☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » טויבעלע ווארצעל סגולה ארבעט נאר פאר אידען

טויבעלע ווארצעל סגולה ארבעט נאר פאר אידען

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3750

ידען » זונטאג מאי 12, 2013 10:13 am

· #114150
טויבעלע ווארצעל סגולה ארבעט נאר פאר אידען
די NY post מאכט לעצטענס א לעבן אויף אונז און זיי האבען געטראפען אזוי פיל אינטערעסאנטע זאכן און איך מיין אז זיי האבען אויף גענומען א ארבעטער וואס זאל איבער טייטשען די היימישע צייטונגען.

נאך אביסעל וועלען זיי נעמען די דבר יום ביומו מיט די אנדערע צעטלעך און שרייבען די מיליאן סגולות וואס מע זעהט דארט יעדע טאג.

יעצט שרייבען זיי וועגען די סגולה פאר ווארצלעך וואס מע נעמט בליט פון א טויב וואס מע הארגעט און מע לייגט עס און ביז 3 וואכען זעהט מען עס נישט מער.

איינער זאגט דארט פאר די post אז סע ארבעט נאר פאר אידען און נישט פאר די גוים..

גראדע הער איך אז די גוים האבען אויך עפעס א סגולה פון די דאקטוירים און מע דארף נישט הארגענען א טויבעלע פאר עס.


<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.nypost.com/p/news/local/brooklyn/peddling_pigeon_blood_wart_cure_270UgjKrfAw6lMykw6tRIM">www.nypost.com/p/news/local/brooklyn/pe ... lMykw6tRIM</a><!-- w -->

דעת תורה » זונטאג מאי 12, 2013 10:26 am

· #114160
מען דארף איבערגעבן פארן פאוסט אז עס גייט ביידע וועגן; נעמליך, אז דער פחד וואס די גוים האבן פארן נומער ״13״ שאדט נישט פאר די אידן...

איי מין, זיי ווילן אנפאנגן א פארמעסט ווער עס האט מער פאני איינרעדענישן?

היימישער ליטוואק » זונטאג מאי 12, 2013 1:33 pm

· #114239
שוין די העכסטע צייט אז די FDA זאל ארעסטן די אלע כישוף-מאכער, עין-הרע-אפשפרעכער, קמיע-שרייבער, בליי-גיסער, חי-ראטל-טרינקער, טייבל-זעצער, כתובה-לייענער און, יא, אויך די אלטערנטיוו-מעדיצן-שטופער.

קלוג און יונג » זונטאג מאי 12, 2013 5:36 pm

· #114356
דעת תורה
מען דארף איבערגעבן פארן פאוסט אז עס גייט ביידע וועגן; נעמליך, אז דער פחד וואס די גוים האבן פארן נומער ״13״ שאדט נישט פאר די אידן...

איי מין, זיי ווילן אנפאנגן א פארמעסט ווער עס האט מער פאני איינרעדענישן?

ווי האט יענער געזאגט:
יעדער האט שגעונות, דער וואס האט אסאך רופט די וועלט א משוגע'נער.
אלע האבען סגולות. מיר זענען אן עם 'סגולה'...

ידען » זונטאג מאי 12, 2013 5:46 pm

· #114365
קלוג און יונג איז דא


לאטס איהם נישט ארויס

ידען » זונטאג מאי 12, 2013 5:49 pm

· #114369
[ציטאט אראפגענומען]

כאב שוין אמאל געפרעגט אויב מע קען זעהן די ספר אויף די אינטערנעט אדער ווי מע קען עס קויפען ווייל כאב געהערט אז סע א שיינע אינטערעסאנטע ספר