☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » וויליאמסבורג אין כאאס!

וויליאמסבורג אין כאאס!

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3780

שעפטל » מאנטאג מאי 13, 2013 8:30 pm

· #114774
וויליאמסבורג אין כאאס!
א כאאס צושטאנד איז דערקלערט געווארן אין די איצטיגע מינוטן ביים קארנער וואלאבאוט-בעדפארד.

די גאנצע געגענט ארום איז פארוואנדעלט געווארן אין א אלט-מאדישע מארק שטראסע.

די אזוי-אויך-פארנומענע בעדפארד עוועניו פון די עוועניו זייט, און וואלאבאוט סטריט פון די סטריט זייט, זענען זיך צוזאם געקומען און זייען אן דעם מאקסימום מעגליך.

מאסן פארזאמעלטע יונג און אלט, אלע שטייען אין די לאנגע שורות ווארטנדיג אויף די בלומען וואס ווערט באהאנדלט ווי די טשיקנס פאר כפרות. מ'שלעפט זיי ארויס פון זייערע שאכטלעך מיט א האלבע האנט, דערלאנגענדיג פארן קליענט וואס ווארט שוין א לענגערע צייט, און פריידט זיך שוין מיט וואס אימער מ'גיבט אים.

פון די אנדערע זייט זעהט זיך שוין אן פולע אוועקשפאצירן מיט אלס און אלעמען. אנגעהויבן פון איינצלענע רויזען ביז גאנצעטע וועלדער.

א לאנגע שאטער וואס ווערט אויפגעשטעלט יעדן פרייטאג צו לאזן וויסן דעם גאנצן געגענט אז ס'קומט שבת אויף דער וועלט, אבער לכבוד יו"ט שבועות ברויך מען דאס אויך לאזן וויסן פאר די מאטאראזן וואס באנוצן זיך מיט דעם בעדפארד עוועניו גאס.

דאס מאל איז א גאר לענגערע שאטער אראפגעשטעלט געווארן אינמיטן די גאס, לענגאויס פון פלאשינג ביז וואלאבאוט - וואו 'געשיקט' האט זיך אויך אראפגעשטעלט א טענט, פאר די נישט סאטמערע וואס ווילן שיקן בלומען פאר די מחותנים - און אפהאלטנדיג די טרעפיק פארקער אויף צוויי ליניעס פונעם פארנומענעם שאסיי, איבערלאזנדיג בלויז דעם שמאלן בייק-לעין פאר די קארס זיך צו דורכקוועטשן.

פאליציי באאמטע אין די אטלענטיק עוועניו געגענט דרוקט זיך אויס, אז זינט דעם סענדי שטורעם האבן זיי נאכנישט געזעהן אזעלכע לאנגע ליינס מיט קארס ווארטנדיג אויף בעדפארד עוועניו צו אנקומען קיין וויליאמסבורג זייט.

וויליאמסבורגע אידנטום פרעגן מיט וואונדער: "וואו איז ציממערמאן ווען מ'ברויך אים?!"

פאר דעם האט וויליאמסבורג געברויכט דעם בייק-לעין, צו קענען פארן דערויף אין צייט וואס בלומען פארקויפעריי פארנעמט די ברייט פונעם ראוד?

שטעלט אויף וויפיל שאטערס איר ווילט. אבער לאזט אנדערע אויך פלאץ צו קענען פארן אין די פארנומענע געגענט.

קרעדיט: טעגליכע נייעס שרייבער

ידען » מאנטאג מאי 13, 2013 8:38 pm

· #114775
ווער איז די טעגליכע נייעס שרייבער?

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 13, 2013 8:40 pm

· #114776
אפשר איז דא א חופה אין פאפא?

פסיכאלאג » מאנטאג מאי 13, 2013 10:06 pm

· #114792
קאווע טרינקער. האסטו בדווקא נישט געשריבן "אפשר איז דא א באגלייטונג ביי זאלי? " אדער זיי מעגן ווייל זיי האבן בעסערע קאנעקשאנס מיט די פאליס ? (ווי יענער קנאקער האט זיך אפגערעט אז ער וויל בעצם פארקן גראד אבער פאליס לאזט אים נישט...)

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 13, 2013 11:31 pm

· #114823
שוואכע פיסיכלאג. דו קריכסט צו שטארק.
פאפא איז אין יענע געגענט, און ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער ווען איך בין שטעקן געבליבן אויף בעדפארד צוליב א פאפא חופה. ותו לא מידי

קינות גירושין » דינסטאג מאי 14, 2013 12:05 am

· #114835
איך האב א דורך געוואקט דארט ממש א גן עדן הלוואי לאזען זיי עס דארט א גאנץ יאר
אוועק מיט די גראבע קארס פון ווילי
וועט ווייניגער שטינקען די גאסען פון ווילי, איך מיין אז דאס איז די ערשטע גוטע זאך און דעם שטאט