☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ויהי ממחרת, מאכט אייך א שטיקעלע חשבון

ויהי ממחרת, מאכט אייך א שטיקעלע חשבון

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #375

משה געציל » זונטאג אפריל 15, 2012 8:01 pm

· #4716
ויהי ממחרת, מאכט אייך א שטיקעלע חשבון
נא! דער פסח איז שוין פאריבער, מען קען שוין ווייטער עסן די גבעת יאגערט און לאו דוקא די טראדיציאנאלע יאגערט פון מהדרין...
איך מיין אז עס צייט צו מאכען א שטיקעלע חשבון וויפיל פאטעטאס האט איהר איינגעקויפט פאר פסח און וויפיל איז איבערגעבליבען?
וויפיהל קעסטלעך מאראנצען האט איהר מנדב געוועהן נאך יו"ט פאר בלומבערגען?... איז דאס נישט ממש א שאד אויף אידיש געלט?
וויפיהל פונט מצות איז אויסגעגאנגען?
וויפיהל עקסטער העבי דאטי סילבער פויל האט איהר געדארפט צובאדעקען אייער קאנטערס?
אה! שיעור נישט פארגעסן פון די התאחדות זאלץ...
בקיצור די ליסטע איז גרויס, אפשר איז צייט טאקע יעצט ממחרת היו"ט צו נעמען א שטיקעלע פאפיר אין אראפ שרייבען פינקטליך וויפיהל איר דארפט בערך פון א יעדן פראדוקט, איך מיין אז דאס איז גאנץ א גרינגע וועג זיך איינצושפארען פון אומנויטיגע ערב פסח הוצאות.

ידען » זונטאג אפריל 15, 2012 8:38 pm

· #4719
Re: ויהי ממחרת, מאכט אייך א שטיקעלע חשבון
אין ווימ״ס איז דא די פרויינישע דבר יום ביומו און יעדעס יאר א טאג נאך פסח געבן זיי ארויס א צעטל מיט א שיינע טבלה וואס מע קען אויספילן און אוועקלייגן די חשבונות פון די עסן כדי צו וויסן וואס צו קויפן מער אדער ווייניגער נעקסטע יאר.

אבי גערעדט » זונטאג אפריל 15, 2012 8:52 pm

· #4722
Re: ויהי ממחרת, מאכט אייך א שטיקעלע חשבון
<a class="postlink" href="http://www.dvaryoim.com/images/Eishes_Chayil_4_15_12.pdf">http://www.dvaryoim.com/images/Eishes_C ... _15_12.pdf</a> להורדה

שמואל הלוי » זונטאג אפריל 15, 2012 9:55 pm

· #4730
Re: ויהי ממחרת, מאכט אייך א שטיקעלע חשבון
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס די תורה האט געהייסן ציילן און מאכן חשבונות ממחרת הפסח

זר זהב » זונטאג מערץ 17, 2013 1:18 am

· #97516
און יעצט איז די אשכול זייער טיימלי! זאל יעדער ארויסנעמען די פאריעריגע ליסטע וואס משה געציל האט מעורר געווען צו מאכן, און מ'זאל איינקויפן אקארדינגלי.

יואב » זונטאג מערץ 17, 2013 2:24 am

· #97540
עקספארט ביים רוב,
איז געווענדליך געשלאסן און וואך פון פסח,
עצירות איז אויפן העכסטן שטאפל,
די עולם טוהט אומסוקסעספול ארבייטן אויף די כזיתים,
צום באדויער פון די ארומיגע,

אימפארט ווידעראום,
טוהט באאאאאאמען,
מ'רעדט זיך אפ ס'נישט דא וואס צו עסן,
מאידך גיסא פאשעט די עולם ווי פיר פיסיגע חזירים,
די עולם לעבט אויף האאלסעיל,
אלעס ארבייט מיט גרעסערע קוואנטומס,

קנעפלעך שיסן,
געשוואלענע בייכער,
דער אטעם געדיכט,
בקיצור, ס'גייט א רויעך במלוא מובן המילה,

מיט א ניכטערן בליק קוקט מען וואס ס'טוהט זיך אפ אונערהאלב די געדערעם,
א שוידער לויפט ארום די פארשוואכטע ביינער,

ס'אנטפלעקט זיך א שטורמישע זאווערוכע,
א בלוטיגע מלחמה זאנע,

ס'לאזט זיך נישט גלייבן אז דער משכונות דראמע באשטייט סך הכל פון געציילטע עלעמענטן,
וועלעכע האבן געפירט צו אזא דערקייקעלטע פיינפולע פארשוואנגערונג,

גאנצעטע פעלדער מעהל, נישט 18 מינוט פארזוימט, נאר 18 טעג,
הינער שטייגן אייער,
זעק קארטאפל,
3 הארטנאקיגע פאקטארן, דעטס אלל,

אלץ שטייט געשטראנדעט,
אין פולע ויתרוצצו גיערס,
און בעטן בתחנונים מ'זאל זיי באפרייען,

עס קען זיך דאכטן בעת שרייבענדיג די שורות,
בין איך שוין א פסח געליטענער,

דער ענטפער איז אבער העעלס נאוי,

בעת אין א ווילדן גאלאפ נאך קימחאות,
געיעג נאך הנחות,
מארשירן געשעפטן א מטורפדיגער,
פארגאבט ווערן ווי א פרוי פון צאללאזע אדווערטייזמענטס,
שלעפן, מסדר זיין, קלעבן, קראצן,

מיין הער נאר און שוואנג פון שאפן פריש פארבאטענע פארקלעבטע זאנעס,
הייבענדיג טענער אז א טויבער קען הערן,
און א הערענדע קען טויב ווערן,

בקיצור, שטייענדיג אין די סאמע וואך פון פיבערהאפטיגע הכנות צום זמן חירותנו,

לעקיש בער » מיטוואך אפריל 3, 2013 5:48 am

· #100857
וואלט געוועזן כדאי אויב דער עולם עקספיריענסט זייערע מצות , פירמע, פרייז, וכדו',דאס קען העלפן אנדערע פאר נעקסטע יאר,
איך האב געהאט קוממיות מצות, ס'געוועזן עטוואס דעמפיג, אבער נאך א שנעלן איבערבאק איז עס געוועזן געוואלדיג, ספעשיל גוטע טעם,

ברסלבער » מיטוואך אפריל 3, 2013 10:32 am

· #100866
משה געציל
נא! דער פסח איז שוין פאריבער, מען קען שוין ווייטער עסן די גבעת יאגערט און לאו דוקא די טראדיציאנאלע יאגערט פון מהדרין...

אינטערעסאנט אז אינצווישן האבן שוין ביידע באקומען די זעלבע הכשר, נפלאות הבורא.

אגב האט מיר איינער געזאגט אז מאכנדיג א סערוועי איז אים אויסגעקומען אז 95% אידן נעמען זיך פאר צווישן שביעי און אחרון של פסח אז גלייך נאך פסח הייבט מען אן א שטרענגע דייעט, אבער ביי רוב האלט עס אן נאר ביז אסרו חג אינדערפרי...

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 3, 2013 12:53 pm

· #100890
הא הא, איך בין אויך פון די אידן... דערווייל פרוביר איך מיר צו האלטן נאר מיט וואסער. (א קאווע האבעך יא געטרינקען צופרי אין בעסמעדרעש).

ברסלבער » מיטוואך אפריל 3, 2013 1:01 pm

· #100897
די קאצקע-צוקער האב איך געקאט היינט, לאמיר זעהן ווי לאנג עס וועט אנהאלטן.

מור וקציעה » דינסטאג אפריל 19, 2016 1:29 am

· #329895
אפשר איז דא די פלאץ צו ברענגען די ווערטער פון תוספות רי''ד

תוספות רי"ד יבמות י"ב ב' וז''ל:
ואי קשיא היאך התירו חכמים להוציא זרעו לעשות כמעשה ער ואונן. תשובה איזה הוא מעשה ער אונן שאסרה תורה כל שכוונתו כדי שלא תתעבר כדי שלא יכחיש יופייה ואינו רוצה לקיים פריה ורביה ממנה, אבל אם כוונתו שלא תבא לידי סכנה מותר, וכן נמי אם מתכוון לתאוות יצרו ואינו מתכוון שלא תתעבר מותר כדאמרינן בפרק קמא דכתובות ההוא דאתא לקמיה רבי אמר ליה הפכתי לו שלחן והפכו והתירו, והא ער ואונן שלא כדרכם שימשו כדאמרינן לקמן במסכתין, אלא ודאי הם שהייתה כוונתם שלא תתעבר היו עוברים אבל מי שכוונתו להשלים תאוות יצרו אינו עובר.. וחכמים סברי אע"פ שכוונתו שלא תתעבר היא משום סכנה אפילו הכי דומה למעשה ער ואונן


די רמב''ם אין פירוש המשניות פרק ז' משנה ד' רעדט אויכעט עפעס ווי א שטיקעל מאדערענע איבער עניני קדושה, צום באמערקען אז ער האלט אויכעט אז הוצז''ל איז א זהירות והרחקה פון חז''ל,
וז''ל
ואשה הפנויה מותר לאותם שאינה לו ערוה ליהנות בהסתכל ביופים ואין בזה איסור אלא על דרך צניעות והפרישות והוא מן הדברים המותרים כדי שלא יגע באיסור כי החסידים מרחיקין דברים כאילו ואע"פ שהן מותרים מחשש שתנשא אותה אשה וירגיל עמה כמו שהיה עושה לפנים וכן פירשו בפירוש זה שאמר איוב: ברית כרתי לעיני ומה אתבונן על בתולה, אבל אינו אסור אבל אם היה מסתכל בה לידע אם היא יפת מראה כדי שישאנה או אם היא כעורה ולא ישאנה זה ראוי לעשות והתורה מצוה על זה ואנשי מעשה מבעלי תורה מכוונים לעשותו, ... וכבר הזהירו חכמים הרבה על ההרהור והרחיקו מן הדברים המביאים אליו והאריכו לשון לאיים ולהפחיד כל המקשה עצמו לדעת והמוציא שכבת זרע לבטלה וביארו שכל זה אסור אבל אינם מחייבין מלקות [כלומר מכת מרדות] בשום דבר מכיוצא בזה.

נהורא נפישא » דינסטאג אפריל 19, 2016 8:59 am

· #329936
מור, די רמ"א פסקנ'ט דאך אז הוז"ל עם אשתו איז מותר באקראי.

מפוזרי » דינסטאג אפריל 19, 2016 9:05 am

· #329937
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
דווקא בדרך תשמיש

מפוזרי » דינסטאג אפריל 19, 2016 9:06 am

· #329938
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
וכמובן שזה גם כוונת התוס' רי"ד.

נהורא נפישא » דינסטאג אפריל 19, 2016 9:10 am

· #329939
פארוואס דוקא בדרך תשמיש, ביאה שלא כדרכו איז נישט בעסער ווי סתם.

בן אדם » דינסטאג אפריל 19, 2016 9:12 am

· #329940
מפוזרי
וכמובן שזה גם כוונת התוס' רי"ד.

מאי חזית?

נהורא נפישא » דינסטאג אפריל 19, 2016 9:14 am

· #329941
די מקור פון רמ"א איז די פירוש הראשונים אויף הפיכת השולחן, די תוס ' ריד איז פון די וואס טייטשן ביאה שלא כדרכו וואס דאס איז די באזיץ פונעם פסק הרמ"א.

ירח בן יומו » דינסטאג אפריל 19, 2016 9:42 am

· #329949
און לאמיר נישט פארגעסן וואס די בית יוסף שרייבט דארט אויפ'ן ר"י אז ווען ער וואלט געזען דעם זוהר וואלט ער ח"ו נישט געשריבן אזוי.

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 19, 2016 11:16 am

· #329978
וראית את אחורי ופני לא יראו וד"ל

מפוזרי » דינסטאג אפריל 19, 2016 1:47 pm

· #330021
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
נהורא נפישא
פארוואס דוקא בדרך תשמיש, ביאה שלא כדרכו איז נישט בעסער ווי סתם.


ס'איז אוודאי יא בעסער, ביאה שלא כדרכו איז עפ"י תורה א געהעריגע מעשׂה ביאה כּדרך איש באשה, משא"כ דרך איברים.

ואף שאינו ראוי להוליד לא גרע מאילונית, אבל דרך איברים שופך על עצים ואבנים.

דער אמת איז, אז לכבודך האב איך אריינגעבליקט אין טור, וראיתי שבדרישה משמע כמוך. אבל דבריו תמוהים ולא כמשמעות דברי הטור, וראיה ברורה שהרא"ש התיר שלא כדרכו ואסר לשמש במוך שבוודאי לא גרע מדרך איברים.

נהורא נפישא » דינסטאג אפריל 19, 2016 1:55 pm

· #330024
עכ"פ פון תוס' ריד איז משמע די קפידא איז תלוי אין די כוונה, ווייל אויב נישט וואלט ער געברויכט מחלק זיין און זיך שטעלן אויף דעם זורה מבחוץ, נישט אויף די כוונה, הגם מ'קען אפשר זאגן אז סאיז הייני הך.
אריינקוקענדיג האסטו געזעהן אז די באקראי גייט ארויף דוקא אויף הפיכת השולחן און נישט דורך שאר אברים ?

נעגעל וואסער » דינסטאג אפריל 19, 2016 1:57 pm

· #330025
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
נהורא נפישא
עכ"פ פון תוס' ריד איז משמע די קפידא איז תלוי אין די כוונה, ווייל אויב נישט וואלט ער געברויכט מחלק זיין און זיך שטעלן אויף דעם זורה מבחוץ, נישט אויף די כוונה, הגם מ'קען אפשר זאגן אז סאיז הייני הך.
אריינקוקענדיג האסטו געזעהן אז די באקראי גייט ארויף דוקא אויף הפיכת השולחן און נישט דורך שאר אברים ?

מ'האט שוין דן געווען אויף דעם דא במק"א ומשם תדרשו לטובה.
והמלנקים ינלינקו.

געוואלדיג » דינסטאג אפריל 19, 2016 2:29 pm

· #330033
שמעקעדיג
וראית את אחורי ופני לא יראו וד"ל

נהורא נפישא » דינסטאג אפריל 19, 2016 2:32 pm

· #330034
אה דאס איז א רמז אז מ' וויל נישט רעדן דא פון דעם. אז מ'וויל קען מען מעקן אדער אפטיילן. מיט אנטשולדיגונג.

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 19, 2016 2:40 pm

· #330035
איך שטעל עס דערווייל אריין אין מאחורי (לפי בקשת כמה חברים וגם אני בכללם). עס איז צו גראפיק צו לאזן אינדרויסן, כאטש געפילטע פיש מיט אנדערע וועלן קומען זאגן אז מען קען אלעס טרעפן אין ביהמ"ד אין ספרים שאנק....
אבער איך בין מסכים צוריקצוריקן אויב די מנהלים פארשטייען אנדערש, און אפשר קען מען פארוואסערן אביסל די לשונות. אדער טראגן די לעצטערע תגובות צום הוצז"ל אשכול.

טמיר » דינסטאג אפריל 19, 2016 2:46 pm

· #330038
Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים
מור וקציעה, די רמב"ם איז נאר גילטיג פאר א בתולה ביז זי ווערט א נדה

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk