☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » נייע היסטארישע בוך "ספר באבוב"

נייע היסטארישע בוך "ספר באבוב"

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3769

news10 » מאנטאג מאי 13, 2013 9:00 am

· #114569
נייע היסטארישע בוך "ספר באבוב"
"ספר באבוב" דער היסטארישער בוך וואס האט ערשינען ביים גראנדיעזן דינער לטובת איחוד מוסדות באבוב טוט פאר אייביגען די אנדענק פון די תושבי וקדושי באבוב אין גאליציע הי"ד

דאס שטעטל באבוב אין דער אלטע היים האט פארמאגט א פילבארביגער אידישער באפעלקערונג, וואס האט אריינגענומען אין זיך תלמידי חכמים ולמדנים , חסידים ואנשי מעשה, סוחרים ונגידים, קרעמער און הארטווערקער, אינטערסאנטע און מאדנע עלעמענטן. די פילצאליגע שיכטן האבן ווי איין גרויסע משפחה געלעבט און אמת'ע הארמאניע אין טאג טעגליכן לעבן.

אין "ספר באבוב" ווערט אפגעמאלן ביאגראפישע שטריכן און איינדרוקן איבער דאס לעבן פון רוב פון די אידישע איינוואוינער פון באבוב אין די לעצטע פופציג יאר פון פאר די קריג, באגלייט מיט א רייכע זאמלונג פון גאר זעלטענע בילדער און דאקומענטן וועלכע ווארפן שטראלן אויף זייערער לעכטיגע געשטאטלן.

אין די ראמען פון "ספר באבוב" ווערן דערמאנט הונדערטער נעמען פון באבובער אידן, וואס דער רוב פון זיי, האט זייער אנדענק מיטגעטראגן מיט די געדעכטע שווארצע רויך פון די קרעמאטאריומס, "ספר באבוב" איז ווי א "נשמה לעכטל" אויף זייערע פארהוילענע קברים, און א אייביגען זכרון פאר יעדן איינציגן פון זיי, עדי יזכו לעמוד לגורלם לקץ הימין.

news10 » מאנטאג מאי 13, 2013 9:10 am

· #114572
5.jpeg

news10 » מאנטאג מאי 13, 2013 9:39 am

· #114575
הערליכע בילדער פונעם גרויסארטיגער דינער השנתי
הערליכער בילדער פונעם דינער

<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/221639">http://www.jdn.co.il/news/221639</a>

הדד בן בדד » מאנטאג מאי 13, 2013 2:29 pm

· #114667
שקויעך ניוס, ווען איז געווען דער דינער?

משולם שטיינפעלד » מאנטאג מאי 13, 2013 3:36 pm

· #114684
מען קען עס באקומען אין די געשעפטן?

קעסטעסער » מאנטאג מאי 13, 2013 10:53 pm

· #114816
משולם שטיינפעלד
מען קען עס באקומען אין די געשעפטן?


איך בין פונקט אדורכגעגאנגן, האב איך איינס געוואלט נעמען (איך האב ליב היסטאריע פון אלטע שטעט) האבן זיי געזאגט אז עס וועט אנקומען מער מיט די שיף אין א פאר וואכן. איינער א פארשער מיט'ן נאמען העניך (אפשר העניג) האט עס געשריבן.

משה רוקח » דינסטאג מאי 14, 2013 12:17 am

· #114842
העניך לערנער פון בארא פארק.

לאליפאפ » דינסטאג מאי 14, 2013 1:45 am

· #114876
עס שטארקט זיך אין מיר די נייגער דאס צו דורכליינען. דערווייל אין די פארגאנגענע יארן האט באבוב׳ז מערכת בית צדיקים ארויסגעגעבן הערליכע הערליכע זאכן, קוקט אויס אז זיי לייגן אריין דמים תרתי אין יעדן פון זייערע פראדוקציע׳ס.
בעלזא מכנובקא האט אויך עפעס א מורא׳דיגע מכון, די צוויי געפעלן מיר מער פון אלע אנדערע חסידות׳ערס מכונות.

news10 » דינסטאג מאי 14, 2013 4:32 pm

· #115060
מערכות בית צדיקים דבאבוב
מערכת בית צדיקים דבאבוב האט שוין ארויסגעבען פיל צאליגע ספרים וואס זענען שטארק נוצליך פאר אנ"ש חסידי באבוב, דברות קודש, הליכות, מנהגים, ספורי צדיקים וכו'.

תשס"א ספר "מילין יקירין" על זמירות שבת מכ"ק רבותינו הקדושים לבית באבוב זי"ע
תשס"א ספר "בית צדיקים" על עניני נישואין
תשס"ב ספר "ימי הפורים"
תשס"ג ספר "ימי חנוכה"
תשס"ג ספר "שיח שלמה" שיחות קודש מכ"ק הרה"ק מהר"ש מבאבוב זי"ע
תשס"ד ספר "בית צדיקים" ג' כרכים, אוסף סיפורים שנשמעו מפ"ק כ"ק הרה"ק מהרנ "ץ מבאבוב זי"ע
תשס"ה ספר "מילין יקירין" על תהלים מכ"ק רבותינו הקדושים לבית באבוב
תשס"ו ספר "חדותא דמלכא" על עניני נישואין
תשס"ו קובץ "פרי עץ חיים" מנועם שיחות קודש מכ"ק רבותינו הקדושים מהר"ש ומהרנ"ץ זי"ע תשס"ח ספר "יגילו במלכם" על עניני נישואין
תשס"ח ספר "שושילתא דדהבא" מגילת יוחסין לבית באבוב
תשס"ט ספר "זכרנו לחיים" אוצר הליכות ומנהגים לבית באבוב לחדשי אלול תשרי
תשע"א ספר "אוצר המלכות" על התורה מרבותינו לבית באבוב
תשע"ב ספר "מגן אבות" הליכות ומנהגי קודש לבית באבוב על שבת קודש
תשע"ב קובץ "פרי עץ חיים" מנועם שיחות קודש מכ"ק רבותינו הקדושים מהר"ש ומהרנ"ץ זי"ע
משנת תשס"ז קובצי "עץ חיים" עשרים כרכים
ועוד
כעת כמה ספרים חדשים יצא לאור בעהשי"ת

news10 » זונטאג מאי 19, 2013 12:02 pm

· #115583
וועט זיין צו באקומען ביי אלע מוכרי ספרים
דאס הערליכע נייער "ספר באבוב" וועט זיין בקרוב צובאקומען אין אלע ספרים געשעפטן אין ניו יארק און אזוי אין אלע ספרים סטארס אין די גאנצע וועלט, א פרישע שיפמענט איז יעצט אויפ'ן וועג פון ארץ ישראל, נאכדעם ווי די ערשטע שיפמענט איז שנעלער אויסגעגאנגן ווי געראכטן.

אבי גערעדט » זונטאג מאי 19, 2013 12:51 pm

· #115605
זייער אינטערעסאנט, אבער פארוואס ברויך עס ווערן אדווערטייזט אויף קאווע שטיבל? החסר מקומות לאדווערטייז?

אביגדור » זונטאג מאי 19, 2013 12:53 pm

· #115606
גוטע מקורות?