☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ד' אמות של אדם קונה לו

ד' אמות של אדם קונה לו

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3793

קינות גירושין » דינסטאג מאי 14, 2013 2:34 pm

· #115030
ד' אמות של אדם קונה לו
די גמרא זאגט אז מ'האט מתקן געווען אז ד' אמות של אדם קונה לו, ווייל טאמער נישט, ווען צוויי אידען וועלן צוזאמען זעהן א מציאה וועלן ביידע שנעל לויפן צו קענען כאפען די מציאה און מוועט זיך קריגען ווער סהאט עס קודם געכאפט וועט ארויסקומען פון דעם א מחלוקה.

איז מיר שווער, וואס האבען יעצט חז"ל אויפגעטון מיט די תקנה, יעצט וועלן זיי זיך קריגען ווער ס'איז קודם אריינגעקומען אין די ד' אמות, ואדרבה ס'איז אסאך שווערער צו דיטעקטען ווער ס'איז באמת קודם אריין אין די ד' אמות.

די שאלה איז פון וואס רעדט מען דא פון 2 מענטשן וואס ווילן זאגען די אמת אדער פון 2 ליגענערס? אויב רעדסטו פון אמת'דיגע מענטשען איז דאך ענדערש אז מ'זאל עס לאזען ביי די דין תורה, און אויב רעדט מען פון ליגנערס (און מ'וועט גלייבען די עדות וואס האבען גזעהן די מעשה) איז יעצט מיט די תקנה איז נאך שווערער צו מברר זיין די אמת? 

מאטי » דינסטאג מאי 14, 2013 3:01 pm

· #115038
מ׳רעדט ווען ס׳איז זייער דקות׳דיג און יעדער מיט רעכט טענה׳ט אז ער האט דאס פריער געזען קוק נאך די גמרא אין בבה מציעא אויפן פלאץ

קינות גירושין » דינסטאג מאי 14, 2013 4:17 pm

· #115057
האלסט טאקע אז איך האב נישט געקוקט אין די גמ, די לעצטע 15 יאר האב איך געפרעגט די קשיא צענדליגע תלמידי חכמים און מאיז קיינמאל נישט ארויסגעקומען מיט א קלארקייט, קיין איינע פון די מפרשים רעדן נישט פון די נקודה

דו ענפערסט נישט גארנישט,
ווייל די זאגסט אז מרעדט פון אמתדיגע מענטשען און יעדער מיינט באמת אז ער האט עס געזעהן קודם מאיז נישט קונה מיט ראיה לויט די תקנה דארף מען זיין אין די ד׳ אמות כדי לקנותו

קינות גירושין » מיטוואך מאי 22, 2013 1:55 pm

· #116773
איך אפיל צום עולם פליז דאנט איגנאר מי
דעס באדערט מיך שוין יארען לאנג
איך בעט ענק נעמט די מי אין מאכטס מיר קלאר
אז נישט גיי איך צו אייוועלט.......
(איינער דשרעקט זיך?) 

קינות גירושין » מיטוואך מאי 22, 2013 10:36 pm

· #116986
איך מוז האבען א תירץ אויף מיין קשיא

איחוד פעלד » מיטוואך מאי 22, 2013 10:47 pm

· #116988
פאלג מאטי, און קוק נאך די גמרא וועסטו פארשטיין. היות אבער די טענה'סט אז די האסט שוין נאך געקוקט לאמיר דיך מסביר זיין.


(38) תלמוד בבלי מסכת בבא מציעא דף י/א
שנה ראה את המציאה ונפל עליה ובא אחר והחזיק בה זה שהחזיק בה זכה בה: גמרא אמר ריש לקיש משום אבא כהן ברדלא ארבע אמות של אדם קונות לו בכל מקום [מאי טעמא] תקינו רבנן דלא אתי לא

ווען איינער זעהט א מציאה אין די גאס, און לייגט ארויף זיין פיס, אדער פאלט ארויף דערויף, איז ער עס נישט קונה, ווייל ער האט נישט געמאכט א קנין, און ממילא טאמער וועט א צווייטער קומען און דאס ארויסשלעפען פין אונטער אים, און עס קונה זיין מיט הגבהה, וועט עס זיין דער צווייטערס.

ממילא וועלען זיי זיך אנהייבען קריגען, איינער וועט טענה'ן עס איז מיינס איך האב עס ערשט געכאפט, דער צווייטער וועט טענה'ן די האסט אבער נישט געמאכט קיין שום קנין. דער ערשטער וועט טענה'ן ביסט א גנב ברשות התורה, און דער צווייטער וועט טענה'ן עס איז נישטא אזא מושג.

בקיצור זיי וועלען האבען א פייט.

האבען די חכמים מתקן געוועהן א גרינגע קנין, פין ד' אמות, אזוי אז מען זאל נישט דארפען זיין קיין טעקניקאלע תלמיד חכם אין די גדרים פין קנין, און מען זאל זיך נישט קריגען.

כלומר, וואס בין איך דיך מסביר? א מחלוקת וואס מען זוכט דא אויסצומיידען איז, ווען דער ערשטער איז עטיקלי גערעכט און דער צווייטער איז הלכה'דיג גערעכט.

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 22, 2013 10:51 pm

· #116992
מתוקן, ההערה נמחקה.

קינות גירושין » מיטוואך מאי 22, 2013 10:59 pm

· #116999
די קשיא איז מיר שוין שווער פון די 17 יאר גארנישט מיט קיין פריקין שידוך צוטאן
איחוד, פון וואס רעדט מען דא פון מענטשען וואס קענען הלכות קנינם אדער פון מענטשען וואס קענען נישט נאר פראסטע ע״ה, ועוד רעדסטו פון אמתדיגע מענטשען וואס גייען פונקטלעך פארציילען די מציאת הדברים אדער פון מענטשען וואס וועלן נאכדעם אויף טראכטען נייע מעשיות און זאגען ליגענט???
טראכט איבער וועסטו זען אז די האסט גארנישט אויף געטון מיט די תקנה, וואלסט עס געקענט לאזען ביי די דין תורה
(סאיז גוט אז די ליינסט נאכאמאל איבער מיין ערשטע תגובה) 

איחוד פעלד » מיטוואך מאי 22, 2013 11:13 pm

· #117007
קינות גירושין
די גמרא זאגט אז מ'האט מתקן געווען אז ד' אמות של אדם קונה לו, ווייל טאמער נישט, ווען צוויי אידען וועלן צוזאמען זעהן א מציאה וועלן ביידע שנעל לויפן צו קענען כאפען די מציאה און מוועט זיך קריגען ווער סהאט עס קודם געכאפט וועט ארויסקומען פון דעם א מחלוקה.

 



דער חלק מאכסטו אויף אליין, עס שטייט נישט אזוי אין דער גמרא.

והעיקר כמו שאמרתי, אז די וועסט פאלגען אין נאך קוקען וועסטו זעהן אז עס שטייט אז איינער פאלט אויף דעם ארויף, און דער צווייטער שלעפט עס ארויס און מאכט אויף דעם א קנין.

קינות גירושין » מיטוואך מאי 22, 2013 11:45 pm

· #117015
איחוד, אויב רעדסטו פון מענטשען וואס קענען נישט קיין הלכות קנינים פון ווי וועלן זיי וויסען אז דער וואס האט ערשט אריין גטרעטן אין די ד אמות איז עס קונה? און אויב רעדסטו פון מענטשען וואס קענען יא די הלכות קענסטו עס שוין לאזען ביי די דין תורה?

איחוד פעלד » מיטוואך מאי 22, 2013 11:59 pm

· #117021
קינות גירושין
איחוד, אויב רעדסטו פון מענטשען וואס קענען נישט קיין הלכות קנינים פון ווי וועלן זיי וויסען אז דער וואס האט ערשט אריין גטרעטן אין די ד אמות איז עס קונה? און אויב רעדסטו פון מענטשען וואס קענען יא די הלכות קענסטו עס שוין לאזען ביי די דין תורה?



מיינע ווערטער פריער.

ממילא וועלען זיי זיך אנהייבען קריגען, איינער וועט טענה'ן עס איז מיינס איך האב עס ערשט געכאפט, דער צווייטער וועט טענה'ן די האסט אבער נישט געמאכט קיין שום קנין. דער ערשטער וועט טענה'ן ביסט א גנב ברשות התורה, און דער צווייטער וועט טענה'ן עס איז נישטא אזא מושג.

בקיצור זיי וועלען האבען א פייט.

האבען די חכמים מתקן געוועהן א גרינגע קנין, פין ד' אמות, אזוי אז מען זאל נישט דארפען זיין קיין טעקניקאלע תלמיד חכם אין די גדרים פין קנין, און מען זאל זיך נישט קריגען.

כלומר, וואס בין איך דיך מסביר? א מחלוקת וואס מען זוכט דא אויסצומיידען איז, ווען דער ערשטער איז עטיקלי גערעכט און דער צווייטער איז הלכה'דיג גערעכט.


לאחר המעשה איז דער ערשטער מודה ער האט נישט געמאכט קיין קנין המועיל, אבער די מחלוקת בלייבט כאמור. ווייל דער צווייטער טוט א שטיקעל עוולה.

משל למה"ד, אין אר"י איז געוועהן א מעשה אז איינער האט מפקיר געוועהן זיין געלט אין כולל פאר א סיבה (איך געדענק נישט די סיבה, צו ווייל ער האט געוואלט אונטער שרייבען פאר גאווערנמענט אז ער איז ארים וכדומה), איז געגאנגען א חבר הכולל איז האט צוגענומען זיין הוט גמרא וכו', און האט נישט געוואלט צוריק געבען.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:14 am

· #117025
דלא ליתי לאינצויי מיינט נישט אז מען וועט זיך קריגן ווער עס האט עס קודם געכאפט, עס מיינט אז זיי וועלן זיך שלאגן אויפן חפץ כדי צו מאכן א קנין דערויף - א מציאה איז מען נישט קונה מיט'ן אנרירן, מען דארף מאכן א קנין בפועל, הגבהה, משיכה וכו'.

האט מען מתקן געווען אז ד' אמות קונות, איז נישט דא אויף וואס זיך צו קריגן, ווער עס קומט אהן קודם ער איז עס קונה, ושלום על ישראל.

קינות גירושין » דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:57 am

· #117044
ונבנתה איך האב אויך אזוי גלערנט ווי דיר, מיר איז אבער שווער זיי וועלן זיך יעצט קריגען ווער סאיז אריין קודם און די ד אמות, סאיז זייער שווער צו דיטעקטין ווער סהאט קודם אריין געטרעטן אין די 8 פיס ( מרעדט דאך אז די צוויי זענען געווען גאנץ נאנט) 

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:00 am

· #117045
די גמרא אין גיטין ע"ח סוף ע"א זאגט אז מען קען יא וויסן.

מאטי » דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:11 am

· #117054
קינות איך זע די פארפירסט אזוי קעגן דעם ד אמות של אדם קונה לו. צו ווייסטו אז דער ד׳ אמות של אדם קונה געט א רעכט פארן מאן צו ווארפן א גט צו זיין פרוי בדרך בזיון און ער מוז עס נישט אריינלייגן בדרך כבוד אין איר האנט אריין? שטעל דיך פאר ?? יעצט רעספעקטירסטו שוין אביסל מער דער הלכה?

קינות גירושין » דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:59 am

· #117115
האהא פרעג נישט וואס סהאט זיך אפגעטאן ביי מיין גט ממש א באל געים
לצנות און זייט, איך זעה באמת נישט וואס די תקנה פעלט אויס/העלפט לאמער געבן א קוק און די גמ און גיטין

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:24 am

· #117137
קינות פלאג זיך נישט צופיל. אויב קענסטו ממש נישט טרעפן קיין פאסיגן תירוץ, זאג תיקו און קייזער.

קינות גירושין » דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:47 am

· #117172
שמעקי איך האב שוין אסאך תלמיד גלערנט און מיין לעבן איך האב שוין אסאך נישט פארשטאנען אין געגאנגען ווייטער
אבער פאר סאם ריזען קען איך דעס נישט אפלאזען סדרייט זיך מיר שוין אין קאפ 15 יאר און קיינער קען מיר דאס נישט ענטפערן (איך האב שוין נאכגעקוקט אין ״אלע״ מפרשים) איך מוז פארשטיין פארוואס אונזער קלוגע חכמים האבען געמאכט א תקנה וואס טוט גארנישט אויף, אדרבה סמאכט נאך שווערער ווייל סאיז זייער שווער צו וויסען ווער סהאט ערשט אריין געטרעטן און די ד אמות,
איך ריפיוז צו זאגען תיקו  

קינות גירושין » דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:55 am

· #117173
ונבנתה העיר
די גמרא אין גיטין ע"ח סוף ע"א זאגט אז מען קען יא וויסן.

דא האסטו די לשון הגמ׳
גמ' היכי דמי קרוב לה והיכי דמי קרוב לו אמר רב ארבע אמות שלה זהו קרוב לה ארבע אמות שלו זהו קרוב לו היכי דמי מחצה על מחצה אמר ר' שמואל בר רב יצחק כגון שהיו שניהן עומדין בארבע אמות וליחזי הי מינייהו קדים וכי תימא דאתו תרוייהו בהדי הדדי והא אי אפשר לצמצם אלא אמר רב כהנא הכא בח' אמות מצומצמות עסקינן
סך הכל זאגט די גמ אז סאיז נישט מעגלך פאר צוויי מענטשען אריין צו גיין אין די זעלבע רגע און די ד אמות, איך בין מודה צודעם
אבער למעשה וועלן מיר אונז נישט וויסען ווער סאיז אריין קודם (און במקרה אז זיי זענען אמתדיגע מענטשען ווייסען זיי אויך נישט)

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 23, 2013 3:35 pm

· #117324
קינות, קודם כל פארגעס 'ליגנט' - מען רעדט נישט פון קיין שקרנים.

די גמ' אין גיטין זאגט ולחזי הי מינייהו קדים, דהיינו זאל מען קוקן ווער עס איז קודם אריין אין די ד' אמות, וכי תימא אז זיי זענען געקומען צוזאמען, אי אפשר לצמצם, און מען קען אייביג 'וויסן' ווער עס איז קודם אריין.

שטימט?

קינות גירושין » דאנערשטאג מאי 23, 2013 3:45 pm

· #117328
טראכט אריין א מציאות, צוויי מענטשען וואקען צוזאמען, אין פלוצלינג זעהן זיי פונדערווייטענס א גאלדענע רענדל ליגען אויף דער ערד, וועלן זיי ביידע שנעל לויפען און טרייען צו כאפען די זאך און וועלן קונה זיין, און פלוצלינג ווען מוועט אנקומען צו פונקטלעך 8 פוס וועט איינער בלייבען שטיין, בומס, די האסט ערשט אריין געוואקט און די האסט עס קונה געווען ...איט דאזענט מעיק סענס אז מרעדט פון אזא מציאות דוקא
אויב רעדסטו יא פון אזאלכע גראדע מענטשען קענסט עס לאזען ביי די דין תורה און סוועט שוין נישט זיין קיין מחלוקה 

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 23, 2013 4:00 pm

· #117331
איך כאפ נישט פונקטליך וואס דו מיינסט מיט דעם אז זיי שטעלן זיך אפ, זיי דארפן זיך נישט אפשטעלן, פון די גמ' גיטין זעה איך אז ווען צוויי מענטשן שטייען שוין אין די זעלבע ד"א ווייסן זיי ווער עס איז אנגעקומען קודם און ממילא זענען די ד"א זיינע.

יידל » דאנערשטאג מאי 23, 2013 5:47 pm

· #117368
קינות אפשר איז די מעשה ווען די אבידה איז געווען אין די ד' אמות פון ראובן בעפאר ער האט עס באמערקט. פלוצים זעט ער שמעון לויפט אים אנטקעגן און ער כאפט זיך אז שמעון לויפט כאפן דעם אבידה. שנעל גיט ער זיך א בייג אראפ כאפן דעם אבידה און אין די זעלבע רגע כאפט עס שמעון אויך. שמעון טענה'ט אז ער האט עס קודם באמערקט, ראובן טענה'ט אז ער האט עס קודם געכאפט. און אזוי שלאגן זיי זיך ביז די חכמים האבן גע'פסק'נט: ד' אמות של אדם קונות לו. ס'איז ראובן'ס.

קינות גירושין » פרייטאג מאי 24, 2013 1:34 am

· #117517
יידל, מדין תורה אויב ראובן באמערקט עס נישט און שמעון איז געלאפען כאפען קודם האבן עס נאך קיינער נישט קונה געווען דער וואס גייט עס קודם אויף הייבען ער וועט עס ערשט קונה זיין, ס״ה טענהסטו אז בשעת שמעון וועט וועלן קונה זיין וועט ראובן אויך מאכען א קנין אין די זעלבע רגע, דעמאלס קען דאך זיין א מעשה אז ראובן און שמעון קומען צווואקען לעבן א אבדה און ביידע וועלן אריין גיין און די ד אמות אין די זעלבע רגע וועט דאך ווייטער זיין מחלוקת
(איך נעם אן אז די רעדסט פון אמתדיגע מענטשען נישט קיין ליגענערס)

קינות גירושין » פרייטאג מאי 24, 2013 1:39 am

· #117518
ונבנתה העיר
איך כאפ נישט פונקטליך וואס דו מיינסט מיט דעם אז זיי שטעלן זיך אפ, זיי דארפן זיך נישט אפשטעלן, פון די גמ' גיטין זעה איך אז ווען צוויי מענטשן שטייען שוין אין די זעלבע ד"א ווייסן זיי ווער עס איז אנגעקומען קודם און ממילא זענען די ד"א זיינע.

כהאב געמיינט צו זאגען גייען זיי זיך דען אפשטעלן? ניין! זיי קומען דאך צו וואקען פון אינדערויסען פון ד ד אמות אריין צו די ד אמות בערך אין די זעלבע צייט ממילא איז דא שווער צו וויסען ווער סהאט קודם אריין געטרעטן און די רשות.
(סמאכט נישט קיין סענס אז די תקנה איז נאר געמאכט געווארן ביי א פאל ווי די זאגסט אז איינער איז שוין געווען לאנג און די רשות און נאר יעצט קומט א צווייטער צו וואקען)

ונבנתה העיר » פרייטאג מאי 24, 2013 1:48 am

· #117526
די גמ' זאגט אז אפי' זיי קומען ביידע בהדי הדדי ווייסט מען נאכאלץ.
קינות גירושין
(סמאכט נישט קיין סענס אז די תקנה איז נאר געמאכט געווארן ביי א פאל ווי די זאגסט אז איינער איז שוין געווען לאנג און די רשות און נאר יעצט קומט א צווייטער צו וואקען)

איך האב דאס נישט געזאגט.

קינות גירושין » פרייטאג מאי 24, 2013 1:53 am

· #117529
די גמ זאגט נישט אז מווייסט ווער סהאט ערשט אריין גטרעטן
די גמ זאגט אז סאיז נישט מעגליך אז צוויי מענטשען זאלען אריין טרעטן אין די זעלבע רגע

ונבנתה העיר » פרייטאג מאי 24, 2013 2:08 am

· #117535
נו, אויב מען ווייסט נישט איז דאך גוט פארוואס די משנה זאגט אז עס איז א ספק גט, איז וואס פרעגט די גמ'?

דער אמת איז אבער אז תוס' אויף ע"ב פרעגט פארוואס די גמ' ענטפערט נישט טאקע דיין פשט, אז די משנה רעדט זיך ווען מען ווייסט נישט עיי"ש מה שתירצו, קומט אויס עכ"פ אז עס איז דא אמאל וואס מען ווייסט נישט.

בכל אופן זעהט עס מיר אויס ווי א גלאטער מהלך, ואי משום אמאל וועט מען נישט וויסן איז נאכנישט עק וועלט, ולא גרע משנים אוחזין בטלית.

קינות גירושין » פרייטאג מאי 24, 2013 8:36 am

· #117562
איך פארשטיי נישט וואס סהאט יענע גמ צו טון דא מיט מיין קשיא, מיין שאלה איז וואס האבען די חכמים אוף געטון מיט די תקנה מגייט זיך גארנישט ווייניגער קריגען ווי אויב מוואלט נישט געמאכט די תקנה, ווייל מגייט נישט וויסען ווער סאיז ערשט אריין אין די רשות, אין אויף דעם ענפערט ונבנתה אז וואס?

איחוד פעלד » פרייטאג מאי 24, 2013 8:44 am

· #117564
קינותעל

איך האב מיר גענומען דער מיה צו פארענטפערען דיין קשיא, און די פשוט איגנארירסט מיר כאילו לא אמרתי כלום.

מעגסט דיך שעמען........

איך פארשטיי אז א קשיא פין זיבעצען יאר לאזט נישט נאך לייכט, אבער דאך...

בדחן » פרייטאג מאי 24, 2013 10:00 am

· #117579
איך פארשטיי נישט די קשיא, ד אמות של אדם איז - לויט ווי אזוי איך פארשטיי עס - נישט א תקנה ספציעל אויף א פראבלעם פון א מחלוקה ווער עס קומט אן בעפאר צו א פלאטץ,

ד אמות קונה איז א יסוד ווי אימער אפילו ווען עס איז נישט אינוואלווד צוויי מענטשן דערין, עס איז דרך פון קנין וואס איז נוגע כסדר, און פינקט ווי ביי יעדע הלכה אין ש״ס קען דא אויך ווערן א טענהריי צווישען צווי מענטשן ווער עס איז געווען מוחזק בעפאר, ד אמות איז נישט קיין סעלשעון פאר א פראבלעם, עס איז א הלכה וואס דערויף קען טייל מאל ווערן א סכסוך.

קינות גירושין » פרייטאג מאי 24, 2013 11:29 am

· #117613
בדחן
איך פארשטיי נישט די קשיא, ד אמות של אדם איז - לויט ווי אזוי איך פארשטיי עס - נישט א תקנה ספציעל אויף א פראבלעם פון א מחלוקה ווער עס קומט אן בעפאר צו א פלאטץ,

ד אמות קונה איז א יסוד ווי אימער אפילו ווען עס איז נישט אינוואלווד צוויי מענטשן דערין, עס איז דרך פון קנין וואס איז נוגע כסדר, און פינקט ווי ביי יעדע הלכה אין ש״ס קען דא אויך ווערן א טענהריי צווישען צווי מענטשן ווער עס איז געווען מוחזק בעפאר, ד אמות איז נישט קיין סעלשעון פאר א פראבלעם, עס איז א הלכה וואס דערויף קען טייל מאל ווערן א סכסוך.

איך פארשטיי אז מהאט דוקא מתקן געווען די תקנה וועגן מזאל זיך נישט קומען קריגען, סאיז יא ספציעל אויף א פראבלעם פון א מחלוקה, איז נישט אזוי משמע פון די גמ אין בב״מ?

קינות גירושין » פרייטאג מאי 24, 2013 11:32 am

· #117614
איחוד פעלד
קינותעל

איך האב מיר גענומען דער מיה צו פארענטפערען דיין קשיא, און די פשוט איגנארירסט מיר כאילו לא אמרתי כלום.

מעגסט דיך שעמען........

איך פארשטיי אז א קשיא פין זיבעצען יאר לאזט נישט נאך לייכט, אבער דאך...

וואס הייסט איך האב דיך איגנארט?

ונבנתה העיר » פרייטאג מאי 24, 2013 4:12 pm

· #117708
קינות גירושין
מיין שאלה איז וואס האבען די חכמים אוף געטון מיט די תקנה מגייט זיך גארנישט ווייניגער קריגען ווי אויב מוואלט נישט געמאכט די תקנה, ווייל מגייט נישט וויסען ווער סאיז ערשט אריין אין די רשות, אין אויף דעם ענפערט ונבנתה אז וואס?

ונבנתה העיר
דלא ליתי לאינצויי מיינט נישט אז מען וועט זיך קריגן ווער עס האט עס קודם געכאפט, עס מיינט אז זיי וועלן זיך שלאגן אויפן חפץ כדי צו מאכן א קנין דערויף - א מציאה איז מען נישט קונה מיט'ן אנרירן, מען דארף מאכן א קנין בפועל, הגבהה, משיכה וכו'.


טענה'סט דו: אבער אפשר וועט מען נישט וויסן ווער עס איז קודם אנגעקומען און זיי וועלן זיך 'ווייטער' ארומ'טענה'ן, ומה הועילו חכמים בתקנתם?

זאג איך: די חכמים האבן געמאכט א תקנה אז מען זאל זיך נישט קריגן פיזיקלי אויפן חפץ כדי צו קענען מאכן א קנין, איי עס קען זיין אז זיי וועלן זיך נאכאלץ ארומ'טענה'ן? געזונטערהייט, זאלן זיי גיין צו דין תורה, זייט ווען מאכן די חכמים תקנות אז מענטשן זאלן זיך נישט טענה'ן?

הפוינט העיקרי: 'שלאגן' און 'טענה'ן' זענען ניטאמאל קיין דריטע קאזין'ס אז דו זאלסט פרעגן מה הועילו.

יידל » זונטאג מאי 26, 2013 11:15 am

· #117914
קינות גירושין
יידל, מדין תורה אויב ראובן באמערקט עס נישט און שמעון איז געלאפען כאפען קודם

ד' אמות של אדם איז נאר קונה אויב מ'זעט דעם חפץ?