☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ראדאשיץ - יומא דהילולא ח"י סיון

ראדאשיץ - יומא דהילולא ח"י סיון

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3778

שערי שמים » מאנטאג מאי 13, 2013 6:48 pm

· #114738
ראדאשיץ - יומא דהילולא ח"י סיון
אזוי ווי עס קומט יעצט די יומא דהילולא פון די הייליגער ראדישיצער זי"ע וויל איך דא אראפברענגן אפאר מעשיות פון היינטעגע ישועות וואס כ'האב אליין מיטגעהאלטן.

זייענדיג איינע פון די יארן אויפ'ן ציון הקדוש אין טאג פונעם יארצייט ח"י סיון, האב איך געהערט פון איינער פון די אנוועזנדע א מורא'דיגע ישועה וואס ער האט פערזענליך בייגעוואוינט אין זכות פונעם הייליגן ראדשיצער.
עס האט ביי דעם איד פאסירט, אז איינער פון זיינע קינדער האבן ל"ע אויפגעהערט צו רעדן צוליב א שרעקליכע פחד און איבערלעבעניש וואס דאס קינד האט בייגעוואוינט.
דער איד איז געווען זייער דערשראקן און פארלוירן. ער האט זיך שטארק געפלאגט מיט'ן קינד און געגאנגען צו פארשידענע גרויסע דאקטוירים און טעראפיסטן, אבער קיינער האט נישט צופיל געקענט העלפן.
הערנדיג ווי עד היום הזה פועל'ן אידישע קינדער געוואלדיגע ישועות אין זכות פונעם הייליגן צדיק הסבא קדישא הרה"ק רבי ישכר בער מראדשיץ זי"ע, האט דער איד באשלאסן אז ער וועט פערזענליך פארן קיין ראדשיץ, איינצורייסן און מתפלל זיין ביים ציון הקדוש אין טאג פונעם יארצייט,
וואס כידוע קען מען אין אזא טאג גאר אסאך פועל'ן. דער איד האט זיך דארט אויסגעוויינט און מזכיר געווען זיין בקשה, און די ישועה האט ב"ה נישט געשעפעטיגט... א קורצע צייט דערויף, נאך זייענדיג אין ראדשיץ, האט ער באקומען א פרייליכע מעלדונג פון אויסלאנד, אז זיין קינד האט ב"ה צוריק אנגעהויבן צו רעדן כאחד אדם. כי מקח טוב נתתי לכם...
ס'איז מיר אמאל אויסגעקומען אז צוליב פריוואטע צוועקן האב איך געזוכט אפצוקויפן א געוויסע פראפערטי, וואס וואלט מיר זייער צוניץ געקומען און געווען א טובה. דער בעה"ב האט אבער נישט מסכים געווען, און וויפיל
איך האב נאר פרובירט איז עס נישט געגאנגען, און איך האב געהאט דערפון עגמת נפש.
אין יענע טעג בין איך געווען אויפ'ן ציון הקדוש אין ראדשיץ, האב איך פארגעלייגט מיין בקשה פאר'ן הייליגן צדיק, און מתפלל געווען אויף הצלחה אין דעם ענין, אז אלעס זאל זיך מיר פירן כשורה.
והיה לפלא, ווי א קורצע צייט דערויף באקום איך א טעלעפאן קאל פון יענעם, אז אזוי ווי ער איז יעצט אנגעוויזן אויף א גרויסן סכום געלט, איז ער מסכים מיר צו פארקויפן דעם שטח אויב איך ברענג אים דאס געלט ביז א געוויסע קורצע דאטום.
דער אייבערשטער האט געהאלפן, אז פונקט דעמאלטס האב איך געהאט גרייט דעם פארלאנגטן סכום. אינטערעסאנט איז אויך געווען, אז צווישן די פילע טשעקס האב איך געהאט א טשעק פון ישיבה תורת אמת ד'ראדשיץ אויפ'ן נאמען פונעם הייליגע'ן ראדשיצער, אזוי אז פון אלע סימנים האב איך קלאר געזען, ווי די ישועה קומט בכוחו ובזכותו פונעם הייליגן צדיק רבי ישכר בער מראדשיץ זי"ע.

שערי שמים » מאנטאג מאי 13, 2013 6:56 pm

· #114739
איך ברענג דאס אראפ ווי אוזוי מיינס א נאנטע ידיד דערציילט:
נישט לאנג צוריק האב איך באקומען אן "אודיט" איבער געוויסע פערזענליכע פינאנציעלע אנגעלעגנהייטן, וואס אין פאל פון אנטדעקטע סתירות אדער פארלעצונגען, וואלט זיך דאס געקענט ענדיגן מיט אומאנגענעמע קאנסעקווענצן וד"ל.
ווי דער סדר ביי אזעלכע פעלער האט מען מיך גערופן אויף עטליכע אינטערוויוס, וואו מען האט מיך פארגעלייגט מערערע שווערע פראגען און גרונטליך פארהערט.
ויהי היום, ממש פאר די לעצטע אין די סעריע אינטערוויוס, האב איך בהשגחה עליונה פונקט אנגעטראפן א איד, א בעל צדקה וגמ"ח, וועלכער האט געהאנדלט מיט גרויסע געלטער, און זייענדיג איינער וועלכער איז זעלבסט אדורכגעגאנגען דאס זעלבע עגמת נפש און איז ב"ה ניצל געווארן אין זכות פון הייליגן ראדשיצער זי"ע, האט ער מיך מייעץ געווען, אויסצופרובירן די אור-אלטע הבטחה און מפריש זיין דעם סכום פון "01", לע"נ הרה"ק רבי ישכר בער בן רבי יצחק מראדשיץ זי"ע, וואס איז א סגולה בדוקה פאר כל מיני ישועות.
כך עשיתי, איך האב אנגעהויבן מפריש זיין יעדן טאג דעם סכום פאר צדקה לע"נ דעם הייליגן ראדשיצער זי"ע, והיה לפלא גדול, אז ביז א קורצע צייט שפעטער האב איך ערהאלטן פון זיי א שריפטליכע מעלדונג, אז זיי זעען נישט קיין שום פראבלעם אין מיינע פינאנציעלע געשעפטן, און די קעיס ווערט געשלאסן.

פייער און וואסער » מאנטאג מאי 13, 2013 7:06 pm

· #114741
עס איז דא אסאך שיינע מעשיות פון ישועת, פונעם הייליגען ראדשיצער זי"ע
בעט איך אז ווער עס האט עפעס א שיינע מעשה זאל עס דא אריינלייגען לכבוד די יארצייט

שערי שמים » מאנטאג מאי 13, 2013 7:11 pm

· #114743
פייער און וואסער
עס איז דא אסאך שיינע מעשיות פון ישועת, פונעם הייליגען ראדשיצער זי"ע
בעט איך אז ווער עס האט עפעס א שיינע מעשה זאל עס דא אריינלייגען לכבוד די יארצייט


איל וועל לייגען ישועות וואס איך האב מיטגעהאלטן....

גוגל » מאנטאג מאי 13, 2013 8:00 pm

· #114763
איך וועל דא שרייבן א מעשה פון א גוטע חבר מיינע. א פאליס אפיסער האט עם אפגעשטעלט און געוואלט געבן א טיקעט. טראכט ער צו זיך פארוואס נישט ער זאגט צו 21 (געדענק נישט פונקטליך וויפיל) פרוטות פאר דער ראדעשיצער. א מינוט שפעטער קומט צו דער פאליציאנט און זאגט עם אז מהאט עם אריינגערופן אז ער דארף וויכטיג גיין צו עפעס א קאל מילא לאזט ער אים אפ און ער פארט אוועק. ווי דער יונגערמאן פארט ווייטער זעט ער ווי דער פאליציאנט פארט זיך רואיג און געלאסן מיט דער לייטס אויסלאשן. דער מעשה איז אפשר נישט קיין ריזיגע מופת ווי מענטשן קוקן עס אן אבער לאמיר נישט פארגעסן איעדע קליינע זאך דארף מען בעטן דער אייבישטער. אזוי ווי דער באוויסטער מעשה איך געדענק נישט פונקטליך מיט וועם אז ער האט זיך אמאל אנגערופן רבש"ע די שיך בענדלעך האבן זיך מיר אפגעריסן. און מען דארף וויסן אז דער מעשה איז אויך א שיינע מופת פון הייליגן סבא קדישא.

אוי טאטי » דינסטאג מאי 14, 2013 9:09 am

· #114938
מיינס א חבר האט זיך אמאל אנגעשטויסן אין געפערליכע פינאנציעלע פראבלעמן, זיין ביזנעס איז געווארן אזוי שלעכט אז עס האט געהאלטן ביי באנקראט, און צוגאב האט מען איהם אנגעהויבן נאכלויפן מיט חובות וואס ער האט געבארגט פאר אינוועסטמענטס און שטייטצעך אז ער האט נישט געהאט פון וואו אויפצוקומען מיטן געלט.
איין טאג שמועסנדיג אין בית המדרש האט איהם א חבר ג׳עצה׳ט ער זאל פרובירן פארן צום ראדישיצער, נישט האבענדיג וואס צו דערלייגן האט ער אזוי געטאן, ער האט גענומען אלע שטרות און בילס פונקטליך וואס ער איז שולדיג געווען, אראפ געשריבן פונקטליך אלע נומערן און זיך געהויבן דארט צו זיין ביים ציון.
אנקומענדיג דארט האט ער אויסגעזאגט תהלים, און דערנאך גענומען דעם גאנצן פעקל חובות און עס אריינגעווארפן צוזאמען מיטן קוויטל אויסגיסענדיג זיך דאס הארץ פון אלע זיינע פראבלעמן.
א קורצע צייט דערנאך איז איהם אינטערגעקומען א דיעל פון וואס ער האט געמאכט גענוי די סומע פון וואס ער איז געווען שולדיג!!! זייט דעמאלטס איז ער ברוך השם שטארק מצליח דער אויבערשטער זאל העלפן אויף ווייטער.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן!

פייער און וואסער » זונטאג מאי 19, 2013 12:06 pm

· #115585
דאס איז די הייליגע הבטחה פון די הייליגער ראדישיצער זי"ע:
"אז די וועסט מיר העלפן פאר א מקום תורה וועל איך דיר מכיר טובה זיין"
וואס טויזענטער אידן נוצן טאג טעגליך אלץ סגולה נפלאה, מנדב צו זיין $19 לע"נ דעם צדיק (וואס שמו הקדוש באטרעפט במספר קטן 19)
און בפרט פאר דעם הערליכן מקום תורה וואס איז נתייסד געווארן על שמו הטהור
ישיבה ומתיבתא תורת אמת ד'ראדשיץ
וואס איז מתנוסס בתפארה אין די גלילות פון די שטאט קרית יואל

פייער און וואסער » זונטאג מאי 19, 2013 12:08 pm

· #115586
איך האב דאס געטראפן :
<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.radashits.com">www.radashits.com</a><!-- w -->

שערי שמים » זונטאג מאי 19, 2013 12:15 pm

· #115588
פייער און וואסער
דאס איז די הייליגע הבטחה פון די הייליגער ראדישיצער זי"ע:
"אז די וועסט מיר העלפן פאר א מקום תורה וועל איך דיר מכיר טובה זיין"
וואס טויזענטער אידן נוצן טאג טעגליך אלץ סגולה נפלאה, מנדב צו זיין $19 לע"נ דעם צדיק (וואס שמו הקדוש באטרעפט במספר קטן 19)
און בפרט פאר דעם הערליכן מקום תורה וואס איז נתייסד געווארן על שמו הטהור
ישיבה ומתיבתא תורת אמת ד'ראדשיץ
וואס איז מתנוסס בתפארה אין די גלילות פון די שטאט קרית יואל


יא, דאס איז טאקע די הבטחה וואס די אלע אידן
זענען געהאלפן געווארן

פייער און וואסער » זונטאג מאי 19, 2013 5:50 pm

· #115735
סאיז דא א אינטערעסאנטע גליון דארטן לכבוד די יומא דהילולא

<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.radashits.com">www.radashits.com</a><!-- w -->

שערי שמים » זונטאג מאי 19, 2013 6:06 pm

· #115759
מיט עטליכע יאר צוריק האב איך מיטגעהאלטן א קעיס ביי א פארפאלק פון מיין משפחה, וואס האבן מיטגעמאכט פראבעלעמען בעניני זש"ק.
זיי פלעגן שטענדיג דארפן נעמען שווערע מעדיצינען, און זיי האבן געהאט אסאך צער און עגמת נפש ביים מעמיד זיין דורות.
זייענדיג א בעל העובדא פון א ראדשיצער מופת, האב איך מייעץ געווען דעם יונגערמאן, אז ער זאל ארויספארן קיין ראדשיץ מתפלל צו זיין ביים ציון,
און אפשר אין דעם זכות וועט ער געהאלפן ווערן.
אזוי האט ער טאקע געטאן, ער האט אונטערגענומען די רייזע, און בזכות פונעם הייליגן צדיק, האבן זיך זאכן אנגעהויבן דרייען חוץ לדרך הטבע. ער
האט זוכה געווען צו וואונדערליכע ישועות, און ביז עטליכע חדשים דערויף, זוכה געווען ב"ה צו א געזונט לעכטיג קינד.

שערי שמים » זונטאג מאי 19, 2013 6:17 pm

· #115763
איך האב אויך געטראפן אינעם גליון סגולות פונעם הייליגען ראדישיצער זי"ע
איך וועל אראפ ברענגן דא אביסעל:

לזרע של קיימא – ולאריכת ימים, צוה רבינו שיקרא לבניו שם משמות חיות השדה לסגולה שיתקיימו בניו כגון, צבי, זאב, וכו'. והארך ימים והוליד בנים ובני בנים חיים וקיימים.

היה דרכו לצוות להרבה אנשים שסבלו מכאב שינים שיקבלו עליהם שלא לאכול גבינה בערב שבת, והועיל להם שלא סבלו עוד כאב שינים.

סגולה לבנים שתלבש טלית קטן מצויצת כשרה עד שתושע בבן זכר.

פאר מער גייט צו: <!-- w --><a class="postlink" href="http://www.radashits.com">www.radashits.com</a><!-- w -->

וואס נאך » זונטאג מאי 19, 2013 8:19 pm

· #115812
וואס איז דאס די ראדישיצער ישיבה וואס איך זעה אויף די וועבסייט?
איז דא ערעגץ א בית מדרש?

שערי שמים » זונטאג מאי 19, 2013 8:39 pm

· #115821
וואס נאך
וואס איז דאס די ראדישיצער ישיבה וואס איך זעה אויף די וועבסייט?
איז דא ערעגץ א בית מדרש?

סאיז א ישיבה אינדראויסן פן קרית יואל

שערי שמים » זונטאג מאי 19, 2013 9:59 pm

· #115847
נישט קיין ישיבה מצויינים... נאר א בחור א מצויין...
"ישיבת תורת אמת ד'ראדשיץ" איז נישט נאר 'נאך' א ישיבה אויף די איבערגעפולטע ישיבה מאפע, נאר דאס איז אן
אייגנארטיגער ישיבה, א יחיד במינו! יא, די ישיבה "תורת אמת" ד'ראדשיץ איז א מצוינ'דיגע ישיבה; ד.ה. 'נישט' א ישיבה
"למצויינים", נאר דער בחור איז א "מצויין"...

וואו דער יסוד און פרינציפ איז, אנצונעמען 'אלע' חשובע בחורים, פון אלע שיכטן און קרייזן, כל זמן דער בחור האט א
שאיפה ברוחניות ובגשמיות, און מ'ווענדט אן אלע כוחות, עד כמה שידינו מגעת בעזהשי"ת, ארויף צו ברענגען דעם חשוב'ען
בחור בסייעתא דשמיא אויף גאר א הויכן ניווא, נישט נאר אז די ישיבה ווערט אנגערופען א ישיבה למצויינים, נאר דער בחור
בעצם קומט צו א שטאפל פון "מצויין". ווי די מציאות האט שוין באוויזען אין ווירקליכקייט און די קורצע פארגאנגענהייט,
אט מיט דעם טוט דער ראדשיצער ישיבה שטאלצירן, און מיט רעכט!

שערי שמים » זונטאג מאי 19, 2013 10:00 pm

· #115848
אין שטאט שידלאווצא האט געוואוינט א איד וואס האט געארבעט ביי זיין שווער אין די ביזנעס. איינמאל מעלדט אים זיין שכן, אן ערלית, אז זי האט געהערט פון זיין שווער'ס קינדער, אז זיי פלאנען אים צו פארשיקן פון
די ביזנעס נאכדעם וואס זיין שווער וועט נפטר ווערן. האט זי אים צוגערעדט און גע'עצה'ט, אז אזוי ווי ער איז א גרעסערער אומן פון זיי, זאל ער אפקויפן איר הויז און דארט אויפשטעלן אן אייגענעם פאבריק.
נאכ'ן אפקויפן דאס הויז האט ער געזען אז מ'דארף דאס אינגאנצן פאררעכטן, וואס דארף אפקאסטן אסאך מער וויפיל ער האט געצאלט פאר'ן הויז, און ער האט נישט די מעגליכקייט דערצו.
איז ער געפארן קיין ראדשיץ זיך אויסרעדן און מקבל זיין ברכות קדשו פונעם הייליגן צדיק.
האט אים דער הייליגער ראדשיצער געזאגט, אז ווען ער קומט אן אהיים זאל ער בארגן צוויי הונדערטער זהובים און דאס אויפטוישן אויף קליין געלט. די געלט זאל ער אריינלייגן אין א קליין קעסטלע און דאס באהאלטן אין א שאנק, וואס זאל זיין גוט פארמאכט אז קיינער זאל נישט קענען אנקומען דערצו, און ווען ער וועט דארפן געלט זאל ער אריינשטעקן דאס האנט און ארויסנעמען וויפיל ער ברויך, אבער נישט אריינקוקן אינעם קעסטל.
האט דער איד זיך געוואונדערט: "ווער וועט מיך בארגן געלט?" האט זיך דער ראדשיצער צעלאכט, זאגנדיג: "וועסט שוין זען, אז דו וועסט טרעפן פון וועם צו בארגן".
אויפצומארגנס ווען דער איד גייט אין גאס, טרעפט ער ווי א מענטש בארגט געלט אויף ריבית, און יענער רופט אים צו. צוקומענדיג, פרעגט אים דער מענטש "פארוואס ביזטו טרויעריג?" פארציילט ער די גאנצע מעשה
בתמימות, האט אים דער מלווה געזאגט: "אויב שרייבסטו מיר אונטער א שטר הלוואה, בין איך דיר גרייט צו בארגן צוויי הונדערט זהובים".
דער איד האט נישט אזוי ערנסט אנגענומען די ווערטער, און ער איז זיך ווייטער געגאנגען. שפעטער אין טאג, האט ער ווידערמאל געטראפן דעם מלווה, גיט אים יענער א פרעג "פארוואס האסטו מיר נישט געברענגט קיין
שטר"? האט ער זיך פארענטפערט אז ער האט געמיינט אז ער זאגט עס בדרך צחוק, האט אים יענער געזאגט אז ער מיינט עס זייער אמת'דיג, און אויב ער ברענגט אים שוין א שטר, בארגט ער אים תיכף דאס געלט.
כך הוה, ער האט אים געברענגט א שטר הלוואה, און באקומען דאס געלט. דערנאך האט ער גענומען דעם סכום און אויפגעטוישט אויף קליין געלט, אזוי ווי דער ראדשיצער האט געזאגט. פון די געלט האט ער זיך
געקויפט האלץ און אנדערע כלי הבנין, און זיך געמאכט אליינס געשעפטן.
ווען ס'איז געקומען דער זמן הפרעון האט ער באצאלט פונעם קעסטלע אין שאנק, און ער האט מער נישט געדארפט צוריקגיין צו זיין שווער'ס ביזנעס, זייענדיג אליינס א שיינער פארדינער. זי"ע

שמעקעדיג » זונטאג מאי 19, 2013 10:09 pm

· #115851
שערי שמים
פאר מער גייט צו:
<a class="postlink" href="http://www.radashits.com">http://www.radashits.com</a>

קענסט דאס אריינלייגן אין דיין חתימה.
ממש א שאד איבערצושרייבן אזויפיל מאל...

וואס נאך » זונטאג מאי 19, 2013 10:17 pm

· #115854
שמעקעדיג
שערי שמים
פאר מער גייט צו:
<a class="postlink" href="http://www.radashits.com">http://www.radashits.com</a>

קענסט דאס אריינלייגן אין דיין חתימה.
ממש א שאד איבערצושרייבן אזויפיל מאל...

איר זאגט טאקע גוט... דאס איז זיין חתימה...
סאיז זייער אינטערסאנט די אלע מעשיות, איך ווארט אויף נאך אזעלכע שיינע מעשיות.. אבער כהאף אז עס איז אלע אמת..

היימישער ליטוואק » זונטאג מאי 19, 2013 10:20 pm

· #115855
שערי שמים
איך האב אויך געטראפן אינעם גליון סגולות פונעם הייליגען ראדישיצער זי"ע
איך וועל אראפ ברענגן דא אביסעל:

לזרע של קיימא – ולאריכת ימים, צוה רבינו שיקרא לבניו שם משמות חיות השדה לסגולה שיתקיימו בניו כגון, צבי, זאב, וכו'. והארך ימים והוליד בנים ובני בנים חיים וקיימים.

היה דרכו לצוות להרבה אנשים שסבלו מכאב שינים שיקבלו עליהם שלא לאכול גבינה בערב שבת, והועיל להם שלא סבלו עוד כאב שינים.

סגולה לבנים שתלבש טלית קטן מצויצת כשרה עד שתושע בבן זכר.

פאר מער גייט צו: <a class="postlink" href="http://www.radashits.com">http://www.radashits.com</a>

ווייסט איינער דער נומבער פון די נשות-הכותל?

היימישער ליטוואק » זונטאג מאי 19, 2013 10:26 pm

· #115857
אין דעם גליון אויף דף 12 זע איך אז ביים ראדישיץ רבי ז"ל אויף דער וואנט איז געהאנגען א בילד פון דעם ווילנא גאון ז"ל.
איז דאס ריכטיג?

שערי שמים » זונטאג מאי 19, 2013 10:28 pm

· #115861
שמעקעדיג
שערי שמים
פאר מער גייט צו:
<a class="postlink" href="http://www.radashits.com">http://www.radashits.com</a>

קענסט דאס אריינלייגן אין דיין חתימה.
ממש א שאד איבערצושרייבן אזויפיל מאל...

אין א פריעדעגע הודעה האב איך אראפגעברענגט פון דארטן נישט קיין ישיבה מצויינים...
דערנאך האב איך צוגעלייגט אז פאר מער גייט צו.....

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 19, 2013 10:29 pm

· #115862
בד"וו, ביום י"ט סיון גייט איר פארשווינדען ווערן ביז א יאר?

פייער און וואסער » זונטאג מאי 19, 2013 10:41 pm

· #115869
היימישער ליטוואק
אין דעם גליון אויף דף 12 זע איך אז ביים ראדישיץ רבי ז"ל אויף דער וואנט איז געהאנגען א בילד פון דעם ווילנא גאון ז"ל.
ריכטיג?

דאב בילד איז דאך א געמאלענע בילד, סקען זיין אז מהאט עס צוגעלייגט....

וואס נאך » מאנטאג מאי 20, 2013 3:55 pm

· #116101
איך ליין מיר אזוי שבת "די בלאט - ציבור",
און כזעה א "ארטיקעל - נייעס" אז די קראלי רב גרייט זיך צום יארצייט דארט אויפן בית החיים אין ראדאשיץ,
מ'גייא בויען א הכנסת אורחים, אויף די זעלבע פאלץ פון די הויז ווי די ראדישיצער האט געוואינט..
וואס האט די קראלי רב מיט ראדאשיץ? ער איז א איינעקעל צו וואס?

למדן » דינסטאג מאי 21, 2013 1:51 pm

· #116409
כ'מיין אז דער קראלע'ר רב איז א אייניקל און גייט אסאך, ווי אויך העלפט ער ארויס די ראדאשיצער ישיבה דא און דארט

פייער און וואסער » דינסטאג מאי 21, 2013 3:19 pm

· #116436
נאך עפעס א מעשה?

קאך_לעפל » דינסטאג מאי 21, 2013 4:05 pm

· #116463
דער הייליגער ראדאשיצער זי''ע האט אמאל געזאגט, איך האב נישט פיינט קיין שוטה, ווייל ער איז א שוטה, וואס איז ער נעבאך שילדיג אז ער איז א שוטה? דער אייבישטער האט דאך אים אזוי באשאפן, איך האב אים נאר פיינט, ווייל ער האלט זיך גאר קליג: ודפי''ח.

שערי שמים » מיטוואך מאי 22, 2013 1:28 pm

· #116765
צווישן די געווייקטע ראדשיצער חסידים המצויינים בתורה ויראת שמים, איז געווען א חשוב'ער איד, וועלכער איז אויך געווען דער בעל תפלה ביים הייליגן ראדשיצער. ער איז געווען א מלמד, אבער זיין פרנסה איז אים געווען זייער בדחקות, און ער איז געווען א גרויסער ארימאן. זייענדיג אויף די ימים נוראים אין ראדשיץ, איז ער פאר'ן אהיימפארן אריינגעגאנגען זיך געזעגענען פונעם רבי'ן און געבעטן א ברכה.
ווי ערשטוינט איז ער געווען צו הערן אזא אומגערישטע הוראה: "פארלאז דאס מלומדת און גיי אריין אין מסחר".
די ווערטער איז אים געווען א גרויס וואונדער, וואוסענדיג אז אויך דער רבי ווייסט דאך, אז ער איז נישט קיין בעל כשרון אין מסחר. האט ער איבערגעפרעגט דעם רבי'ן וויאזוי ער קען אזא זאך טאן, האט אים דער ראדשיצער געענטפערט, אז דער אייבערשטער וועט שוין העלפן.
יענע נאכט ווען ער איז אנגעקומען צוריק אהיים איז געווען א שטארקע רעגן. אינמיטן די נאכט, קלאפט עמיצער אויפ'ן טיר מיט אסאך בינדלעך סחורה, בעטנדיג אז ער זאל רחמנות האבן און אים אריינלאזן נעכטיגן.
דער סוחר האט פארציילט, אז ס'איז די ערשטע מאל וואס ער קומט אין דעם שטאט, און צוליב די שווערע וועטער האט ער פארשפעטיגט דעם מארק טאג און נישט געוואוסט וואו צו גיין און זוכן זיין אכסני'.
דערביי האט ער אים פארגעשלאגן, אז אזוי ווי ער האט יעצט ביי זיך א זעלטענע מין סחורה און ער ווייסט נישט וואו צו טרעפן סוחרים, דערפאר איז ער אים גרייט דא איבערצולאזן און פארקויפן די סחורה פאר א גוטן
פרייז.
געדענקענדיג די הוראה פונעם ראדשיצער, האט זיך דער איד צוגעכאפט דערצו און אפגעקויפט די סחורה. ער האט געמאכט ביזנעס דערפון און אזוי געקענט באצאלן פאר'ן סוחר. זינט דעמאלטס האט ער געהאנדלט מיט דעם סוחר, און ער איז געבענטשט געווארן מיט עשירות.
זיעכי"א

פייער און וואסער » מיטוואך מאי 22, 2013 6:07 pm

· #116879
דא איז א בריוו וואס ראש ישיבת ראדשיץ האט ארויסגעגעבען למען הבית החיים אין ראדשיץ....

דאס קומט פון דא:
<a class="postlink" href="http://www.radashits.com/tzion">http://www.radashits.com/tzion</a>

שערי שמים » דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:18 pm

· #117431
דעם ראדשיצער'ס איידעם הרה"ק רבי יצחק זי"ע האט אויך אמאל דערציילט, אז איינמאל איז געשטאנען א עולם צו געבן שלום פאר זיין שווער.
צווישן דעם ציבור, איז געווען איין יונגערמאן וואס איז דעמאלטס די ערשטע מאל אנגעקומען קיין ראדשיץ, ווי נאר ער האט אויסגעשטרעקט זיין האנט, האט דער סבא קדישא זיך אנגערופן פאר רבי יצחק'ל: "דער יונגערמאן איז א שוחט, און ער האט ליידער עטליכע מאל פוגם געווען אין זיין שחיטה"...
זייענדיג דאן נאכנישט קיין חסיד פון זיין שווער, און נישט גלויבענדיג אז דאס איז רוח הקודש, איז ער נאכגעלאפן דעם יונגערמאן און געכאפט מיט אים א שמועס. שמועסנדיג איז ער טאקע געוואויר געווארן, אז יענער איז א שוחט, און ס'איז שוין עטליכע מאל ארויסגעקומען א מכשול פון זיין שחיטה. זעענדיג ווי זיין שווער איז טאקע גערעכט, איז ער באלד צוריקגעלאפן און געפרעגט זיין שווער מיט וואונדער: "פון וואו האט דאס דער שווער געוואוסט?" האט דער סבא קדישא געענטפערט, אז ווען דער יונגערמאן האט אויסגעשטרעקט זיין האנט שלום צו געבן, האט ער גלייך געשפירט א ווייטאג אויף די סימנים אין האלז, אויפ'ן פלאץ וואו מען שעכט א בהמה, האט ער פארשטאנען, אז ער איז א שוחט און ער האט פוגם געווען אין די שחיטה.

שערי שמים » זונטאג מאי 26, 2013 3:49 am

· #117862
אמאל פרייטאג צו נאכטס בעת דער הייליגער ראדשיצער איז אריינגעקומען צום טיש מיט א פייערדיגע פנים וואס האט געווארפן א פחד, גייט צו א חסיד צו א געוויסער איד וואס איז געשטאנען ביים טיר און איז געווען א מתנגד פונעם ראדשיצער, און פרעגט אים: "זאג מיר דעם אמת, האסטו שוין אמאל געזען א צדיק אין דיין לעבן, וואס פלאמט אזוי פאר קדושת שבת?" האט זיך דער מתנגד אנגערופן שטילערהייט פאר'ן חסיד: "אויב וואלסטו ווען געווען ביי מיין רבי'ן, וואלסטו געזען אז דאס איז גארנישט כלפי זיין גרויסקייט".
קיינער אויסער די צוויי מענטשן האבן נישט מיטגעהאלטן דעם שמועס.
נאך קידוש רופט צו דער ראדשיצער זיין גבאי און זאגט אים, אז ער זאל צוגיין צום טיר און מרחק זיין דעם יונגערמאן וואס האט גערעדט דברי עזות.
ס'איז געווען א וואונדער ביים עולם וואס דא האט פאסירט, ביז מ'האט חוקר ודורש געווען ווער יענער איז און וואס ער האט גערעדט, און יעדער איז געבליבן געשטוינט פון די אפענע רוח הקודש.

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 26, 2013 8:23 am

· #117879
און איך בין געבליבן געשטוינט אז דער ראדישיצער זאל מרחק זיין א איד. אלץ פארן חטא פון מדחה זיין בקש א חסיד שנטפל אליו?
די מעשה איז שקר. כ'האפ אזוי.

petergrifin » זונטאג מאי 26, 2013 2:30 pm

· #118018
קאווע טרינקער
און איך בין געבליבן געשטוינט אז דער ראדישיצער זאל מרחק זיין א איד. אלץ פארן חטא פון מדחה זיין בקש א חסיד שנטפל אליו?
די מעשה איז שקר. כ'האפ אזוי.


פארדעם טאקע דארף מען נישט גלײבן אלע מעשיות
(איך האב גענוצט דעס װארט ״טאקע״ ❓ ❗ )

שערי שמים » זונטאג מאי 26, 2013 7:31 pm

· #118152
אמאל איז געקומען א גוי'אישע הער פון א גרויסע געגנט צום הייליגן סבא קדישא רבי ישכר בער מראדשיץ זצוק"ל, און ער האט אים געבעטן אז ער זאל מתפלל אז ער זאל האבן א קינד.
האט זיך דער הייליגער ראדשיצער אנגערופן פאר די ארומיגע, אז ס'איז ידוע, אז ווען ס'איז געקומען א גוי צום קאזניצער מגיד בעטן א ישועה פאר קינדער, האט דער מגיד געזאגט מיט דעם לשון: "רבוש"ע, האסט דאך צענדליגער טויזנטער גוים אויף דיין וועלט, וועסטו האבן נאך איינס, און אזוי זענען זיי געהאלפן געווארן", "אבער איך – האט דער ראדשיצער פארגעזעצט – האב נישט דער כח צו בעטן מיט דעם לשון, נאר איך בין געצווינגען זיך ארויסצודרייען מיט א אנדערע עצה, כדי ס'זאל נישט ארויסקומען קיין חילול שם שמים".
דערויף האט זיך דער ראדשיצער אנגערופן פאר'ן גוי'אישן הער: "הער אויס מיין עצה און אזוי זאלסטו טוען. אין דיין פעלד איז דא אסאך פוסטע ביימער, צווישן די קען מען טרעפן פירות וואס ווערן קיינמאל נישט געצייטיגט, נעם פון די פרוכט, און קאך עס אויף אין א נייע טאפ מיט אסאך עפעלעך און אביסל וואסער. לאז עס קאכן פאר זעקס שעה נאכאנאנד, און די וואסער זאלסטו און דיין פרוי טרונקען בייטאג און ביינאכט פאר דריי טעג, און אויב דו וועסט אזוי טוען וועסטו געהאלפן ווערן".
נאכדעם וואס דער הער איז ארויסגעגאנגען פונעם שטוב און אהיימגעפארן מיט א צופרידנהייט, האט דער ראדשיצער געזאגט, אז ס'איז ממש נישט מעגליך אז א מענטש זאל אויסטרונקען אזא וואסער, ווייל ס'איז געפערליך ביטער, און דערפאר האט ער דייקא געגעבן די עצה, וואוסענדיג אז ער וועט עס נישט קענען אדורכפירן, און במילא וועט ער זיך אליינס שאדן מאכן.
למעשה, פון גרויס זיכערקייט אין די ווערטער פונעם צדיק, און פון גרויס גלוסטעניש אויף קינדער, האט דער הער פונקטליך מקיים געווען וואס דער ראדשיצער האט אים געהייסן, און א יאר דערויף זענען זיי געהאלפן געווארן מיט א קינד. געציילטע חדשים שפעטער זענען זיי געקומען צו פאר'ן מיט נייעם קינד קיין ראדשיץ, אפצוגעבן א דאנק פאר'ן סבא קדישא פאר זיין וואונדערליכע מופת.

היימישער ליטוואק » זונטאג מאי 26, 2013 11:40 pm

· #118252
יודן אויפן וועג קיין ראדעשיץ ווערן ארעסטירט!!!!
איך ווארט מיט גרויס אנגסט פאר די מופת אויף די פאלגענדע צרה וועלכע האט אנבאטראפן 30 ראדשיצע חסידים. המקום ירחם עליהם ויוציאם וכו'.

שערי שמים » מאנטאג מאי 27, 2013 2:29 pm

· #118510
היום - יומא דהילולא קדישא
פערגעס נישט צו צינדען א לעכטל
לעילוי נשמת
ר' ישכר בער בן ר' יצחק
און האט געפויעלט אלעס גוטס!

שערי שמים » מאנטאג מאי 27, 2013 2:32 pm

· #118511
מתולדותיו
דער צדיק רבי ישכר בער זי"ע איז געבוירן געווארן אין יאר תקכ"ה און איז נפטר געווארן ח"י סיון תר"ג.

זיין פאטער רבי יצחק זצ"ל איז געווען דער משמש פונעם הייליגן מגיד פון מעזריטש זי"ע. עס איז באקאנט אז דער מעזריטשער מגיד האט אויפגעהאדעוועט ביי זיך אין שטוב א יתומה, ווען זי איז עלטער געווארן האט דער מגיד געבעטן פאר זיין משמש רבי יצחק זאל זיך מיט אירמשדך זיין און איר נעמען פאר א פרוי. פאר ר' יצחק האט נישט אזוי געפאלן וואס זיין רבי האט אים געבעטן. "רבי, איך האב אייביג אויסגעהערט וואס דער רבי האט מיר געבעטן צו טוהן, אבער וויאזוי קען איך חתונה האבן מיט אן ארימע מיידל א יתומה, דאס וועט דאך זיין א גרויסער בושה פאר מיר?" האט דער הייליגע מגיד געענטפערט: "איך זאג דיר אז זי איז גאר א ספעציעלער פרוי, וואס דו דארפסט זיך בכלל נישט שעמען חתונה צו האבן מיט איר, און אויסער דעם זאג איך דער צו, אז אויב וועסטו מיט איר חתונה האבן וועט איר זוכה זיין צו א זון וואס וועט באלייכטן די גאנצע וועלט, און דו זאלסט אים א נאמען געבן נאך מיר". דער זון איז געווען דער הייליגער ישכר בער פון ראדשיץ זי"ע!

שוין אלס יונג קינד האט זיך אנגעזען אויף דעם קליינעם ישכר בער אז ער באזיסט גאר א הויכע נשמה, שוין אזוי יונג ווי 7 יאר איז ער יעדן פארטאגס געגאנגען צום קאלטן טייך אין זיך גע'טובל'ט אין מקוה, אכטונג געבענדיג אז קיינער זאל נישט געוואויר ווערן פון זיין מנהג און ער פלעגט מיט גיין מיט זיינס א חבר יעדן צופרי זיך טובל'ען אין טייך. איינמאל איז געווען גאר א קאלטער וועטער און דאס וואסער איז געווען אייז קאלט, וויפיל ר' ישכר בער האט געבעטן פונעם חבר זאל זיך נישט טובל'ן ווייל עס קען אים שאטן צום געזונט האט עס נישט געהאלפן, און ער האט זיך יא גע'טובל'ט און דער חבר איז טאקע שטערבליך קראנק געווארן דערפון. ווען ר' ישכר בער האט דאס געהערט האט ער זיך איינגעשפארט אין א צימער, און אנגעהויבן צו וויינען און בעטן ביים באשעפער זאל אויסהיילן זיין חבר, נאך א לענגערע וויילע האט ער אנגעפילט א גאנצער טעלער פון טרערן וואס ער האט געלאזט פאלן בשעת'ן וויינען, און דאס האט ער געגעבן צו טרינקן פאר זיין חבר וועלכער איז תיכף דערנאך גענצליך געזונט געווארן! דער הייליגער תפארת שלמה פון ראדאמסק פלעגט רופן דעם ראדשיצער מיטן טיטל "דער צווייטער בעל שם טוב". ער איז געווען א תלמיד פונעם הייליגן חוזה פון לובלין זי"ע, דער קאזניצער מגיד זי"ע, דער אפטער רב זי"ע, רבי משה לייב מסאסוב, דער יוד הקדוש פון פשיסחא זי"ע, און רבי מנחם מנדל מרימינוב. איינער פון די צדיקים האבן עדות געזאגט אויפן ראדשיצער אז "ער האט דער כח מחיה מתים צו זיין!".
מערסטנס טייל פון זיין לעבן איז דער צדיק געווארן דער אב בית דין אינעם שטאט ראדשיץ.

ער איז ברייט באקאנט געווען מיט זיין אוסטערלישע בקיאות און חריפות וגאונות בכל התורה כולה. עטליכע יאר נאכ'ן ווערן רב אין שטאט ראדשיץ האט ער באקומען א פארשלאג פון א גרויסער קהלה פונעם שטאט ניישטאדט צו קומען איבערנעמען דאס רבנות שטול אין שטאט. די ראשי הקהילה האבן אים פארגעשלאגן א גרויסער געהאלט, ער זאל נישט האבן קיין שום דאגת פרנסה, דאס איז אויסער דער פאקט אז עס איז פיל א גרעסערע קהילה וואו ער וועט פיל מער קענען אויפטוהן. דער ראדאשיצער זצ"ל האט אנגעפרעגט ביי זיין רבי'ן וואס צו טוהן, און ער האט אים באפוילן "שב ועל תעשה עדיף" – "דיין ליכטיגקייט וועט שיינען דווקא פון ראדשיץ". און אויפן נאמען פון דעם שטאט "ראדשיץ" איז זיין נאמען טאקע איבערגעבליבן עד היום הזה.

דער הייליגער ראדשיצער זי"ע איז געווען באוואוסט אינעם גאנצן לאנד אלס גרויסער פועל ישועות ווען טויזנטער האבן געשטראמט צו זיין טיר פאר כל מיני ישועות ורפואות. יעדער איד האט ביי דעם צדיק געטראפן אן אפענעם טיר, און יעדער איז ארויס א געהאלפענער. אויסער זיין מעגליכקייט צו זען זאכן וואס דער געווענליכע פליישיגע אויג האט נישט געקענט זען און פשוט'ע מח האט נישט געקענט באגרייפן, איז ער געווען באקאנט מיטן מענטש'ס מצב, און אזוי ארום האט ער טאקע געקענט העלפן אזויפיל אידן.
עס איז באקאנט אז דער הייליגער ראדשיצער זי"ע האט אסאך עוסק געווען אין מקרב זיין פארבלאנדשעטע נשמות לאביהם שבשמים, און געווידמעט א גרויסער טייל פון זיין לעבן דערפאר, ווי אויך פלעגט ער פראווענען אסאך אפענע מופתים נאר כדי צו איבערצייגן אזעלכע אידן עס איז פארהאן א באשעפער אויף די וועלט, און ער האט זיך ממש מוסר נפש געווען פאר דעם.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 27, 2013 3:15 pm

· #118545
היימישער ליטוואק
איך ווארט מיט גרויס אנגסט פאר די מופת אויף די פאלגענדע צרה וועלכע האט אנבאטראפן 30 ראדשיצע חסידים. המקום ירחם עליהם ויוציאם וכו'.

אוי די ליטוואק...
אפשר ביסטו א גלגול פון דעם איד וואס דער רבי האט ארויסגעווארפען..

קינות גירושין » מאנטאג מאי 27, 2013 4:01 pm

· #118570
איך האב נישט דורך געליינט דעם אשכול אבער איך קען פארציילען ערשט האנטיגע עקספיריענס, איינער האט מיך קאנווינסד צו געבן צדקה לע״נ ראדעשיצער כדי מיין שלום בית זאל זיך אויסארבעטן וכן הוה איך האב געגעבן א הערליכע סכום, אבער סאיז געווען דברים כהויתין מאיז געגאנגען צום גט אין איך קען קוים זעהן מיינע קינדער און איך גיי אדורך צרות יגון ואנחה...
500 דאלער און גארביטש!

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 27, 2013 4:23 pm

· #118578
ס'נאר אויב מ'גיבט דאס פאר ראדאשיצע ישיבה.

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 27, 2013 8:10 pm

· #118647
קינות, דער צדיק אין הימל האט געזעהן אז פאר דיר איז בעסער זיך אפצולאזן פון די ערשטע און טרעפן בעסערס! און מיט דיין צדקה האסטו עס גע'פועל'ט!
אלענפאלס, אין גארביטש איז עס זיכער נישט געגאנגען. אנכי ערב לך אז עס וועט דיר צוניצקומען.

קינות גירושין » מאנטאג מאי 27, 2013 10:11 pm

· #118684
דעס קען מען דאך אייביג ענטפערען
דעמאלס וואס איז פשט פון דע גאנצע אשכול יעדער שרייבט מופתים פון פאזיטעוו, זאל מען שרייבען אויך פונקט אזוי נעגעטיוו ריזאלטס און מקען צוענדיגען אז דער צדיק האט אזוי אויס געפוילט
איך בין קראנק און מיד פון די מענטשליכע געמויזאכטס

אשכולות אויפוועקער » מאנטאג יוני 16, 2014 8:00 am

· #206202
אויפגעוועקט