גייט דיך אנקוקן משוגע וועסטו נישט טוישן דיין מיינונג, איך האב דיך עס געזען. ביי מיר אבער, פירט ער אויס, די רביס ווארט איז א סטעפ ווייטער ווי וואס איך זעה, אפילו איך זעה פארקערט האלט איך אז איך האב געמאכט די טעות ווייל די רבי איז זיכער גערעכט.
למעשה דו גייסט אריין אין ליובאביטש סאיז דא אסאך נארמאלע מענטשן דארט קענסט רעדן מיט זיי, זיי וועלן דיך אלעס מסביר זיין. נאר וואס ענק דינגען זיך מיט איין זאך צו ער איז ווערט צו גלייבן אזוי ווייט אין עם.
we are disscussing the true rabbis not the mimicking rabbis today that are for show.hope you dont think you are ahead of them with that די אונגערישע מענטאליטעט לאזט קיינעם נישט גלייבן קיין נאנסענס Why didnt the chsm"s bathe with his pupils
ואם בכל זאת עדיין לא יצא הספק מלבך, הנה, <a class="postlink" href="http://www.gruntig.net/2013/05/hasid-hipster-unite-beards.html">http://www.gruntig.net/2013/05/hasid-hi ... eards.html</a>
שעפעלע מיינער, איך ווייס נישט ווי אלט די ביסט אבער סאטמער האט נישט אייביג אזוי אויסגעקוקט און ר' אהרן איז נישט אייביג געווען די רשכבה''ג, מיר האבן געהאט א רבי זכיסאגענע עלינו, אין א ים פון תמימות'דגע חסידים, אין טאקע פין די אזויגערפונע אויפגעקלערטע אונארישע באטשיס( אויב די ווייסט בכלל וואס דאס מיינט באטשיס אנישט גיי מארגן אריין אין ראדני אין פרעג די אידן וואס זיצען יעדען אינדערפרי זעקסע פארטאגס ביים שיעור פין ר' שמעי' גרינבוים ) אין אויב וואלט די רבי געזאגט אז ער איז משיח גלייב מיר אינז וואלטן אויסגעקוקט ,סאאאך ערגער ווי זיי,
האסט געבעטן פאר די פסיכאלאגן? סער ווי אר הער, איך וועל אנפאנגען מיט א מעשה וואס האט פאסירט ביים רי''ץ, דאכט זיך יעדער האט געהלטן פין אים, פארן קריג ווען די רי''ץ האט נאך געוואוינט אין רוסלאנד האט ער געזאגט ביים געזעגענען פאר ער איז אוועק געגאנגען אז ''עס וועט נאך קומען א טאג וואס איך וועל צוריק קומען,...!!!
איך ווייס נישט אויב די ווייסט אז עס איז געווען א מחלוקה נאך און די צייטן פונעם מרש"ב "קאפוסט" און ווען רי"ץ האט אונגעהויבען צו פירען זענען אסאך געהויבענע אנטלאפען קיין קאפוסט
ווער עס ווייסט מער איבער די היסטאריע זאל ביטע ברענגן, און אפילו דא האב איך געהערט בשם א גדול וואס האט געזאגט אז ער האט מורא פון אים נאר בזכות פון זיינע זיידעס
היימישער, איך מיין אז דו מאכסט א שטיקל טשולענט, קאפוסט איז געווען שטארק אסאך פריער, פארקערט, ווען דער ריי"צ איז געווארן רבי איז שוין קאפוסט געווען כמעט א פארגאנגענהייט, עכ"פ זיי זענען שוין געווען היפש אויפן וועג אראפ.
אבער עס איז יא אמת אז נישט יעדער האט געהאלטן פון ריי"צ, כאטש נישט אויף דעם זעלבן אופן ווי ביי זיין איידעם.
והשנית, אז עס איז געווען שגעון ביים שווער, מיינט עס נישט אז ביים איידעם איז עס שוין נארמאל, שגעון בלייבט שגעון. און דאס איז וואס עס איז.
איך ווייס נישט וואס מען האקט דא אין קאפ אריין. ווען סאטמאר רב זאל זאגן אויף זיך אז ער איז משיח וואלטן אפשר זיינע חסידים געגלייבט, אבער נישט פופצן יאר נאך זיין טויט. און ווען ער וואלט עס געזאגט איינמאל און נאכאמאל און מרמז געווען אין זיינע מאמרים און ספרים אז די משוגעים זאלן האבן פון ווי עס צו נעמען, וואלט ער בחייו אויך נישט אנגעקומען ווי ער איז אנגעקומען.
און דאס איז לאו דוקא א שרעקליכער חסרון מצד עצמו, ווייל די רוסישע חסידים זענען געקנאטן פון אן אנדערן טייג ווי די אונגארישע. למעשה היינט, רוב רובם פון די אקטיווע משיח'יסטן זענען בעלי תשובה אדער קינדער פון בעלי תשובה. אמת, עס איז דא זייער א גרויסער ציבור אין ליובאוויטש, אפילו פון די היימישע (מיין איך דורות דורות חסידים) וועלכע גלייבן אז דער רבי איז משיח, זה בכה וזה בכה, אבער זיי זענען שטילע משיח'יסטן, די הויכע גערידער מאכערס זענען ע"פ רוב פון די בעלי תשובה. און יא ליידער, די זענען טאקע טאטאלע משוגעים. ווידער די שטילע, זענען נישט קיין קאמפליט משוגעים, והא ראי', זיי האבן נאך גענוג שכל דאס צו האלטן ביי זיך און נישט ארויסקומען דערמיט בפומבי. איי זיי האלטן ביי זיך אז זייער רבי איז משיח, נו, פארדעם זענען זיי נאך נישט אינגאנצן משוגע, נאר אביסל, פונקט ווי די אלע חסידים וועלכע האלטן אז זייער רבי איז דער צדיק בכל הדורות, ווען בסך הכל איז ער - אין בעסטן פאל - א פיינער איד וואס קאן לערנען, אדער - אין אנדערע פעלער - א פאלנער גענגסטער און דיקטאטור.
איך פארשטיי, איך וויל וויסען ווען איז געווען די מגן אבות, לויט ווי איך מיין אז רויב לובאוויטש ווייסט ניטאמאל וואס דאס איז, איך האב א חבר וואס קאכט דערין
שכוח קינות פאר דיין אינוועטעישאן, דערווייל בין איך פארנומען רעקארדירן די שיינע שמועסן וואס אנטוויקלען זיך צווישן קאווע טרינקער און תמימות'דיגע ניקס, ער וויל זיי עוואלווען אין גלאט-פרצופים'דיגע, דו האסט שוין אמאל געזעהן א בן משה א מגולח? אפשר אויף אונזער זייט סמבטיון אין זלאטשוב-נתניה-מאנסי-שפיטאל.
א וואונדער אז די פרענקלין'טע כאפט זיך צו צו א דארווענישער בארד? פון וואו האט זי געזאלט וויסן אז בנימין וועט נאך אמאל פארכאפט ווערן ביי די קורמאן'ניסטן? אזוי גייט עס ביי זיי, מען פארלייקענט מפני שיבה, איז וואס פאר א טעם קענען זיי שוין האבן אין מהדר זיין א פני זקן?
די ליבאוויטשער האבן בחיים חיותו פון זייער פריערדיגען רבי'ן, געהאלטען אז ער איז משיח,
וואס האט זיי געמאכט טראכטען אז ער איז משיח, ווייס איך נישט, קען זיין אפשר אזו ווי איינער פון די שרייבער דא האט געשריבן, ווייל ער האט אליינס אזוי געזאגט, און זיי האבן אזוי געגלייבט און אים, און אין יעדעס ווארט וואס איז נאר ארויסגעקימען פון זיין מויל,
און אז דער רבי זאגט אז ער איז משיח, וואס דארף מען נאך מער צו גלייבען אז דער רבי אז איז טאקע דער לאנג אויסגעווארטער מלך המשיח?,
איז אזוי:
לויט וואו איך ווייס האט ער קיינמאל נישט געזאגט אויף זיך אליינס אז ער איז משיח,
דער טעות נעמט זיך נאר, ווייל ער האט אזוי פול כוחות אריין געלייגט, און אמונת בביאת המשיח, אז ווען אימער זיינע חסידים האבן נאר עפעס געזינגען פון משיח, האט ער אנגעפאנגען צו מאכען הויות שונות ומשינות, מיט זיינע רמ''ח אברים ושס''ה גידיו, אלעס מיטן ציל אריין צו ברענגען און זיינע חסידים א פלאם פייערדיגע השתקקות בביאת המשיח, פון דעם איז נולד געווארן די גאנצע משיח באוועגונג.
אבער דאס איז גאנץ רעכט ווען ער האט געלעבט, אבער לאחר שעלה הרבי בסערה השמימה, מאי איכא למימר?
דער הייליגער רמב''ם זאגט און הלכות מלכים, פרק י''א:
אל יעלה על דעתך שהמלך המשיח, צריך לעשות אותות ומופתים, ומחדש דברים בעולם, או מחייה מתים, וכיוצא בדברים אלו שהטיפשים אומרים; אין הדבר כן--שהרי רבי עקיבה חכם גדול מחכמי משנה היה, והוא היה נושא כליו של בן כוזבא המלך, והוא היה אומר עליו, שהוא המלך המשיח. ודימה הוא וכל חכמי דורו שהוא המלך המשיח, עד שנהרג בעוונות; כיון שנהרג, נודע שאינו משיח, ולא שאלו ממנו חכמים, לא אות ולא מופת.
אויף יודיש: אז אפי עס קימט עמיצער מיט אלע סימנים פון משיח, אבער ער ווערט געהארגעט, איז א סימן אז ער איז נישט משיח, נו? אז דער רבי לעבט נישט מער, איז דאך א סימן אז ער איז נישט משיח, ניין?
זאגן זיי דער רבי לעבט יא:
נא זאגן אויף א בר מינן אז ער לעבט, דארף מען זיין אביסל צושרויפט, מילד גערעד,
איין מאל ווען דער רבי איז אריין געקימען לאחר פטירתו צו מינחה אום 3:00 נ''מ כדרכו, און די חסידים האבן געזינגען מיט אן התלהבות יחי אדונינו מלך המשיח לעולם ועד, איז געווען א חסיד א באגאבונד, וואס האט אריין געשטעקט א פוס פארן רבי'ן, אז דער רבי דער מלך המשיח אליין זאל זיך חלילה איבערקערן.
דאס האט נאר אויסגעפעלט, די חסידים זענען צו אים צוגעלאפן און געוואלט אים מקיים פסק זיין, וואו דער דין איז, ווען איינער איז א מורד במלכות בית דוד,
דער חסיד האט געזען און וועלעכע מצב ער איז אריין געפאלן, כי כלתה עליו הרעה, האט ער זיך גענימען שרייען, איידער איז זענט מקיים פסק מיט מיר, און איר פארשיקט מיר לעולם שכילו טוב, גייטס קודם און הייבט אויף דעם רבי'ן וואס ליגט נעבאך אויסגעשטרעקט אויף די פאדלאקע באין אונים, ואין רואים את המלך בנווילו,
There was a rabbi in jerusalem that gave his late father an aliya every shabbas mincha . When the bais yisroel heard of it he asked, why does he never get hagbah.
ביסט אפשר גערעכט, אבער איך רעד ניטאמאל פון פארשטיין זיך, כ'רעד נאר פון אביסל "אפדעיטן" די דעות וואס מ'האט בנוגע ליובאוויטש און נישט בלייבען ווי קליינע קינדער. נישט אנדערש ווי ווען עס קומט צו אנדערע זאכען
שעפעלע מיינער, איך ווייס נישט ווי אלט די ביסט אבער סאטמער האט נישט אייביג אזוי אויסגעקוקט און ר' אהרן איז נישט אייביג געווען די רשכבה''ג, מיר האבן געהאט א רבי זכיסאגענע עלינו, אין א ים פון תמימות'דגע חסידים, אין טאקע פין די אזויגערפונע אויפגעקלערטע אונארישע באטשיס( אויב די ווייסט בכלל וואס דאס מיינט באטשיס אנישט גיי מארגן אריין אין ראדני אין פרעג די אידן וואס זיצען יעדען אינדערפרי זעקסע פארטאגס ביים שיעור פין ר' שמעי' גרינבוים ) אין אויב וואלט די רבי געזאגט אז ער איז משיח גלייב מיר אינז וואלטן אויסגעקוקט ,סאאאך ערגער ווי זיי,
איז טראב נישט איבער די זאך,
נישט נאר דאס, נאר מען האט אזוי געפלאנט צו מאכן פון אים נאך זיין הסתלקות, די שטוב מענטשן וואס האבן נישט געוואלט דעם ברך משה, נאר די שטוב זאל ווייטער פירן, האבן געוואלט בויען א ריזן אוהל, און דארט מאכן חאלאקעס, א ביהמ"ד, מאכן דארט ברית'ן וכו' וכו', אין שול האט מען געלייגט א טעוועלע, בקיצור מען האט נישט געהאלטן צו ווייט פון דארט לולא משה בחירו עמד בפרץ
* אגב וואס איז די מעשה מיט די קאפס פאר כוס של ברכה? מען נוצט שוין די זעלבע קאפס די לעצטע צוואנציג יאר, אדער יעדע מאל נייע, איך מיין ס'ווערט דאך סיי ווי נישט שמוציג וואס קען מען עס נישט איבערנוצן
סיז מיר מורהדיג שווער צי קיקען אויף דעים יו טוב קליף ממש מעלה גירה געוועין דעים פרישטאג, א התגלות הפנימיות
עפעס א אויסער געוועינליכע איבל קימט אפיר, אין איך ווער פיל מיט האס אין כעס, אין עפעס שלעכטע מחשבות קימען אפיר, איך פראביר די הכנעני החתי פראגראם, אין עס האט נישט קיין איינפלוס אויף מיין של ראש..
איך וויל נישט טראכטען אז אנטי לבאוויטש אין אנטי סעמיטיזם איז איינס, איך האף אז נישט, אבער איך האב נאך נישט גענוי דעים חיליק
צי מדמה זיין די עלטערע חסידי סטמאר מיט די לבאוויטשע איז אבסורד
מיר האבען קיינמאל נישט געטיען אין מיסיאן
מיר האבען נאר כסדר פארענטפערט אינזערע דרכים א שטייגער ווי נטרינא אין אידיש ריספאנס דאט קאם
מיר האבן בסדר פארלאנגט מיר זאלען נהנה זיין פין דעים אמעריקאנער חלום, וואס ריפט זיך פרידאם אף רעליגיא
אין אז מיר פראטעסטירן קעיגן אויפגראבען קברים, איז לכאורה אויך בארעכטיגט, העט וועין א נוצרי נישט פראטעסטירט וועין ער זעיט די געביין פין זיינע איר עלטערען כדומם על פני השדה
זינגען ליהידים אין ונהפוך אין יעדע עק פין די וועלט, וואלט מען שוין געמעיגט אויסוואקסן, אדער כאטש אראפגעריסען ווערן דורך רוב כלל ישראל, אבער זיי פייפן אויף די וועלט ממילא.