☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » ציגרעטלאך אנליין

ציגרעטלאך אנליין

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3765

אברמי פון בארא פארק » מאנטאג מאי 13, 2013 1:05 am

· #114535
ציגרעטלאך אנליין
ווי באקאנט איז דא צענדליגער אדער אפשר גאר הונדערטער סייטס ווי מען קען קויפן ציגרעטלאך אנליין פון אויסלאנד פאר ממש שפאט ביליגע פרייזן.

האב איך געוואלט פרעגן דער עולם טאמער אפשר האט איינער עקספיריענס מיט דעם, און קען מפרסם זיין וועלכער סייט איז פארלעסליך, און אזוי אויך פון וועלכער סייט קומט עס אן די שנעלסטע.

אויך איז גאר וויכטיג צו וויסן פון וועלכער לאנד דער סחורה קומט, אסאך מאל קען קומען ציגרעטלאך פון פיליפין און פון אנדערע אזיאטישער לענדער וואס די סחורה איז ממש נישט אין מויל צו נעמען.

אינטרעסאנט אז סאיז נישט זייער שטארק אויפגעכאפט ביים היימישן עולם, מקען זיך שפארן טויזענטער דאלאר דורך קויפן אנליין.

משה רוקח » מאנטאג מאי 13, 2013 12:30 pm

· #114625
אברמי פון בארא פארק
אינטרעסאנט אז סאיז נישט זייער שטארק אויפגעכאפט ביים היימישן עולם, מקען זיך שפארן טויזענטער דאלאר דורך קויפן אנליין.

ביים היימישן עולם טוט מען נאר זאכן וואס איז לעגאל....

ברעט מענינג » מאנטאג מאי 13, 2013 12:32 pm

· #114626
משה רוקח
אברמי פון בארא פארק
אינטרעסאנט אז סאיז נישט זייער שטארק אויפגעכאפט ביים היימישן עולם, מקען זיך שפארן טויזענטער דאלאר דורך קויפן אנליין.

ביים היימישן עולם טוט מען נאר זאכן וואס איז לעגאל....

הלואי

ונבנתה העיר » מאנטאג מאי 13, 2013 4:10 pm

· #114690
איך האב עטליכע מאל געקויפט ביי שאפ4סמאקערס און כ'בין געווען העכסט צופרידן, ביז איין מאל האבן זיי געשיקט נאר איין קארטאן אנשטאט פינף האב איך אויפגעהערט.

אויב געדענק איך גוט האביך געקויפט קעמעל און עס איז געקומען פון מאלדאווע, עס האט געדויערט א שיינע פאר וואכן.

גוגל » מאנטאג מאי 13, 2013 4:21 pm

· #114696
מאך זעכער פארדעם אז דו ווערסט נישט איינגעמיירעט מיט פאלשע סחורה

אברמי פון בארא פארק » מאנטאג מאי 13, 2013 5:34 pm

· #114716
משה רוקח
אברמי פון בארא פארק
אינטרעסאנט אז סאיז נישט זייער שטארק אויפגעכאפט ביים היימישן עולם, מקען זיך שפארן טויזענטער דאלאר דורך קויפן אנליין.

ביים היימישן עולם טוט מען נאר זאכן וואס איז לעגאל....


ס'איז 100% לעגאל, דער איינציגסטער זאך איז אז אמאל קען די customs עס סטאפן און עס נישט ארויסגעבן ווילאנג מען צאלט נישט טעקס אויף דעם, וואס פאר איין קארטאן איז עס גאר א קליינער סכום.
אבער אפילו דעס געשעט זייער זייער זעלטן.
אויסער דעם איז עס לעגאל.
ס'איז פונקט ווי קויפן יעדער אנדערע זאך אנליין פון אמאזאן וכדו' וואס דארט צאלסטו אויך נישט קיין טעקס נאר אויב סקומט פון דיין סטעיט. און טעכניקלי ביסטו אלעמאל שולדיג טעקס ווען דו קויפסט עפעס אנליין, אבער די סטעיטס אליין זאגן אז קיינער צאלט עס למעשה נישט. סא סאיז 100% לעגאל.
זעה דעם לינק פון די רעגירונג'ס וועבזייטל.
<a class="postlink" href="http://www.ttb.gov/tobacco/faq_answers.shtml">http://www.ttb.gov/tobacco/faq_answers.shtml</a>
און דא איז ער פונקטליך מסביר אלע צדדים.
<a class="postlink" href="http://www.go2cheapcigarettes.com/">http://www.go2cheapcigarettes.com/</a>

אברמי פון בארא פארק » מאנטאג מאי 13, 2013 5:38 pm

· #114718
גוגל
מאך זעכער פארדעם אז דו ווערסט נישט איינגעמיירעט מיט פאלשע סחורה

טאקע פארדעם האב איך אנגעהויבן דעם אשכול.