☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » להסיר מכשול אשכול

להסיר מכשול אשכול

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3795

ידען » דינסטאג מאי 14, 2013 6:04 pm

· #115101
להסיר מכשול אשכול
א סאך מאל איז דא צעטלעך וואס מע איז מעורר אויף פארשידענע זאכן און נישט אלע מאל איז אינטערעסאנט א נייע אשכול, מאך איך מיך די אשכול פאר ווען איך יאג מיך אריין לייגען א צעטעל וואס קען זיין אינטערעסאנט.

איינער איז מעורר וועגען ווידיא אויף די עראפלאנען
📎 עראפלאן .png

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 14, 2013 6:10 pm

· #115106
אויף דעם זאגט מען דאך אז אין הימל מעג מען וואטשן ווייל "תורה לא בשמים היא"..

ידען » דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:43 am

· #117169
וואס איז שלעכט מיט לאנגע פאנדעדעלעאיוס?
📎 Duster.jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:46 am

· #117170
ידען
וואס איז שלעכט מיט לאנגע פאנדעדעלעאיוס?


ווייל די עסקנים קענען נישט זעהן אויב מען גייט דורכזיכטיגע שטרימפ, און צו די מיידלעך גייען ווייסע טייטס שבת.

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 23, 2013 2:34 pm

· #117307
"אויסגעהאלטן" הער איך, You're entitled to your opinion, אבער "נישט ערלויבט"? ווער האט דיך געפרעגט?

ידען » מיטוואך יוני 12, 2013 12:03 am

· #124196
דערווייל איז עס נאר סטראשע
📎 Point.jpg

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 12, 2013 12:13 am

· #124203
Wow, די שכנים געדענקען נאך ווי די אנשי דור המבול האבן אויסגעזעהן... שוין געווען דעמאלטס jeans?

דעת תורה » מיטוואך יוני 12, 2013 12:33 am

· #124215
שכנים האבן א לעגיטימע רעכט צו פארלאנגען אפצוהיטן דעם צביון, דעם אויסזען פון די געגנט.

סאפאוס מען רעדט דא פון די פרייע איינוואוינער אין קרית יובל, ירושלים וואס פרובירן צו פרעזערווירן זייער געגנט לויט ווי זי איז אלס געווען.

פרישער » מיטוואך יוני 12, 2013 12:50 am

· #124222
וואס האט איצט פאסירט אז מען ברויך מאכען א זעקה גדולה ומרה

אולי האט עס ציטיען מיט די חתונה פין איינס פין די בעלי בתים

אויך איז דא שארפע רייד פין די פארווייטיגטע שכינם

אגב וואס זענען די שאנסען אז דעיס איז נישט קיין פארווייטיגטע שכינם נאר איין טעראריסט

אביגדור » מיטוואך יוני 12, 2013 10:35 am

· #124294
כל פעל ד' למענהו.

קרעקער » מיטוואך יוני 12, 2013 2:14 pm

· #124368
ער זאל בעסער וואטשען ווייל די חברה זענען עלול צו פארברענען דעם האטעל אינמיטען שבת

דעת תורה » מיטוואך יוני 12, 2013 2:16 pm

· #124369
עס ווענדט זיך צי די שכנים האבן א טענה על פי דין.

און צומאל מעג מען אפילו טון פעולות אויכעט, עביד אינש דינא לנפשיה.

שעפטל » מיטוואך יוני 12, 2013 2:24 pm

· #124371
קאן זיין אז ס'באלאנגט נישט דא, אבער דעס מיז זיין מער א פרעזענדליכע געפעכט (א שטייגער ווי די שטערן/מצליח) ווייל פארוואס האט קאונדאר נישט געהאט די זכי' צו באקומען די געשריי?

ממרום שלח אש » מיטוואך יוני 12, 2013 3:33 pm

· #124394
שעפטל
קאן זיין אז ס'באלאנגט נישט דא, אבער דעס מיז זיין מער א פרעזענדליכע געפעכט (א שטייגער ווי די שטערן/מצליח) ווייל פארוואס האט קאונדאר נישט געהאט די זכי' צו באקומען די געשריי?


שוין ווייטער מיט קאנספיראציעס, אפשר זענען די קאנדאר שכינים פשוט נישט אזוי "מייקראסאפט ווארד" סעווי.

אביגדור » מיטוואך יוני 12, 2013 4:32 pm

· #124410
רק אם ברור היזיקא.

געפילטע פיש » מיטוואך יוני 12, 2013 6:09 pm

· #124448
וואו איז די מענטשענס שכל? ווי לאנג גייט נעמען ביז שמריה טייטשט איבער די צעטיל אז אורטאדאקסישע אידן פארלאנגען פון א האטעל נישט צו פארדינגען פאר גוים? חברה, ס'נישט קיין הפקר וועלט ענימאר, ס'דא היינט א אינטערנעט!

נולד מאוחר » מיטוואך יוני 12, 2013 10:03 pm

· #124502
געפילטע, נעקסט טיים זאג אל תפתח. סגעפעלט מיר ער נעמט פון אונזער שטיבעל און לייגט אריין זיין וואטער מארק.failedmessiah.typepad.com/failed_messiahcom/2013/06/hasidim-attack-hotel-for-bringing-immodesty-to-williamsburg-456.html

ידען » מיטוואך יוני 12, 2013 11:02 pm

· #124513
נולד מאוחר
געפילטע, נעקסט טיים זאג אל תפתח. סגעפעלט מיר ער נעמט פון אונזער שטיבעל און לייגט אריין זיין וואטער מארק.failedmessiah.typepad.com/failed_messiahcom/2013/06/hasidim-attack-hotel-for-bringing-immodesty-to-williamsburg-456.html

סע קען זיין אז ער האט עס באקומען פון ווי איך האב עס באקומען.

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 12, 2013 11:28 pm

· #124516
פרישער
וואס האט איצט פאסירט אז מען ברויך מאכען א זעקה גדולה ומרה

אולי האט עס ציטיען מיט די חתונה פין איינס פין די בעלי בתים

אויך איז דא שארפע רייד פין די פארווייטיגטע שכינם

אגב וואס זענען די שאנסען אז דעיס איז נישט קיין פארווייטיגטע שכינם נאר איין טעראריסט

און ווען הרה"צ הגהקוה"ט ישראל מ. סופר סטראשעט (אויף די שפאלטן פון די צייטוונג) די אייגנטומער פון געשעפטן אויף ליע עוו -- וועלכע לאזן די לעקטערס אין די דיספלעי ווינדאוס ברענען איבער שבת-- אז "מ'וועט אננעמען שטרענגערע מיטלען" אויב זיי וועלן נישט פאלגן. דאס איז בעסער???!!!

פרישער » מיטוואך יוני 12, 2013 11:59 pm

· #124525
סארי, איך ליין נישט קיין צייטינגען מחמת מיעס

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:22 am

· #124579
ידען
נולד מאוחר
געפילטע, נעקסט טיים זאג אל תפתח. סגעפעלט מיר ער נעמט פון אונזער שטיבעל און לייגט אריין זיין וואטער מארק.failedmessiah.typepad.com/failed_messiahcom/2013/06/hasidim-attack-hotel-for-bringing-immodesty-to-williamsburg-456.html

סע קען זיין אז ער האט עס באקומען פון ווי איך האב עס באקומען.

איך האב געזאגט אל תפתח און געמאכט א פייג אין די בעק, אבער ס'האט זיך ארומגעדרייעט איבעראל פארדעם.

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 14, 2013 4:29 pm

· #125051
קרעקער
ער זאל בעסער וואטשען ווייל די חברה זענען עלול צו פארברענען דעם האטעל אינמיטען שבת

ס'נאך ארגער. ר'האט פייער אינשורענס.