☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » רבי חיים קניבסקי קעגן ר' יהושע רוזנבורג

רבי חיים קניבסקי קעגן ר' יהושע רוזנבורג

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3760

smartinof » זונטאג מאי 12, 2013 7:10 pm

· #114391
רבי חיים קניבסקי קעגן ר' יהושע רוזנבורג
כ'האב געהערט אומקלארע נייעס, [אפשר איז דאס שוין אלטע נייעס] אז ר' חיים קניבסקי האט אנגערופן גאב"ד ירושלים, אז מען זאל זען ארויסווארפן ר' יהושע רוזנברג פון די עדה, פאר דעם חטא פון רעדן אקעגן הרב שטינמן, איינער וויסט עפעס מער פרטים

ר' שמחה » זונטאג מאי 12, 2013 7:44 pm

· #114409

smartinof » מאנטאג מאי 13, 2013 6:38 pm

· #114733
כ'מיין אז ר' חיים פאר ער רופט זיך אן זאל ער קודם דורך טון די נושא ער זאל ויסען פון וואס ס'רעדט זיך דא, ער מיינט נעבעך דא אז מען האנדל'ט ארום איבער א פארשטפטע תוספתא, אדער אויסצוחשבנ'ן אומריכטיגען גמטריא פון זיין טאט'ן דער סטייפלר, ער ווייס נישט מעניני השקפה והנהגה, וגם מילי דעלמא קיין כי הוא זה, און ער רעדט, נישט אז איך בין מצדיק דעם ראדיקאלען רוזנברג פאר'ן שטויסען אן שעלטען, נאר ר' חיים איז נישט דער מענטש וואס זאל זיך דא ארינמישען, בדרך אגב, אפילו בענינים של תורה, איז ער אויך נישט מער ווי א תורה'דיגער חמור נושא ספרים, איך האב שוין דורך געלערנט אפאר בענדער דרך אמונה, חוץ פון מאכן קאפי פעסט פון שטיקלעך חזון איש זאגט ער נישט קיין גרונטליכע סברה, און לדעתי איז ער אויך נישט דער מענטש איבער צו געבן דעת של החזון איש כנהוג בהספרים כהיום, אז ווען מען וויל מברר א שיטת חזון איש לויפט מען צו ר' חיים, צו פארשטיין א שטיקל חזון איש, פאדערט זיך א משנודיגע עדינות השכל, א שטארקייט און סברה, און פארשטיין דקותדיגע חילוקים פארוואס דא פאסט זיך יא די גזירה און דא נישט וכו וכו שמים וארץ בינו לבין החזון איש, און ער איז דער וואס גייט מיר זאגען רוזנבורג איז נישט גוט רב שטינמן יא גוט, ער דארף נאכאמאל געבוירען ווערן צו פארשטיין צו די ענינים, און דעם גלגול [אויב ס'איז דא] האט ער געלאנדעט און פארמאכטען קעסטל פון בלעטער גמרא,
ואל תטעה אז איך מאך חלילה אוועק זיין תורה,חס מלהזכיר, נאר וויבאלד ער זיצט און לערנט מיינט נאך נישט אז ער פארשטייט אן עסק, דעת תורה מיינט, איינער וואס האט דעת און האט תורה, ווערט א קומבנאציע פון דעת-תורה, אבער תורה דערליווערט נישט מער אייקיו פאר מענטש, און מחכימת פתי, ווי פארשטייט זיך איז נישט מער ווי א מליצה, א איינער וואס האט נישט חכמת התורה איז כאילו א פתי וכו' אבער שכל כפשוטו איז א געבורטס מתנה

עוד מישהו » דינסטאג מאי 14, 2013 2:49 am

· #114927
מר סמארטאינאף, קודם כל ר' חיים איז מיט דעם מקיים א פשוט'ע מצוה אין די תורה פון לא תעמוד על דם רעך. קיין שום מענטש איז נישט בארעכטיגט צו באשמוצן אויף אזא אופן א צווייטע איד, א שומר שבת און תורה ומצות, א רב און מנהיג פון אן עדה קדושה, וואס זיין גאנצע עבירה איז, אז ער טראכט אנדערש פון דיר.
די זעלבע תורה וואס דו זאגסט אויף הרב חיים קניבסקי זאג איך אויף ראזענבערג, טאקע ער האט געלערנט און ער איז א ת"ח, אבער שכל האט ער וואו א פערד, והא ראיה ער האט געהאלטן א נארישע דרשה און באשמוצט א צווייטן, דאס אלעס אן טראכטן אויף וואספארא שאדן ס'קען מאכן, סיי פאר זיך און סיי פאר אנדערע רבנים, וואס זענען אין די זעלבע ארגאניזאציע וואו אים. בנוסף לכל זה וואס טוט זיך מיט חילול השם, ניין, נישט הרב שטיינמאן, איך מיין זיין אייגענע ער איז זיך אליין מבזה, וואו אויך איז ער מבזה די עצם מושג פון די טיטל רב.

smartinof » דינסטאג מאי 14, 2013 12:11 pm

· #114992
האסט לכאורה נישט גרונטליך אדורך געליינט מיין תגובה, וואו איך בין מדגיש אז דער רוזנבורג איז נאך אפשר און פערדישקייט א גרעסערע גדול וואו ר' חיים, אבער דאס גרויסט נאך נישט ר' חיים און תחומים וואו ער געהערט נישט, פארשטייסט???