☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מרידה באומות נוסח ווילי

מרידה באומות נוסח ווילי

56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3733
בלאט: 1 2

יואליש » דאנערשטאג מאי 9, 2013 4:00 pm

· #113508
כ'ווייס נישט אויב דאס באלאנגט אין "פאזיטיווי ליכט אין די מידיא אויף חרידים" אדער אין "נעגעטיווע ליכט אין די מידא אויף חרידים" אדער אין "ביציקלעך - חוקת הגוי."

קודם לייג איך עס דא.

<a class="postlink" href="http://animalnewyork.com/2013/watch-a-group-of-hasids-terrorize-a-williamsburg-cyclist/">http://animalnewyork.com/2013/watch-a-g ... g-cyclist/</a>

יואליש » דאנערשטאג מאי 9, 2013 4:34 pm

· #113523
[ציטאט אראפגענומען]


אמת, דאס קען זייער נערווירן א דרייווער. אבער פארוואס קען מען נישט גיין בדרכי נועם, ווי למשל בעטן פאפא רב שליט"א זאל רעדן צו לינקאלן רעסלער דערוועגן?

זר זהב » דאנערשטאג מאי 9, 2013 4:42 pm

· #113524
ס'זעהט אויס ווי דער גוי האט געוואלט א גוטן ווידעא, און ער שפילט טאקע אריין אין זיינע הענט, האט ער נישט געזען אז מ'רעקארט עס?

יואליש » דאנערשטאג מאי 9, 2013 4:43 pm

· #113525
זר זהב
ס'זעהט אויס ווי דער גוי האט געוואלט א גוטן ווידעא, און ער שפילט טאקע אריין אין זיינע הענט, האט ער נישט געזען אז מ'רעקארט עס?


בייקערס איבעראל האבן א האבי פון פארן מיט קאמערעס, ספעציעל אין ניו יוארק סיטי ווי זיי שפירן זיך ווי קאזאק הנגזל מיט די פאליציי און מיט דרייווערס. זיך אויף יוא טוב.

זר זהב » דאנערשטאג מאי 9, 2013 4:47 pm

· #113527
אה נישט געוויסט.

דער אינגערמאן סאונד אביסעלע סלאו אויך.

איך אויך » דאנערשטאג מאי 9, 2013 4:54 pm

· #113530
פון דער אנדערע זייט אויב די מעשה וואלט געווען פארקערט מיט א איד אין א שווארצע/ספאנישע געגנט וואלט דער איד שוין לאנג געדארפט א אמבולאנס ,ספעציעל ווען דער גראבער ספאנישע האט אנגעהויבן צו גיין מיט הענט. אמאל בענקט זיך עס צו די גוד אלד-פעשאנד כככאאאפפפצעעמס דער פעשליכער וואלט פאר צוויי וואכן נישט געקענט הייבן הענט בכלל.

איחוד פעלד » דאנערשטאג מאי 9, 2013 10:11 pm

· #113677
מרידה באומות נוסח ווילי
<a class="postlink" href="http://animalnewyork.com/2013/watch-a-group-of-hasids-terrorize-a-williamsburg-cyclist/">http://animalnewyork.com/2013/watch-a-g ... g-cyclist/</a>


בעצם האט דער גוי אים געשלאגען די קאר מיט דער האנט, ווייל דער אינגערמאן איז געפארען צו נאנט צו זיין ביציקעל.

דער איד מאכט אן עסק שלא כדין, און הקב"ה ברוב רחמיו וחסדיו האט צוגעשיקט דער צווייטער גוי כדי עס זאל נישט ארויסקומען א גרעסערע מכשול.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 9, 2013 10:18 pm

· #113686
K9

The site you tried to visit belongs to a category that your computer is set to block

because it is currently categorized as: Adult / Mature Content Political / Activist Groups Open Image / Media Search

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 9, 2013 10:41 pm

· #113697
זר זהב
ס'זעהט אויס ווי דער גוי האט געוואלט א גוטן ווידעא, און ער שפילט טאקע אריין אין זיינע הענט, האט ער נישט געזען אז מ'רעקארט עס?

אבער דער עיקר סומאטאכע האט זיך אנגעהויבן ווען דער בייק ריידער זאגט פאר די אנדערע חברה אין בלויען קאר (אויף ספאניש) "ער (דער איד) לאזט מיך נישט גיין". איך געב קרעדיט פאר דעם יונגערמאן אז ער לאזט זיך נישט שפייען אין די קאשע.

גנדי » פרייטאג מאי 10, 2013 12:30 am

· #113717
דער ווידיא האט מיר זייער אויפגערעגט. ער האט געמאכט א חילול השם איום ונורא.

דער אינגערמאן האט 3 מאל שיעור אראפגעהאקט דעם מענטש, און נאכדעם לאזט ער עם נישט גיין?

וואס איז געווען דער פלאן פון דעם יונגערמאן? ער גייט עם אויפהאלטן, און???

ער רעדט נארישקייטן, ער לאכט, מאכט מיט די הענט, שרייט אריין פאר 911 LIAR - לאכט "באלאני מאקאראני"...

פון ווי קומט אזא הנהגה? ער מיינט ער איז אין מקוה?

ער האט מזל די גוי זעצט אים נישט איין פארן נישט לאזן גיין...

גנדי » פרייטאג מאי 10, 2013 12:36 am

· #113719
berlbalaguleh
זר זהב
ס'זעהט אויס ווי דער גוי האט געוואלט א גוטן ווידעא, און ער שפילט טאקע אריין אין זיינע הענט, האט ער נישט געזען אז מ'רעקארט עס?

אבער דער עיקר סומאטאכע האט זיך אנגעהויבן ווען דער בייק ריידער זאגט פאר די אנדערע חברה אין בלויען קאר (אויף ספאניש) "ער (דער איד) לאזט מיך נישט גיין". איך געב קרעדיט פאר דעם יונגערמאן אז ער לאזט זיך נישט שפייען אין די קאשע.


אז ער לאזט זיך נישט שפייען אין די קאשע?

וואס האט שוין דער ביציקל געטוהן? געפארן אינמיטן גאס? געקלאפט אויף זיין פענסטער אז ער זאל אים נישט איבערפארן?

הכונו לחילול השם גדול...

עס איז ארויף אויף רעד-איט און אויף גאטעמיסט, פון דארט גייט עס וואקסן אויף הייבן...


ווי קען איך אנרופען דעם אינגערמאן און אויס-מוסר'ן?

ווי קען מען שרייבן א מחאה און גילוי דעת צו מעביר זיין די חרון אף?

petergrifin » פרייטאג מאי 10, 2013 1:26 am

· #113732
פארװאס טראכט איך יעצט ״די אלטע סאקמערע אזיאטישער מארמארעשער פערד״?
און האט מען איהם נישט אויס געלערנט אז מען פוינט (טײטעלט?) נישט מיט דער פינגער?

אברמי פון בארא פארק » פרייטאג מאי 10, 2013 1:30 am

· #113734
דער אינגערמאן איז לאקי אז די פאליציי איז נישט געקומען, ער וואלט זיכער געווארן ארעסטירט פאר
FALSE ARREST און HARRASMENT. הגם דער גוי קען נאך PRESS CHARGES.
דאס איז זיכער אז ער האט זייער נישט קלוג געהאנדלט.
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Unlawful_arrest">http://en.wikipedia.org/wiki/Unlawful_arrest</a>

יואליש » פרייטאג מאי 10, 2013 1:37 am

· #113736
(למען הפונקטליכקייט, איך האב נישט געעפענט דעם אשכול. די מנהלים האבן אריבערגעפירט מיין תגובה פון ווי כ'האב עס געפאוסט, און א נאמען געגעבן די אשכול.)

בדחן » פרייטאג מאי 10, 2013 1:40 am

· #113737
גנדי
עס איז ארויף אויף רעד-איט און אויף גאטעמיסט, פון דארט גייט עס וואקסן אויף הייבן...
אף?


מה זה רעד-איט? גאטסמיט?

זר זהב » פרייטאג מאי 10, 2013 1:52 am

· #113741
2 וועב זייטלעך

גבאי » פרייטאג מאי 10, 2013 1:57 am

· #113743
יואליש
(למען הפונקטליכקייט, איך האב נישט געעפענט דעם אשכול. די מנהלים האבן אריבערגעפירט מיין תגובה פון ווי כ'האב עס געפאוסט, און א נאמען געגעבן די אשכול.)

איך האב געפירט די תגובות אהער, און דער אשכול איז לכתחילה געעפנט געווארן דורך איחוד פעלד, און דער נאמען האט ער געגעבן. וויבאלד דו זיצסט יעצט דער ערשטער אין דעם אשכול האסטו יעצט די מעגליכקייט צו טוישן דעם נאמען אויב עס געפעלט דיר נישט.

אברמי פון בארא פארק » פרייטאג מאי 10, 2013 2:07 am

· #113744
גנדי
berlbalaguleh
זר זהב
ס'זעהט אויס ווי דער גוי האט געוואלט א גוטן ווידעא, און ער שפילט טאקע אריין אין זיינע הענט, האט ער נישט געזען אז מ'רעקארט עס?

אבער דער עיקר סומאטאכע האט זיך אנגעהויבן ווען דער בייק ריידער זאגט פאר די אנדערע חברה אין בלויען קאר (אויף ספאניש) "ער (דער איד) לאזט מיך נישט גיין". איך געב קרעדיט פאר דעם יונגערמאן אז ער לאזט זיך נישט שפייען אין די קאשע.


אז ער לאזט זיך נישט שפייען אין די קאשע?

וואס האט שוין דער ביציקל געטוהן? געפארן אינמיטן גאס? געקלאפט אויף זיין פענסטער אז ער זאל אים נישט איבערפארן?

הכונו לחילול השם גדול...

עס איז ארויף אויף רעד-איט און אויף גאטעמיסט, פון דארט גייט עס וואקסן אויף הייבן...


ווי קען איך אנרופען דעם אינגערמאן און אויס-מוסר'ן?

ווי קען מען שרייבן א מחאה און גילוי דעת צו מעביר זיין די חרון אף?

Whats the link to the reddit article?
Icouldnt find it.

טאמבל סאס » פרייטאג מאי 10, 2013 6:43 am

· #113750
וואס איך האב ארויסגענומען פונעם קליפ איז:
מיט אזא שיינעם בויך, דארף מען די הויזן שוין ארויף ציען נאך איידער מ'קומט ארויס פון קאר!
נאכדערצו אויב גייט דאס זיין אין צענטער פונעם אוידענץ.

גנדי » פרייטאג מאי 10, 2013 9:18 am

· #113770
Reddit

<a class="postlink" href="http://www.reddit.com/r/videos/comments/1e0d14/oh_brooklyn_hasidim_harass_a_cyclist_in/">http://www.reddit.com/r/videos/comments ... yclist_in/</a>

גנדי » פרייטאג מאי 10, 2013 9:20 am

· #113771
youtube clip over 70,000

Top Comment
And they still wonder why no one likes them

<a class="postlink" href="http://youtu.be/FEKhgBye5K0">http://youtu.be/FEKhgBye5K0</a>

boxcover » פרייטאג מאי 10, 2013 9:23 am

· #113772
א חילול השם, איום ונורא. ווי האט מען נישט מורא!

מ גפני » פרייטאג מאי 10, 2013 9:36 am

· #113776
petergrifin
פארװאס טראכט איך יעצט ״די אלטע סאקמערע אזיאטישער מארמארעשער פערד״?
און האט מען איהם נישט אויס געלערנט אז מען פוינט (טײטעלט?) נישט מיט דער פינגער?

איז "סאקמער" אין אזיע??

משולם שטיינפעלד » פרייטאג מאי 10, 2013 9:43 am

· #113779
די דעסקריפשאן אויפן ווידיאו שרייבן זיי
That he slammed into the vehicle
אין אידיש זאגט דער אינגערמאן פאר פארבייגייער, ער האט געהאקט אויף מיין קאר.

איז ער משוגע צו וואס? כלשון קדשו, איך וויל אים מאכן אביסל העדעיקס....

ער קלאפט אויף דיין קאר, פאק איין און פערטיג, וואס האסטו געהאט פון אים אפשטעלן?

דעת תורה » פרייטאג מאי 10, 2013 10:14 am

· #113791
petergrifin
פארװאס טראכט איך יעצט ״די אלטע סאקמערע אזיאטישער מארמארעשער פערד״?


ווייל דו הערסט צופיל נחום ראזענבערג... (אדער אייזיק געשטעטנער, איך מיין ער נוצט אויך דעם אויסדריק)

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 10, 2013 1:28 pm

· #113892
מיין פילטער האט דאס געבלאקט, נישט געקענט זעהן ביז יעצט.
דער אינגערמאן, האט זיכער געהאט א שווערע טאג, און געווארן זייער געטשעפעט פון די בענ"ג. דער גוי, באקלאגט זיך אז ער פילט ער פאלט אלץ א קרבן.. אוי זאגט ער גוט...
וואס איך נעם ארויס פון די קליפ, להלכה למעשה: ווען דו זעהסט אזא אנלויפעניש, שטיי ווייט. כל תנועותיך בקליפ נראים.

יידל » פרייטאג מאי 10, 2013 1:37 pm

· #113899

פרענטש וואנילע » פרייטאג מאי 10, 2013 1:52 pm

· #113908
petergrifin
פארװאס טראכט איך יעצט ״די אלטע סאקמערע אזיאטישער מארמארעשער פערד״?
און האט מען איהם נישט אויס געלערנט אז מען פוינט (טײטעלט?) נישט מיט דער פינגער?


דו זאלסט אויפהייבען א טעלעפאון אנקאלען איבערבעטען דעם יונגערמאן! ער איז דיר מוחל אז דו רופסט אים פערד און אייזעל, אבער דער "בעלזער" יונגערמאן איז דיר נישט מוחל פאר אים אנרופען "סאטמארער"..

איך אויך » פרייטאג מאי 10, 2013 2:08 pm

· #113918
איך האב געמיינט איך בין דער איינציגסטער וואס זעהט נישט די גרויסע עולה וואס דער איד באגייט, סך הכול וויל ער עם אפהאלטן ביז שומרים/פאליציי קומען אן.

יידל » פרייטאג מאי 10, 2013 2:12 pm

· #113919
[ציטאט אראפגענומען]

און דער "אנגעפרעסענער שונא ישראל" האט געזען פאר וויכטיג צו בעטן אז מ'זאל נישט לאזן קיין ראסיסטישע קאממענטס אויפן ווידעא און אז דער איד רעפרעזענטירט נישט די אידישע קאמיוניטי - פארוואס?

זר זהב » פרייטאג מאי 10, 2013 2:14 pm

· #113920
אמת.. אבער ווייסטאך דארט ליגט די אייער נישט ווארפן... (איך זאג טאקע נישט אז ער איז א שונא ישראל, איי דאונט נאו)

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 10, 2013 4:41 pm

· #113946
זר זהב
אמת.. אבער ווייסטאך דארט ליגט די אייער נישט ווארפן... (איך זאג טאקע נישט אז ער איז א שונא ישראל, איי דאונט נאו)

אבער ס'האט געסאונדט ווי דער שגץ איז דערשראקן.

petergrifin » פרייטאג מאי 10, 2013 5:24 pm

· #113958
דעת תורה
petergrifin
פארװאס טראכט איך יעצט ״די אלטע סאקמערע אזיאטישער מארמארעשער פערד״?


ווייל דו הערסט צופיל נחום ראזענבערג... (אדער אייזיק געשטעטנער, איך מיין ער נוצט אויך דעם אויסדריק)


װײל איך האב איהם אמאל אויס געהערט
דער צװײטער נאמען דערקען איך נישט

petergrifin » פרייטאג מאי 10, 2013 5:27 pm

· #113961
פרענטש וואנילע
petergrifin
פארװאס טראכט איך יעצט ״די אלטע סאקמערע אזיאטישער מארמארעשער פערד״?
און האט מען איהם נישט אויס געלערנט אז מען פוינט (טײטעלט?) נישט מיט דער פינגער?


דו זאלסט אויפהייבען א טעלעפאון אנקאלען איבערבעטען דעם יונגערמאן! ער איז דיר מוחל אז דו רופסט אים פערד און אייזעל, אבער דער "בעלזער" יונגערמאן איז דיר נישט מוחל פאר אים אנרופען "סאטמארער"..

אכן נודע הדבר פארװאס ער קען ענגליש

גדעון » פרייטאג מאי 10, 2013 5:30 pm

· #113965
ווער סהאט א רעדיט אקאונט זאל מוחל זיין און אראפרוקען די פאסט

הוגה » פרייטאג מאי 10, 2013 7:31 pm

· #113998
אנטשולדיגטס מיר חברים, אבער איר זענט נישט גערעכט. וואס גייט מיך אן צו דער גוי איז א שונא ישראל אדער נישט? איי רילי דאונט קעיר. דער יונגערמאן האט אבער יא מיר פערזענליך בעוול'ט, און ער האט בעוול'ט כלל ישראל. א איד פירט זיך נישט אזוי אויף. וואס איז געשעהן? דער גוי האט געהאקט אויף דיין קאר? וויש דיך אפ די נאז און פאר ווייטער! שטעל אים נישט אפ אינמיטן וויליאמסבורג און מאך אים פילן אז ער איז כאילו אין מיטן הארלעם.

דאס איז פראקטיש גערעדט. פון א תורה'דיגע בליק קען מען גיין א טריט ווייטער. קוק וואס איז ארויסגעקומען פון דעם, א חילול השם וואס מיר ווייסן נישט יעצט די קאנסיקווענצן דערפון. וואס אויב דער בייק דרייווער וועט אמאל זיין אין א דזשורי פאר א פרומע איד? וואס וועט זיין אויב איינער פון די טויזנטער גוים וואס זעהן די ווידיאו איז אין א דזשורי פאר א איד? נו, חז"ל זאגן דאך מגלגלין חוב ע"י חייב, און עבירה גוררת עבירה.

בדחן » מוצ"ש מאי 11, 2013 10:17 pm

· #114014
זייט ווען רעפנזעטירט איין יונגערמאן גאנץ כלל ישראל? אדער גאנץ וומסב״ג?

הרף. לאזט אפ דעם יונגערמאן, ער איז נישט וומסב״ג, און וומסב״ג איז נישט דער יונגערמאן, יעדער איז פאר זיך אליינס אחראי און ווען איינער טוט עפעס טוט ער עס פאר זיך און נאר פאר זיך, און ער רעפענזיטירט נאר זיך. ער קען טיען מה שיבו חפץ און קיינער זאל נישט אריינרעדן.

יואליש » מוצ"ש מאי 11, 2013 10:23 pm

· #114015
בדחן
זייט ווען רעפנזעטירט איין יונגערמאן גאנץ כלל ישראל? אדער גאנץ וומסב״ג?

הרף. לאזט אפ דעם יונגערמאן, ער איז נישט וומסב״ג, און וומסב״ג איז נישט דער יונגערמאן, יעדער איז פאר זיך אליינס אחראי און ווען איינער טוט עפעס טוט ער עס פאר זיך און נאר פאר זיך, און ער רעפענזיטירט נאר זיך. ער קען טיען מה שיבו חפץ און קיינער זאל נישט אריינרעדן.

אויס מענטש » מוצ"ש מאי 11, 2013 10:24 pm

· #114016
ווען איינער האט א אזא מעשה אין הארלעם וואלט ער דען נישט געזאגט א שווארצער אין הארלעם ?! די זעלבע זאך זאגט דער גוי, א איד אין וומ"ס. אין דאס מיינט שוין איינמאל אלע אידן אין וומ"ס!

הוגה » מוצ"ש מאי 11, 2013 10:33 pm

· #114017
בדחן
זייט ווען רעפנזעטירט איין יונגערמאן גאנץ כלל ישראל? אדער גאנץ וומסב״ג?

הרף. לאזט אפ דעם יונגערמאן, ער איז נישט וומסב״ג, און וומסב״ג איז נישט דער יונגערמאן, יעדער איז פאר זיך אליינס אחראי און ווען איינער טוט עפעס טוט ער עס פאר זיך און נאר פאר זיך, און ער רעפענזיטירט נאר זיך. ער קען טיען מה שיבו חפץ און קיינער זאל נישט אריינרעדן.


שטעק נישט די קאפ אין זאמד אריין. פאקט איז, אין די היינטיגע יו-טוב טוויטער עידזש האט א פריוואטע מענטש'ס אקטן קאנסיקווענצן פארן כלל. דיין טענה - ווי גערעכט עס זאל נאר זיין - וועט נישט העלפן אראפ ברענגן די שנאת ישראל, און עס וועט נישט קאנווינסען א בייעסד דזשורי. דאס איז אויסער די פאקט אז דער מענטש איז א בהמה פארן מאכן אזא שפיל איבער אזא נארישקייט. סאו יעצט ווערן מיר אלע אנגעקוקט ווי בעיביס אויך.

דבילה » מוצ"ש מאי 11, 2013 10:48 pm

· #114019
ווען דער ערל האט ווען נישט א קעמערא... און ער שטויסט אן מיט אן אנגעפרעסענעם מעמבער פון דער פרימיטיווע שבט.. גייט ער נישט ארויס א לעבעדיגע. און דאס אלעס פון דער פלאץ וואס טוט פראקלאמירן אז ביי זיי הערשט נישט
violence

יידל » מוצ"ש מאי 11, 2013 11:07 pm

· #114021
גדעון
ווער סהאט א רעדיט אקאונט זאל מוחל זיין און אראפרוקען די פאסט

כ'מיין מ'זאל אויפסעטן א באנטש רעדיט אקואנטס און דער עולם וועט געבעטן ווערן צו נעמען יעדער איינער לכה"פ 5 אקאונטס אראפצוריקן די פאוסט. וואו זענען די מארטין גראסמאן עסקנים?

בדחן » מוצ"ש מאי 11, 2013 11:35 pm

· #114034
הוגה
שטעק נישט די קאפ אין זאמד אריין. פאקט איז, אין די היינטיגע יו-טוב טוויטער עידזש האט א פריוואטע מענטש'ס אקטן קאנסיקווענצן פארן כלל. דיין טענה - ווי גערעכט עס זאל נאר זיין - וועט נישט העלפן אראפ ברענגן די שנאת ישראל, און עס וועט נישט קאנווינסען א בייעסד דזשורי.


לאמיר דיר אויפקלערן א נקודה, זייט די יו-טוב עידש ווי זייער אסאך רחמנות חברה זענענן געווארען עקספערטען איבער רעליגע, און אינטערן מאנטעל פון או.טו.די געבן זיי יעדן צווייטען טאג סטעטמעינטס און אינטערוויס איבער אונזער לעבענס שטייגער, האט שוין כמעט יעדער רעכטדענקיגער מענטש אויפגעגעבן אויף אראפ צו ברענגן שנאת ישראל און צו איבערצייגען דעם גוי אז ער זאל אונז פארשטיין,

פארפאלן מען איז און גלות און אויב דאס איז באשערט so be it, לאמיר האפן אויפן בעסטן אבער אינדערמין טיים קען מען נאר טיען וואס מען קען, און מען קען נישט צוריק קיקען און זיין ביזי אויף די זאכען.

Starbucks » מוצ"ש מאי 11, 2013 11:37 pm

· #114035
דער אינגערמאן האט אין אפאר מינוט אפגעווישט דאס גאנצע סימפאטיע וואס חרדישע יידן האבן גענאסן צוליב די שרעקליכע עקסידענט אויף קענט עוו. ווען די דריי נפשות זענען אזוי פריצייטיג אומגעקומען.

בדחן » מוצ"ש מאי 11, 2013 11:55 pm

· #114053
הער אויף העצן קעגן א אינדעווידשעל אינגערמאן, עס איז נישט געווען קיין סימפאטיע בעפאר, און די שאדען איז נישט ווייס איך וואס,
מיר דא האבן א טבע אז מיר קוקען אלעס מיט א פארגעסערונג גלוז און יעדע זאך מעסט מען אפ מיט וומסב״ג ברילען, דער גוי וואס זעט עס ווייסט סיי ווי נישט די פינקטליכע וומסב״ג גרעניץ איז און ווי די גלילות ענדיגט זיך, און פון ווי מעג מען שוין יא מאכען א עירוב און פארקויפן דירות פאר ארטיסטען.

ראוד-רענטש מאכט זיך איבעראל, און ביי יעדעם איינעם.

יואליש » זונטאג מאי 12, 2013 12:47 am

· #114073
גבאי
יואליש
(למען הפונקטליכקייט, איך האב נישט געעפענט דעם אשכול. די מנהלים האבן אריבערגעפירט מיין תגובה פון ווי כ'האב עס געפאוסט, און א נאמען געגעבן די אשכול.)

איך האב געפירט די תגובות אהער, און דער אשכול איז לכתחיל
ה געעפנט געווארן דורך איחוד פעלד, און דער נאמען האט ער געגעבן. וויבאלד דו זיצסט יעצט דער ערשטער אין דעם אשכול האסטו יעצט די מעגליכקייט צו טוישן דעם נאמען אויב עס געפעלט דיר נישט.


- עמא פזיזא
- עם סגולה.
- ממלכת כהנים
וומ"ס אויף (פיר) רעדער

גנדי » זונטאג מאי 12, 2013 6:04 pm

· #114376
די אינגערמאן דארף ווערן באשטראפט ווייל ער איז א סכנה פאר די מענטשהייט. ער האט דריי מאל געטוהן א סכנה'דיגע אקט, און דערנאך אום-לעגאל גענומען די געזעץ אין די אייגענע הענט און איינגעצוימט אן אומשילדיגע מענטש.

היינט האט ער עס געטוהן פאר א ביציקעל דרייווער, מארגן וועט ער נאכאמאל ווערן נערוועז און וועלן ווייזן ער איז באלעבוס, ער וועט געבן א צו ארויף די הויזן און עס טוהן פאר מיר, פאר דיר און פאר אונזערע קינדער.

שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך.
אלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעו.

ווייסט איינער די נאמען פון דער אינגערמאן?

Starbucks » זונטאג מאי 12, 2013 6:49 pm

· #114387
בדחן
הער אויף העצן קעגן א אינדעווידשעל אינגערמאן, עס איז נישט געווען קיין סימפאטיע בעפאר, און די שאדען איז נישט ווייס איך וואס,
מיר דא האבן א טבע אז מיר קוקען אלעס מיט א פארגעסערונג גלוז און יעדע זאך מעסט מען אפ מיט וומסב״ג ברילען, דער גוי וואס זעט עס ווייסט סיי ווי נישט די פינקטליכע וומסב״ג גרעניץ איז און ווי די גלילות ענדיגט זיך, און פון ווי מעג מען שוין יא מאכען א עירוב און פארקויפן דירות פאר ארטיסטען.

ראוד-רענטש מאכט זיך איבעראל, און ביי יעדעם איינעם.


Don't insult our inteligence. תורות לאקשן פארקויף א צווייטן.

און ס'איז "ראוד רעידש" נישט ראוד-רענטש, געז רענטש, אדער פרענטש וואנילע.

פרענטש וואנילע » זונטאג מאי 12, 2013 10:34 pm

· #114471
סטארבאקס: אדער פרענטש וואנילע.
--------------------------------------------------------------------------------
אהבתי..

הקטן » מאנטאג מאי 13, 2013 9:45 am

· #114577
איך מיין אז מרידה באומות איז נישט שייך איעדעס מאל א איד האט צי טיען מיט א גו.
משה בער בעק האט אמאל ארויסגעגבן א קונטרס שוא שקד שומר אגעגען חברה שומרים, באט איי טינק הי איז וואן טרעק מיינדעד ענד הי איז מיסטעקרינג.
בלאט: 1 2