☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואס איז דער אמת'ער חרדי'שער פאפולאציע - אינטערנאציאנאל

וואס איז דער אמת'ער חרדי'שער פאפולאציע - אינטערנאציאנאל

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3745

לאליפאפ » זונטאג מאי 12, 2013 3:28 am

· #114105
וואס איז דער אמת'ער חרדי'שער פאפולאציע - אינטערנאציאנאל
איך וויל דא אויסשמועסן א ענין וואס נייגערט מיר שוין לאנג. נעמליך, וויפיל משפחות וואוינען אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, ירושלים, בני ברק, לאנדאן, אנטווערפן, וכו'.

פון איין זייט איז דא מענטשן וואס זענען זייער אפטימיסטיש דערוועגן און עס זענען וואס זענען זייער פעסימיסטיש דערוועגן.

איך קען געוויסע וואס ווילן זיך לאזן שווערן אז אין בארא פארק, פלעטבוש והגלילות איז דא איבער הונדערט טויזענט פאמיליעס קע"ה!? עס קען זיין אז ס'איז אמת, אבער... עפעס קלעבט נישט, ווייל מאנכע זאגן אז וויליאמסבורג האט נאר 30,000 פאמיליעס, נו! וואו קלאפט עס? איז דא דא איינער וואס האט זיך שוין געזעצט ציילן דעם דיירעקטארי? טאמער יא זאל ער נעמען דעם כבוד און מיר קומען דערציילן די סטאטיסטיקס ביטע!

ווי אויך ווי שטארק וואקסט דער ציבור יערליך? צו וואקסט עס מער אין איין פלאץ וואו אין א צווייטן?

דעת תורה » זונטאג מאי 12, 2013 10:22 am

· #114156
וויליאמסבורג האט אין די געגענט פון 10 - 11 טויזנט משפחות, און בארא פארק ארום צוואנציג מיט טשעינזש. פלעטבוש ווייס איך נישט. די ״100,000״ און ״30,000״ שאצונגען זענען געבויט אויף די פאליצייאישע שאצונגען ביי די פראטעסטן אין מאנהעטן ז״ל. וואס סייענטיסטן מאכן שטארק אוועק זייערע שאץ מעטאדן.

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 12, 2013 10:25 am

· #114159
חרדישע פאפולאציע? קויף די אנשי שלומינו ליסטע און לייג צו אפאר מנינים פאר גור וויזניץ און בעלזא..
וואס רופסטו חרדיש? ווייל לפי ידיעתי זענען דא חרדישע אידן און קראון הייטס און אין סאוט אפריקה אויך?

בן תמליון » זונטאג מאי 12, 2013 11:05 am

· #114172
איך האב אמאל מספר געווען רובע ישראל און געציילט ביזנעס דירעקטאריס. מיר איז אויסגעקומען בערך אזוי: וויליאמסבורג האט 12,000 משפחות, בארא פארק 25,000. מאנסי, לעיקוואד, פלעטבוש האבן לערך 15,000 יעדע. קרית יואל האלט היינט איבער 4,000. ווען מ'רעכנט נפשות איז אביסל אנדערש יעדע געגנט און עס איז נישטא קלארע נומבערס. וויליאמסבורג הייסט האט איבער 50,000, בארא פארק איבער הונדערט טויזנט. קרית יואל האט יא קלארע נאמבערס דורך די ווילדזש, דוכט זיך עס האלט אין עטליכע צוואנציק טויזנט נפשות.

אינעם טי ווי פראגראם איבער חסידים אין אנדערן אשכול זאגט פראפעסער שמואל היילמאן עס זענען דא 350,000 חסידים אינעם טריי סטעיט וואס זעט אויס ריכטיק מער ווייניקער. הגם די שאלה איז צו זענען די לעיקוואדיר און מאנסי ליטווישע גערעכנט פאר חסידים צו נישט. דער ארטאדאקסישער ציבור אין אלגעמיין אין ניו יארק ניו זשערסי ווערט געשאצט אויף לערך א האלב מיליאן.

ווער עס האט קלארערע ציפערן זאל מוסיף זיין.

שמעקעדיג » זונטאג מאי 12, 2013 11:11 am

· #114173
איך האב נישט געציילט, ממילא קען איך נישט מחולק זיין, נאר עס איז מיר פשוט אינטרעסאנט, ווייל לעיקוואד איז דאך ריזיג גרויס (אין שטח), אפשר גרעסער ווי וומסב"ג און ב"פ אינאיינעם, און הגם אין וומסב"ג לעבט מען ווי די סארדינען, איז מיר דאך שווער צו גלייבן אז לעיקוואד האט נישט מער ווי 15,000 אין פארגלייך צו וומסב"ג וועלכע פארמאגט כמעט אזויפיל, 12,000.

בן תמליון » זונטאג מאי 12, 2013 11:24 am

· #114175
בכלל קיין סתירה. קרית יואל איז אויך גרעסער אין שטח ווי וויליאמסבורג. אין איין עיקער לאנד וואינט אין לעיקוואד איין פאמיליע, אין וויליאמסבורג בערך זעכציק.

דעת תורה » זונטאג מאי 12, 2013 12:00 pm

· #114190
בן תמליון, ביזנעס דירעקטארי נעמט אריין פיל מיט געשעפטן, אפיסעס וכו׳.

בן תמליון » זונטאג מאי 12, 2013 12:31 pm

· #114204
לעומת זה לאזט זי אויס גענוג נעמען. ביזנעס דירעקטארי ליסטינגס איז די בעסטע שאצונג וואס מיר קענען האבן מיין איך.

ריינער » זונטאג מאי 12, 2013 12:35 pm

· #114207
שמעקעדיג
איך האב נישט געציילט, ממילא קען איך נישט מחולק זיין, נאר עס איז מיר פשוט אינטרעסאנט, ווייל לעיקוואד איז דאך ריזיג גרויס (אין שטח), אפשר גרעסער ווי וומסב"ג און ב"פ אינאיינעם, און הגם אין וומסב"ג לעבט מען ווי די סארדינען, איז מיר דאך שווער צו גלייבן אז לעיקוואד האט נישט מער ווי 15,000 אין פארגלייך צו וומסב"ג וועלכע פארמאגט כמעט אזויפיל, 12,000.


לויט וואס איך ווייס האט לעיקוואד נישט מער ווי 12,000 משפחות, ס'טאקע ריזיג אין שטח אבער מ'וואונט נישט אזוי צוזאמגעשטופט.

זר זהב » זונטאג מאי 12, 2013 12:37 pm

· #114210
נישט לאנג צוריק איז ארויס געקומען נייע נומערן פון חרדים אין ניו יארק, ס'געווען באריכטעט אין אלע צייטונגען און אויך דא מייניך.

ריינער » זונטאג מאי 12, 2013 12:44 pm

· #114216
און איך ווייס נישט צו די עולם ווייסט אבער ס'אבער דא נאך א שיינע פאר אידישע געגענעטער אין נ.י. און אין נ. דזשערסי מיט טויזענעטער אידישע משפחות - ליטוויש - מאדערן.
טינעק - 4,000 משפחות. פעסעיק - קליפטאן - 4,000 משפחות. פייוו טאונס - פאר-ראקוועי - 10,000 משפחות, קווינס - ווייס איך נישט... ריווערדעיל - 1,000 משפחות און נאך און נאך, און דאס איז אלעס געגענטער ארום אונז... און זיי זענען אלע אמת'ע שומרי תורה ומצוות.

און אז מען וויל גיין ווייטער וועט מען קיינמאל נישט ענדיגן, אין אמעריקע אליינס, שיקאגא למשל האט א 4,000 משפחות, לאס אנדזשעלעס בערך א 10,000 משפחות, דעטרויט בערך 3,000 משפחות און אזוי ווייטער...

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 12, 2013 1:24 pm

· #114232
ריינער
טינעק - 4,000 משפחות. פעסעיק - קליפטאן - 4,000 משפחות. פייוו טאונס - פאר-ראקוועי - 10,000 משפחות, קווינס - ווייס איך נישט... ריווערדעיל - 1,000 משפחות און נאך און נאך, און דאס איז אלעס געגענטער ארום אונז... און זיי זענען אלע אמת'ע שומרי תורה ומצוות.

WOW
מ'קען משוגע ווערן ווי ווייט די רבי'ס השפעה, מיטן גרינדען אמריקה, איז אנגעקומען.