ס'טוט זיך לעבעדיג, די אבאמא אדימיניסטראציע האט מודה געווען אז מ'האט אינטערגעהערט טעלעפאון קאללס פון מיליאנען ווערייזאן פאונס. אויך פון גוגעל. איך האב נישט געליינט פונקטליך דיטעילס.
און איך וואלט עס נישט געלייגט אין א סקאנדאל אשכול ווייל אנדערש ווי די קארופטירטע פארפוילטע דעמאקראטן וואס האבען נישט אויפגעהערט צו אטאקירן בוש פאר די פאטריאט אקט וואס בוש האט איינגעשטעלט, ביניך געווען דערפאר. אבער דא ווען אבאמא טוט סאך ווילדערע שריט נעמען זיי איין א מויל מיט וואסער. און די פארשאלטענע ליבעראלע מידיע דעפענדען אים נאך. די זעלבע וואס האבן געזוכט יעדן שעה פון טאג וואו אינטערצוהאקן בוש און זיין מלחמה מיט טעראר. ימח שמם וזכרם
די דעמאקראטס ווייסן נישט פון קיין שעים
זיי זענען די ווארסט אוו די ווארסט. זאלן זיי אלע איינעמען מיתות משונות
דער עולם שלאפט דא אינגרויסן, דער סקאנדאל וואקסט פון טאג צו טאג, אצינד האט "עפל" ארויסגעגעבן אינפארמאציע אז אויך פון זיי האט די גאווערמענט פארלאנגט רעקארדס פון זייערע קאסטומערס, עס איז ממש אומגלויבליך וואס אמעריקע טוט אלס מ'כלומר'שט אונטערן נאמען אונז צו באשיצן,
רבותי אלע אונזערע פאון קאלס ווערן אונטערגעהערט, אונזערע אימעילס און טעקסט געסעיווט, אן קיין פיפס, אלעס אונטער א לעגאלע שלייער, איך הייב שוין אן טראכטן אז חזקיהו המלך איז גערעכט, די גאווערמענט וויל אונז נאר שטילערהייט איינשלינגען, באשולדיגן און אריינווארפן אין תפיסות, און אייננעמען די וועלט
סך הכל ווילסטו ארויסברענגען אז אויב באהאלט מען גארנישט דארף מען נישט זיין באזארגט, פיין, אבער דו קאנסט דאך אונזער גאווערמענט, מען שטעלט אן א פנים פון א תם, און מען שטויסט ווי א מועד, השם ישמרנו אויב שטייסטו אמאל פאר א ריכטער און מען צונעמט דיינע געשפרעכן, א געניטער פראקוראר מאכט דערפון צימעס, ער קען אויפווייזן פארן ריכטער אז מיט יעדן זאץ האסטו עובר געוען א געזעץ,
און בכלל איז דען נישטא א דערהער פון "פרייוועסי"? אז איך רעד מיט איינעם וועגן שלום בית, אדער מיט א משפחה מיטגליד עניני משפחה, אדער מיט מיין ווייב עפעס פריוואטע ענינים שאין מגלין אותן אלא לצנועין, און די ליסטע איז לאנג, מיט וואספארא רעכט הערן זיי אונטער מיינע פריוואטע זאכן און סעיוון דאס ביי זיך פאר דורות? איז דאס נישט דיקטאטורישקייט? בין איך מחוייב איבערצוזיפן יעדע ווארט אויפן טעלעפאן בי"ג נפה ווייל די אמעריקאנער גאווערמענט וויל שפילן מיט מיר געימס?
חוץ מזה וואס איך בין נישט מסופק אז די מענטשן דארטן שרייבן אבי געזונט, נישטא קיין מענטש, אין גם אחד, וואס זאל נישט טון עפעס אקעגן דער געזעץ, ס'איז לא ימלט, אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא,
אצינד האט "עפל" ארויסגעגעבן אינפארמאציע אז אויך פון זיי האט די גאווערמענט פארלאנגט רעקארדס פון זייערע קאסטומערס
די וואל-סטריט דזשורנאל דערציילט זונטאג אז עפל, מייקראסאפט, עי. או. על., גוגל, סקייפ, יאהו און פעיסבוק האבן - מיט די רשות פון די פעדעראלע רעגירונג - ארויסגעגעבן די ציפערן פון רעגירונג'ס פארלאנגן פאר פערזענליכע אינפארמאציע.
מאת טוויטער Yahoo tops government's request list with 13k req. in 2013, Cant blame the gov. since we all agree that whoever uses yahoo is suspicious...