☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מיין קיבאורד סומאטאכע

מיין קיבאורד סומאטאכע

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3783

יאיר » דינסטאג מאי 14, 2013 12:57 am

· #114858
מיין קיבאורד סומאטאכע
די גוטע נייעס איז אריינגעקומען אז לכבוד מתן תורה ווען קראנקע און אומזעבארע זענען אויסגעהיילט געווארן, איז מיין בארימטע קיבאורד מיסטעריעז אויך אדורך א תחיית המתים. פאקטיש, איז דאס גארנישט געווען אזוי מיסטעריעז. איך האב געזאגט א ספעציעלן לחש וואס איך האב מקובל איש מפי פיש ביז דעם ישמח משה אליין. איך גיב עס דא איבער לתועלת הרבים.
משביע אני עליך השר (נא להיזהר שלא להוציא בפיו שם מלאכים הק' שרפי מעלה ח"ו) קיבארדנית"א דלפטפנית"א דממונה על הני שדים ומזיקין שמצויים בחורין ובסדקים של המפתח-טבלא דהאי גברא רבה יאיר בר קריינדל, שיסירו ממנו ככהרף עין ולא יהיה לו שום נזק בעת צאתם ממנו מן המפתח הכי קטנה בצד השמאל. באם לא תצאו אזי תהיו מוחרמים ומוזהרים בכל לשון של זהורית, לא שרירין ולא קימין, לא מעלמא הדין ולא מעלמא דאתי, בך יארר ישראל, וגם נגף יהיה בכם, לא תוציאו שנתכם, הכל בכל מכל תהיינה בטלים ומבוטלים. למען לא תפריעו האי יאיר צדיקא בעת עוסקו בשתיית קפה לשמה בההוא קוואה דשטיבלאה, ומשביע אני עליך אינטרטנות"א דקומפטורת"א הממונה על הני כתבי קודש שמפיצים בהאי שטיבלאה הנ"ל סטרא דקדושה בסוד לוגיקא"ה דרצינולית"א, שלא יניח שבט הרשע על גורל הצדיקים, בעת דיבוקם של האצבעות להקיבורדאה בסוד אצבעת"א בקירת"א, ובזה נעשה יחוד עליון של חרידא"ה ורציונלית"א אשר עין לא ראתה מימות מימנידא"ה, ובזכות סגולתא הדין נפקין מגו גלותא.

ונבנתה העיר » דינסטאג מאי 14, 2013 2:25 am

· #114922
מיסד יו.

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 14, 2013 8:40 am

· #114936
יאיר, און מיין משפחה איז דעם לחש מקובל נאך פון פריער, מיסודם פון די ועד עמי הארץ, וואס האבן מייסד געווען תקנות באסיפת סיטיהאווביץ קווינס.
בכל אופן, מ'זאל נישט דארפן צוקומען, פלעגט מען זאגן אין נדבורנא.

פרישער » דינסטאג מאי 14, 2013 9:33 am

· #114941
געזאגט דעים לחש אין געזעין א באלדיגע ישועה אין באשלאסן צי מפרסם זיין

יאיר » דינסטאג מאי 14, 2013 10:25 am

· #114950
קאווע טרינקער
יאיר, און מיין משפחה איז דעם לחש מקובל נאך פון פריער, מיסודם פון די ועד עמי הארץ, וואס האבן מייסד געווען תקנות באסיפת סיטיהאווביץ קווינס.

👍

יאיר » מיטוואך מאי 22, 2013 7:25 pm

· #116911
איך וויל זיך אנטשולדיגן פאר די אלע וואס דער לחש האט נישט געארבעט. איך האב ערשט יעצט אנטדעקט נאך צוויי שורות וואס זענען קריטיש וויכטיג פאר דעם לחש:
קיבארדונת"א קיברדנונת קיבארדונ קיבארדו קיבארד קיבאר קיבא קיב קי ק
ויכוון שהמזיק הממונה על הנחשים ועקרבים המצויים בקיבארד יסתלק ויתמעט עם כל שונאינו.

פסיכאלאג » מיטוואך מאי 22, 2013 7:52 pm

· #116919
כמיין קופת העיר האט עפעס א סגולה פין צאלן פאר א היימישער טעקנישן הינדרעט אכציג טאללער,
אין די ביסט א געהאלפענער,
מאנכע זאגן אז כדי די סגולה זאל ארבייטן דארף מען עס איבערלאזן באנעם פאר פערציג טעג נאר דאן ארבייט עס
( די סיבה פארוואס איך האב געשריבן אן היימישע איז פשוט ווייל דאן איז עס טעקס דידאקדעבל...)

טאמבל סאס » מיטוואך מאי 22, 2013 10:51 pm

· #116993
איך האף אז נאך אזוינע נסים גלוים, וועט דיין קיבאורד בלייבן אימארטעל; אומשטארבליך; און אולי גאר גיין לעבעדיג אין די הימלען - מאכן זיכער אז דיין קיבאורד ברענגט שטענדיג ארויף די אשכולות אויבן אויבן. און דיין נאמען ערשיינט לעבעדיג ביים לינקן זייט פונעם אשכול קעפל. קעגן חכמה בינה דעת.

AppleCider4Seder » דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:33 am

· #117034
Good