☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אשכול אן א טיטל #3789

אשכול אן א טיטל #3789

95 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3789
בלאט: 1 2

— » דינסטאג מאי 14, 2013 10:35 am

· #114954

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קינות גירושין » דינסטאג מאי 14, 2013 10:42 am

· #114955
סאיז א פאלשע בריוו

atmybest » דינסטאג מאי 14, 2013 10:47 am

· #114957
אפילו ווען עס וואלט געווען פאלש, איז די אינהאלט אמת.

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 14, 2013 10:57 am

· #114962
מ'ווייסט ווער דער "שלמה" איז?

היימישער ליטוואק » דינסטאג מאי 14, 2013 10:59 am

· #114965
פ"וו איז דאס פאלש?

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 14, 2013 11:12 am

· #114973
ווער ווייסט וויפיל נאך גדולי ישראל האבן געשריבן אזעלעכע בריווען...?
(און ס'נישטא, ווייל מ'האט דאס פארברענט, כרצונם)

דעת תורה » דינסטאג מאי 14, 2013 11:15 am

· #114975
קינות, וואס פאלט דיר ביי דער בריוו איז פאלש? אגב, עס איז דא פיל א שארפערע בריוו ווי דאס אויך.

אנאנים, פון וואו האסטו דעם בריוו? איך מיין דא איז געשען א קאפירייט גנבה, דער בריוו איז פאריגע וואך ערשינען אין בחצרות החסידים מיט א גרויסן וואטערמארק אויף עס. איך גלייב שווער אז פונקט יעצט האט נאך איינער מחליט געווען עס מפרסם צו זיין, מער מסתבר איז אז עס קומט פון דארט און מען האט אראפגענומען דעם מארק.

דבילה » דינסטאג מאי 14, 2013 11:43 am

· #114984
דעת תורה
קינות, וואס פאלט דיר ביי דער בריוו איז פאלש? אגב, עס איז דא פיל א שארפערע בריוו ווי דאס אויך.

אנאנים, פון וואו האסטו דעם בריוו? איך מיין דא איז געשען א קאפירייט גנבה, דער בריוו איז פאריגע וואך ערשינען אין בחצרות החסידים מיט א גרויסן וואטערמארק אויף עס. איך גלייב שווער אז פונקט יעצט האט נאך איינער מחליט געווען עס מפרסם צו זיין, מער מסתבר איז אז עס קומט פון דארט און מען האט אראפגענומען דעם מארק.

דער בריוו איז ארום געפלויגען אויף אימעיל פאריגע וואך. 'שעקויעח אנאנים פאר'ן מיטיילן מיט'ן עולם דא.

לעמיל » דינסטאג מאי 14, 2013 11:48 am

· #114985
דבילה

פארוואס האב איך עס נישט באקומען?

קינות גירושין » דינסטאג מאי 14, 2013 2:40 pm

· #115033
דעת תורה
קינות, וואס פאלט דיר ביי דער בריוו איז פאלש? אגב, עס איז דא פיל א שארפערע בריוו ווי דאס אויך.

אנאנים, פון וואו האסטו דעם בריוו? איך מיין דא איז געשען א קאפירייט גנבה, דער בריוו איז פאריגע וואך ערשינען אין בחצרות החסידים מיט א גרויסן וואטערמארק אויף עס. איך גלייב שווער אז פונקט יעצט האט נאך איינער מחליט געווען עס מפרסם צו זיין, מער מסתבר איז אז עס קומט פון דארט און מען האט אראפגענומען דעם מארק.

פארוואס טראכסטו אז איך דארף ווייטער בויען מיין ליגענט ? איך הייב אן, און איך לאז די עולם גולם ווייטער שפינען די מעשה

הדד בן בדד » דאנערשטאג מאי 16, 2013 10:04 pm

· #115133
דער בריוו איז פאלש במובן אחר. נישט ווייל ער האט עס נישט געשריבן, נאר ווייל דאס געשריבענע איז פשוט נישט אמת

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מאי 16, 2013 10:16 pm

· #115135
היסטאריע ווערט נישט געטוישט פון א בריוו פון רבי שלום וואס האט זיי מן הסתם ביידע נישט געקענט.
די קלויזנבורגער האלטן אזוי אפילו ער וואלט געשריבן פארקערט און רוב וועלט האלט אז סאטמארער רב איז געווען מער אפגעזען וואס הרב משאץ האט געשריבן.

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 17, 2013 3:36 pm

· #115296
הדד בן בדד
דער בריוו איז פאלש במובן אחר. נישט ווייל ער האט עס נישט געשריבן, נאר ווייל דאס געשריבענע איז פשוט נישט אמת

ס'נישט דאס ערשטע מאל וואס כ'הער דעם טענה אז סאטמאר'ע רב איז נישט צוגעקומען צום קלויזענבורג'ע רב כהוא-זה.

יידל » פרייטאג מאי 17, 2013 3:40 pm

· #115297
טרינקער'ל, ביסט סארקאסטיש? מיין לייק ווענד זיך אין דעם.

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 17, 2013 3:43 pm

· #115298
😂

שלשלת » פרייטאג מאי 17, 2013 4:20 pm

· #115304
קראנט... פאלש... אמת... שקר...

וואס זיכער איז זיכער, אז די בריוו איז נישט קיין בן יחיד, און אין באהאלטענע ארכיוון געפינען זיך נאך אסאך הייסע ווארע, פון וואס כלל ישראל וועט זיך נאך באלעקן. לאו דוקא סאטמאר. אבער יא, פון סאטמאר אויכעט.

שוין דעמאלס געווען מחוצפים וואס האבן זיך אריינגעפיפן אין די רבנים און נישט אויסגעפאלגט זייערע הוראות, ווי לדוגמא וואס שאצער רבי שרייבט צום סוף "אבקשהו לדון את המכתב הזה תכף לשריפה כמובן".

מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע ווערט עס נאר גרינגער און גרינגער צו פארשפרייטן אזעלכע סחורה, אן איבער לאזן דאס מינדעסטע שפורן פון די מפיץ.

די איינציגע לעזונג וואס בלייבט איבער פאר די באטראפענע איז צו שרייען "סאיז פאלש".

מאראנצןזאפט » פרייטאג מאי 17, 2013 4:36 pm

· #115311
ס'דא אן ענליכער בריוו פון שאפראנער רב אז דער סקווירער רבי איז מער פון סאטמארער רב מיט נאך אסאך שטותים אין יענער בריוו.
ס'האט אזויפיל אויפגעטוען אז ס'האט געמאכט שאפראנער רב צונאר.

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 17, 2013 4:47 pm

· #115314
מאראנצןזאפט
ס'דא אן ענליכער בריוו פון שאפראנער רב אז דער סקווירער רבי איז מער פון סאטמארער רב מיט נאך אסאך שטותים אין יענער בריוו.
ס'האט אזויפיל אויפגעטוען אז ס'האט געמאכט שאפראנער רב צונאר.

לכבוד ידידי מאראנצן,
אויב פון אלעס אויסער דעם בריוו איז שאפראנער רב ז"ל ביי דיר הייליג און טייער, און נאר דעם בריוו מאכט אים צונאר, דאן, במחילת כבודך, זענט איר נישט גערעכט. ס'שמעקט אז איר - אזויווי אסאך אנדערע - קענען נישט פארנעמען דעם שתי רשיות, אז ס'געווען נאך צדיקים אין אמריקא...
ובזה אני חותם בידידות
ק"ט

נ.ב. דער שאפראנער רב שרייבט צוריק פאר א איד וואס האט געבעהטן איבערצוגעבן א קוויטל פאר סאטמאר רב, למעשה איז אויסגעקומען גרינגער פאר שאפראנער רב דאס איבערצוגעבן פאר סקווירא רבי'ן, האט דער שאפראנער רב געשריבן: מסרתי להרה"ק מסקווירא.. כי זכין לאדם שלא בפניו...
ער (אלץ מונקאטשע תלמיד) האט געהאלטן, אז סאטמאר רב איז גערעכט מיט זיין קנאות'דיגע שיטה לעומת דעם סקווירא רבי'ן. אבער אלץ קוויטעל ליינער האט ער געהאלטן אז סקווירא רבי איז מער געאייניגט דערפאר. וזהו.

דייטל » פרייטאג מאי 17, 2013 7:10 pm

· #115358
שלשלת
מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע ווערט עס נאר גרינגער און גרינגער צו פארשפרייטן אזעלכע סחורה, אן איבער לאזן דאס מינדעסטע שפורן פון די מפיץ.

במכתב כתב
יתן לו כבוד כמו שנתן להה"צ ה"ג מסאקמר שליט"א עת היותו כאן

דא קען מען לכאורה דערגיין וועלכע ר' שלמה האט אפגעגעבן דעם כבוד פאר סאקמר רב אין תשט"ו. נישט אזוי שווער.?

איחוד פעלד » מוצ"ש מאי 18, 2013 11:07 pm

· #115388
כאילו דער בריוו מיינט עפעס, אז יעדער האלט אין איין שרייבען אז דער איז גרעסער פין סאטמאר רב און דער איז פונקט אזוי גרויס, שמע מינה מיהת, אז איינער איז גרויס לכל הדעות......

ונבנתה העיר » זונטאג מאי 19, 2013 12:04 am

· #115410
קאווע טרינקער
מ'ווייסט ווער דער "שלמה" איז?

מעגליך ר' שלמה בוימגארטן.

פסיכאלאג » זונטאג מאי 19, 2013 8:03 am

· #115540
דער אמת איז, וועם אינטערעסירט צו ס'געווען איינעם גרעסער ווי אונזער רבי פון סענס סטריט,

דאס איז ביי אינז קלאר (הגם מיר זענען קיינמאל נישט געווען ערגעץ אנדערש) אז די כל נדרי דרשה + גאנצע הושענא רבה טאג + נשא תורות, בעחילי....איז נישט געווען ערגעץ אנדערש, האמער זיך מיט וואס צו שעמען? האט אינז עפעס געפעהלט?

יעצט, אין הימל ווער ס'געווען גרעסער איז נאאט מיי קאנסערן, און כ'פלאן נישט טו טשעק איט אויט ווערי סאאן, אין תורות הקבלה האב איך קיינמאל נישט געשמועסט מיטן רבין, ענד איי דאנט קער צו ער האט בכלל געקענט,
איך זעה נאכנישט די פוינט פין די בריוו און וואס דאס עפעקט אינז.

טעפל » זונטאג מאי 19, 2013 9:23 am

· #115545
דא האט עטץ די פענוח פונעם בריוו.

מכתב שנשלח בשנת תשט"ו להרה"ג ר' שלמה שוינפלד, מראשי אגודת ישראל בלונדון
ב"ה
כ' ידידי הה"ג כמה"ר שלמה שליט"א
אחדשה"ט באתי בשורות שתיים לגלות אזנו ע"ד הה"צ הג' הרבי מקלויזנבורג יבא לכאן באלו הימים בנסיעתו לא"י ויהי' כאן איזה ימים ומסתמא בשבת ק' ג"כ, והוא אדם גדול ונכד צאנז אבל יש לו שונאים חסידי סאקמר כנהוג בעו"ה – ועזי פנים שבדור אינם חסרים – לכן בטובו וישרותו – יתן לו כבוד כמו שנתן להה"צ הג' מסאקמר שליט"א עת היותו כאן – כי שניהם יחי' הם בערך אחד – אבל הנ"ל הוא נרדף מחסידי סאקמר והאלקי' יבקש את נרדף.
אין זה עסק שלי מאומה רק למען האמת והשלום גליתי את אזנו לבל לא ישמע לקול מלחשים תלמידי קרח.
- נ"ב אבקשהו לדין את המכתב הזה תיכף בשריפה כמובן -
ה?? ויתברך בשנה טובה
חותם בחותמי ברכות
חיים ושלום

ידען » זונטאג מאי 19, 2013 10:02 am

· #115548
אזוי פיהל ניקס דא ווייסען פון נאך בריווען און קיינער לייגט נישט דא?

ידען » זונטאג מאי 19, 2013 10:04 am

· #115549
דבילה
דעת תורה
קינות, וואס פאלט דיר ביי דער בריוו איז פאלש? אגב, עס איז דא פיל א שארפערע בריוו ווי דאס אויך.

אנאנים, פון וואו האסטו דעם בריוו? איך מיין דא איז געשען א קאפירייט גנבה, דער בריוו איז פאריגע וואך ערשינען אין בחצרות החסידים מיט א גרויסן וואטערמארק אויף עס. איך גלייב שווער אז פונקט יעצט האט נאך איינער מחליט געווען עס מפרסם צו זיין, מער מסתבר איז אז עס קומט פון דארט און מען האט אראפגענומען דעם מארק.

דער בריוו איז ארום געפלויגען אויף אימעיל פאריגע וואך. 'שעקויעח אנאנים פאר'ן מיטיילן מיט'ן עולם דא.

שעקויעח פאר נישט לייגען די בריוו און ווארטען אז א אנדערע ניק זאל עס טוהן. אאון אפשר וועט קיינער עס נישט לייגען?

בדחן » זונטאג מאי 19, 2013 10:05 am

· #115550
הכלל, תלמידי קרח באציעט ער זיך אויף סאטמער רבין אז ער איז קרח? אדער נאר אויף זיינע תלמידים אז די תלמידים זענענן תלמידי קרח?

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 19, 2013 10:11 am

· #115553
ניין. ער מיינט נישט צו זאגן אז סאטמאר רב איז קרח. אוודאי נישט.
בדחן טייערע, איר קענט זיין רוהיג.

DotCom » זונטאג מאי 19, 2013 10:16 am

· #115555
ס'איז באקאנט אז אין לאנדאן זענען געווען 3 חשוב'ע אידן מראה"ק בסאטמאר וואס האבן זיך אנגעליטן זייער גאנץ לעבן אדאנק די קפידה פונעם קלויזענבורגער רבי וועם זיי האבן געטשעפעט בעת א באזוך אין לאנדאן.

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 19, 2013 10:18 am

· #115557
ס'איז נישט באקאנט.

DotCom » זונטאג מאי 19, 2013 10:26 am

· #115560
קאווע טרינקער
ס'איז נישט באקאנט.

אין לאנדאן איז עס באקאנט.

מבני משה » זונטאג מאי 19, 2013 2:09 pm

· #115635
לכבוד אלע ידידים און שרייבער
איך האב נאך געפרעגט ביי אן אייניקל פון שאצער רב (דער אייניקל האלט זיך א תלמיד פין סאטמער רב, און האלט אויך אז חוץ פון סאטמער רב איז נישט געווען קיינער)
ער האט פעסט געשטעלט דעם בריו, ער האט דאס געזעין בפועל, און ווייסט ביי וועם עס געפינט זיך דער אורגינעלן בריוו,
פאר ווען קלויזנבורג'ר רב איז געקומען קיין לונדון האט שאצע'ר רב געשיקט אפאר בריוו'ן צו גרויסע לייט, (פאר מער אינפארמאציע גייט אריין אין שאצער בית המדרש אין לונדון, רעדטס מיט די ריכטיגע מענטשן), די אלע בריוו'ן האבן פחות או יותר די זעלבע אינהאלט, איינס שארפער ווי די צווייטע,

דער בריוו איז כלל נישט קיין חידוש ווייל עס איז ידוע אז ווען דער סאטמער רב איז געקומען קיין לונדון האט דער שאצער רב געשיקט א בריוו פאר'ן סאטמער רב (איר קענט זיך אליין פארשטעלן וואס ער האט דארט געשריבן) און ער האט געצווינגן ר' געציל בערגער זאל דאס איבער געיבן דעם סאטמער רב (די בריוו איז עד היום הזה ביי די בערגער אייניקלעך), ווען סאטמער רב האט גענדיקט ליינען דעם בריוו איז עים דער אודער ביים שטערן געווען זייער בולט, (ווי עס איז געווען מנהגו בקודש אין אונגעצויגענע צייטן), אבער משום כבודו פון שאצ'ר רב האט ער גארנישט גענטפערט.

בדא"ג ביי שאצער רב איז נישט געווען קיין תלמיד טועה און נישט קיין גבאי, ער האט נישט געהאט גאר נישט מיט נישט, (אפשער איין מאל א וואך האט א יוד א טובה געטוען און אריין געקומען פרעגן וואס מאכט דער רב, שבת האט ער געהאט קוים מנין, נאר פערציג יאר נאכ'ן פטירה איז ער גרויס געווארן, דורך די גרויסע ישועות וואס ייודן האבן געהאט ביי זיין ציון)

איצ'ע מאיר? עס פארהאן א קנאות בריוו וואס שאצער רב שיקט פאר איצ'ע מאיר און דארט שטייט שארפע זאכן וואס אפילו סאטמער רב האט זיך נישט ערלויבט צו זאגן ברבים.

עס איז נישט קיין חכמה צו פארמעקן היסטוריה! מען דארף וויסן אז עס איז געווען, און וויסן אז עס איז פארהאן זאכן וואס מען זאגט און פארציילט שטיל........שששששששש.....

טעפל » זונטאג מאי 19, 2013 3:04 pm

· #115658
מבני משה
לכבוד אלע ידידים און שרייבער
דער בריוו איז כלל נישט קיין חידוש ווייל עס איז ידוע אז ווען דער סאטמער רב איז געקומען קיין לונדון האט דער שאצער רב געשיקט א בריוו פאר'ן סאטמער רב (איר קענט זיך אליין פארשטעלן וואס ער האט דארט געשריבן) און ער האט געצווינגן ר' געציל בערגער זאל דאס איבער געיבן דעם סאטמער רב (די בריוו איז עד היום הזה ביי די בערגער אייניקלעך), ווען סאטמער רב האט גענדיקט ליינען דעם בריוו איז עים דער אודער ביים שטערן געווען זייער בולט, (ווי עס איז געווען מנהגו בקודש אין אונגעצויגענע צייטן), אבער משום כבודו פון שאצ'ר רב האט ער גארנישט גענטפערט.

בדא"ג ביי שאצער רב איז נישט געווען קיין תלמיד טועה און נישט קיין גבאי, ער האט נישט געהאט גאר נישט מיט נישט, (אפשער איין מאל א וואך האט א יוד א טובה געטוען און אריין געקומען פרעגן וואס מאכט דער רב, שבת האט ער געהאט קוים מנין, נאר פערציג יאר נאכ'ן פטירה איז ער גרויס געווארן, דורך די גרויסע ישועות וואס ייודן האבן געהאט ביי זיין ציון)

וואס הייסט משום כבודו? זאגסט דאך אז נאר נאך די פטירה האט ער עפעס עפעס געהאט??

מבני משה » זונטאג מאי 19, 2013 3:06 pm

· #115661
סאטמער רב איז דאך יא געווען א מיבין צו גוטע ייודן
כבודו מיינט נישט וואס די היינטיגע חסידות פארשטייט והמב"י
כבודו מיינט כבודו האמיתי תורה, יראת שמים, מדרגות אין עבודת השם, אא"ג

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 19, 2013 4:19 pm

· #115687
ווי עס איז געווען מנהגו בקודש אין אונגעצויגענע צייט

ממש א מנהג?

מבני משה » זונטאג מאי 19, 2013 4:24 pm

· #115693
יעדע זאך וואס איז א שטייגער ביי א הייליגער צדיק רופט מען דאס מנהג ווייל בי א צדיק אמת איז גאר נישט סתם

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 19, 2013 4:27 pm

· #115698
ווען נאך ווערט גערעכנט אלץ אן אנגעצויגינע צייט וואס דער שטייגער האט פאסירט?

בדחן » זונטאג מאי 19, 2013 4:28 pm

· #115700
ילדי תימן

מבני משה » זונטאג מאי 19, 2013 4:57 pm

· #115711
ווען עס זענען אריינגעקומען שווערע הזכרות אדער נישט באטאמטע נייעס

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 19, 2013 5:59 pm

· #115748
למשל די שידוך מיט בית וויזניץ?

ידידי היקר, מבני משה.. גיב ארויס, כ'שמעק דו האסט אן אוצר גנוז..

מבני משה » זונטאג מאי 19, 2013 7:15 pm

· #115788
מיר האבן שוין געשמיסט עס איז פארהאן זאכן וואס מען דארף וויסן אז עס איז געווען אבער מען דארף דאס פארציילען שטיל

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 19, 2013 7:16 pm

· #115789
שיק מיר אין אישי.

מבני משה » זונטאג מאי 19, 2013 7:28 pm

· #115791
ששששששש
עס איז געווען א רבי וואס האט געווינט אין איינע פון די שטעיט אין דרום זייט ארץ ישראל, ער איז געווען א תלמיד פון סאטמער רב, ער האט פארציילט אז איינע פון די מאלן וואס ער איז געווען ביים רבי'ן אויף יו"ט איז געווארן א שמיעס איבער דעם דרום זייט ארץ ישראל ווי מען דארף יא האלטן צווי טעג לחומרא און ווי נישט, האט זיך דער רבי פון ארץ ישראל אונגעריפן צום סאטמער רב אז דארט ווי ער ווינט איז זיכער נישט קיין שאלה און מען דארף האלטן איין טאג, האט סאטמער רב זיך זייער צובייזערט און אונגהויבן צו שרייען "אהה די ביסט מיר שוין אויך פארכאפט (ציונות)? איך האב שוין א סאך מאל געזאגט אז מען טאר נישט וווינען צווישן זיי"
די וואס האבן מיט געהלטן די מעשה האבן געזאגט אז דעמאלטס איז אויך געווען בולט......
ששששששש

דער רבי פון ארץ ישראל האט משום כבודו פון זיין רבי'ן געהאלטן א גאנץ לעבן צווי טעג יו"ט לחומרא, על אף ער האט געוויסט אז סאטמער רב האלט אויך אז און זיין שטאט דארף מען נישט האלטן צווי טעג, און די גאנצע וואס סאטמר רב האט זיך אזוי געבייזערט איז געווען ווייל ער האט דאס געזאגט מיט א ברייטקייט, כאילו ער פארלאסט זיך אויף גבולות פון די ציונים.

מבני משה » זונטאג מאי 19, 2013 7:30 pm

· #115792
עס איז נישט קיין חכמה צו רעדן שטיל אין אישי דארט קענמען רעדן הויעך דער חכמה איז צו רעדן שטין צווישן יעדן איינעם

מבני משה » זונטאג מאי 19, 2013 7:34 pm

· #115795
בדרך אגב ביי דער פרוטעסט וואס וויזשניצער רבי פון מונסי האט זיך אויף געשטעלט און געוואלט ארויס גיין ווען סאטמער רב איז אן געקומען, (ווייל ער האט געהערט א לשון הרע אז סאטמער רב (זיין רבי) האט גערעדט קעגן זיין טאטע דער אמרי חיים) דעמאלטס איז אויך געווען .....
אויב איך בין זיך נישט טועה איז אפילו דא א בילד פון דעם

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 19, 2013 7:39 pm

· #115796
מבני משה
, און די גאנצע וואס סאטמר רב האט זיך אזוי געבייזערט איז געווען ווייל ער האט דאס געזאגט מיט א ברייטקייט, כאילו ער פארלאסט זיך אויף גבולות פון די ציונים.

אויף וועם זאל מען זיך פארלאזען?
אין כולל תורה ויראה דרבינו יואל טוט מען אין די ענינים?

מבני משה » זונטאג מאי 19, 2013 7:42 pm

· #115798
איך מיין אז צווישן די גבולות פון כולל תורה ויראה ביז די גבולות פון די ציונים איז נאך דא אנדערע גבולות
ווי די גבולות פון די תורה הקדושה

יאיר » זונטאג מאי 19, 2013 8:09 pm

· #115806
איך טראכט צו דער גאנצער בריוו איז פשוט א תוצאה פון דעם שאצער רב'ס שטארקע התנגדות צו האדמו"ר מסאטמאר, דעמאלט קענען דאך די סאטמארער חסידים שלאפן רואיג, ווייל דער שאצער רב איז פשוט געווארן פארכאפט דורכ'ן ס"מ אזוי ווי רוב רובם פון די צדיקי וגדולי הדור.

smartinof » זונטאג מאי 19, 2013 9:12 pm

· #115831
פסיכאלאג
דער אמת איז, וועם אינטערעסירט צו ס'געווען איינעם גרעסער ווי אונזער רבי פון סענס סטריט,

דאס איז ביי אינז קלאר (הגם מיר זענען קיינמאל נישט געווען ערגעץ אנדערש) אז די כל נדרי דרשה + גאנצע הושענא רבה טאג + נשא תורות, בעחילי....איז נישט געווען ערגעץ אנדערש, האמער זיך מיט וואס צו שעמען? האט אינז עפעס געפעהלט?

יעצט, אין הימל ווער ס'געווען גרעסער איז נאאט מיי קאנסערן, און כ'פלאן נישט טו טשעק איט אויט ווערי סאאן, אין תורות הקבלה האב איך קיינמאל נישט געשמועסט מיטן רבין, ענד איי דאנט קער צו ער האט בכלל געקענט,
איך זעה נאכנישט די פוינט פין די בריוו און וואס דאס עפעקט אינז.

און וואס ער האט שוין דען גערעדט ביי די אלע עווענטס, חטא הידוע און נאכאמאל חטא ידוע, און פונ'ם חטא שאינה ידוע רק אצלו [ציונות בלע"ז] און נאכאמאל און נאכאמאל איבער געקייט די זעלבע זאך, האסט שוין אמאל געהערט א חומש שיעור פון קלויזנבורגר רב, דאס איז נישט געווען עפעס איינמאל פר' נשא, וואך איין וואך אויס, גאונות חסידות קבלה נגלה, לב ומח פתוח צו גאט ברוך הוא, סהאט זיך געגאסען פון אהבת ' וישראל בבת אחת, גערעדט פון גאט צו גאט, אלס ארום אים איז געווען תורה און יהדות, [און לאמיר נישט פארגעסן דעם הומאר וואס זיך געשאטען פון אים] נישט עפעס א ספר ווי דיין רבי'ן האט ער ארויסגעגעבן, נאר גאנצע בענדער תשובה ספרים גאונות על גבי גאונות, זיין התנהגות האט גענדעלט און די התנהגות פון זיין זיידען דער דברי חיים [הלברשטם, הדגשתי כדי שלא יטעו בין דברי חיים על חו"מ\אורבך] ר' חיים צנזר השני, איך זאג נישט אז איך בין א קלויזענבורגר חסיד, ער האט זיין אגיינע פעקעל וואס מען קען אים גוט אויספראקען, און איך זאג נישט ווער ס'איז גרעסער [נישט ווייל מען קען נישט מעסטען, נאר ווייל איך האב זיי נאך נישט געמאסטען],

בדחן » זונטאג מאי 19, 2013 9:21 pm

· #115833
בלייבט נאר איבער זיך צו וואנדערען פאר וואס מען האט נאך נישט געטוישט די קעפיל פינעם אשכול צו "בויך ווייען, חלומות, דריקענישען, קעגן סאטמער רבין זצ"ל"

עס איז אלץ גוט אז די קעפיל פינעם אשכול זאל פארשטעלן די תוכן פינעם אשכול, נאך די לעצטע 15 תגובות דא איז צייט צו טוישן קעפיל פינעם אשכול..

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 19, 2013 9:35 pm

· #115842
בדחן
בלייבט נאר איבער זיך צו וואנדערען פאר וואס מען האט נאך נישט געטוישט די קעפיל פינעם אשכול צו "בויך ווייען, חלומות, דריקענישען, קעגן סאטמער רבין זצ"ל"

עס איז אלץ גוט אז די קעפיל פינעם אשכול זאל פארשטעלן די תוכן פינעם אשכול, נאך די לעצטע 15 תגובות דא איז צייט צו טוישן קעפיל פינעם אשכול..

ווען ****'ס קעפל וואלט געהאט תוכן, וואלט נישט אויסגעפעהלט אזא אשכול.
קיינער דא איז נישט "קעגן" סאטמאר'ע רב. מ'איז קעגן די וואס זענען קעגן יעדען אויסער סאטמאר רב. הבנת?
בלאט: 1 2