☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » הדר קבלוה אפדעיטס

הדר קבלוה אפדעיטס

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3731

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 7:38 pm

· #113607
הדר קבלוה אפדעיטס
6:38 - פון אדמורי"ם דערווייל בלויז רבי שמעלקא לייפער אדמו"ר מחוסט געפונט זיך אויף דער אויבן אן

7:04 - חליסה רב איז שוין אוועק געגאנגען פון דער מעמד

7:05 - רבנים הייבן אן צוקומען

7:17 - אדמו"ר רבי יעקב יוסף האלבערשטאם שליט"א אנגעקומען מיט פיר גבאים, איינער פון די גבאים מיט א לעדערנע ספר אולי א תהלים

7:25 - הגאון רבי מיכל שטיינמעץ גייט יעצט ארויף צו זיין מקום הראוי לו

זר זהב » דאנערשטאג מאי 9, 2013 7:39 pm

· #113608
ישר כח, ברענג ווייטער אפדעיטס. א דאנק
נאר וואטש מ'זאל דיר נישט צו'מזיק'ן דיין פאון דארט

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 7:47 pm

· #113612
א גרויסע עולם האט אנגעהויבן אריין צו שפאצירן (זעהט אויס אפאר באסעס זענען אנגעקומען).
די זיצען הייבן זיך אן אנצופילען
אבער סשלעפט זיך, דער פראגראם פאהר נישט, אולי דארף איך זיי געבן נאך אביסל צייט.

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 7:53 pm

· #113614
זיצט שוין אויבן אן:
הרה"ג ר' אי"ה ביק
רבי דוד אייכנעשטיין
רבי יחיאל באב"ד
רבי חיים יוסף פריעדמאן
הרה"צ טעהטשער רבי
רבי חיים יעקב טויבער
הרה"צ ספינקא רבי 18
הרה"צ נירבאטור רבי
הרה"צ קאסובער רבי
הרה"צ אבד"ק סאטמאר ב"פ
7:30 - רבי משה וואלפסאן זאגט תהלים, נאך דעם וואס דער גריבוב'ער רבי'ס זוהן האט איהם אויפגערופען

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 7:54 pm

· #113616
SPRINGELS אייס קרים באקומט קאסטאמערס...

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 7:55 pm

· #113617
רבנים ואדמורי"ם זיצען אויסגעמישט, נישט דא איין צענטראלע שיינע זיץ אויף דער אויבן אן

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 7:56 pm

· #113618
אסאך אידן גייען שוין אוועק כנראה פון די וואס זענען געוועהן 6:30

שלשלת » דאנערשטאג מאי 9, 2013 7:59 pm

· #113619
שכח פאר די אפדעיטס. קיפ איט אפ

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 7:59 pm

· #113620
כ'האב מורא צו געבן ווייטערדיגע אפדעיטס מ'האט מיר געבעטן אוועק צו לייגען, עמיר זעהן.

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 8:01 pm

· #113621
למען הידיעה, רבי חיים יעקב טויבער איז אנגעקומען מיט ר' אפרים בארענשטיין,

אסאך מאנשי וחסידי מהר"א ומהרי"י מסאטמאר זענען זיך משתתף.
פון באבוב איז גראדע דא זייער א קליינע עולם.

הוגה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 8:04 pm

· #113623
IMG-20130509-WA0081.jpgבארא פארק
IMG-20130509-WA0088.jpg IMG-20130509-WA0086.jpg

Starbucks » דאנערשטאג מאי 9, 2013 8:04 pm

· #113624
ווער פון די רבנים האט די שענסטע בארד?
שענסטע פיאות?
ווער איז דער גרעסטער בעל בשר?
וועמענס גבאי ווארפט די שארפסטע בליקן?

הוגה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 8:05 pm

· #113625
מאנסי
IMG-20130509-WA0087.jpg IMG-20130509-WA0087.jpg

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 8:06 pm

· #113626
מיט אנפילען דעם פלאץ האבען זיי הצלחה

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 8:08 pm

· #113627
Starbucks
ווער פון די רבנים האט די שענסטע בארד?
שענסטע פיאות?
ווער איז דער גרעסטער בעל בשר?
וועמענס גבאי ווארפט די שארפסטע בליקן?


זעהט מיר אויף ווי רבי יעקב יוסף האלבערשטאם וויל אריין קעשן פון דעם אווענט, ער קומט פאהר אלץ דער גרעסטע רבי אין ב"פ.

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 8:12 pm

· #113631
אקע, איים סארי, כ'וואלט געוואלט שרייבן מער, אבער א עסקן, וואס מיינט "טאקע" בלויז דעם רבונו של עולם וד"ל, האט מיר אנגעשריגן, נאכדעם ווי איינער האט געזעהן בגניבת דעת אז כ'בין אויף דער אינטערנעט, ער האט מיר אנגעשריגן "דו ביסט א קל א מחוצף, דו מאכסט ביליגע דעם גאנצע אווענט, קענסט דיך גיין פון דא". כ'האב באקומען בושות היות ער האט דאס געזאגט בקול רם אז עטליכע ארומיגע האבען דאס געהערט.

זייטס געזונט, אפשר קען מיר איינער איבערנעמען.

משולם טענענבוים » דאנערשטאג מאי 9, 2013 8:17 pm

· #113633
אין וואס איז מיט המבזה פני חבירו ברבים ?

אויס מענטש » דאנערשטאג מאי 9, 2013 8:20 pm

· #113634
אה! טייערע אידן קומט אין ביהמ"ד, א מחי' מען קען לערנען מיט א רואיקייט אלע בחורים און נערווען קריכערס זענען נישטא
חשבתי דרכי למקום פלוני לסטעדיום פלוני אני הולך ורגלי מוליכות אותי לבית המדרש
רבותי
קיין איין שיפע טאש נישט צום האבן. דא אין ביהמ"ד נאר ערליכע בעלי בתים נאמנים לה' ולתורתו

לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 9, 2013 8:21 pm

· #113635
איך פארשטיי נישט, האט מען נישט אפגערעדט אז לצורך כו"ע מודי אז ממעג? שריי אן צוריק יענער עסקן אז ער איז א רשע מרושע, דיין פרנסה איז דו ארבעטס פאר קאווע שטיבל נייעס אגענטור און דו מוזט באריכטען אויפ'ן פלאץ דורכ'ן אינטערנעט וואס סטוה'ט זיך. אלע רבנים זענען דאך מתיר, וואס איז ער סתם אזוי מבזה א יוד אין דער וועלט אריין?
ואל תתביישו מפני המלעיגים!

אויס מענטש » דאנערשטאג מאי 9, 2013 8:23 pm

· #113637
ביי דעי וועי, אזוי ווי עס איז שוין נישטא קיין טיקעטס, וויל איך מעלדן ,אז איך האב מיין טיקעט ווער עס וויל קען קומען אין מיין ביהמ"ד איך געב עס אים בחנם.
כל הקודם זכה

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 9, 2013 8:28 pm

· #113639
דולה ומשקה
אקע, איים סארי, כ'וואלט געוואלט שרייבן מער, אבער א עסקן, וואס מיינט "טאקע" בלויז דעם רבונו של עולם וד"ל, האט מיר אנגעשריגן, נאכדעם ווי איינער האט געזעהן בגניבת דעת אז כ'בין אויף דער אינטערנעט, ער האט מיר אנגעשריגן "דו ביסט א קל א מחוצף, דו מאכסט ביליגע דעם גאנצע אווענט, קענסט דיך גיין פון דא". כ'האב באקומען בושות היות ער האט דאס געזאגט בקול רם אז עטליכע ארומיגע האבען דאס געהערט.

זייטס געזונט, אפשר קען מיר איינער איבערנעמען.

ווען איך ווייס ווען אז ס'דיך וואלט איך דיר נישט אנגעשריגן... אמסארי.

זר זהב » דאנערשטאג מאי 9, 2013 8:33 pm

· #113640
הייסט דו ביזט דער שרייער געווען? כאמיר געווינדערט אז עפעס א קיהל-אויסזעהנדער מענטש איז אזוי ווילד?...

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 8:41 pm

· #113645
דולה ומשקה
אקע, איים סארי, כ'וואלט געוואלט שרייבן מער, אבער א עסקן, וואס מיינט "טאקע" בלויז דעם רבונו של עולם וד"ל, האט מיר אנגעשריגן, נאכדעם ווי איינער האט געזעהן בגניבת דעת אז כ'בין אויף דער אינטערנעט, ער האט מיר אנגעשריגן "דו ביסט א קל א מחוצף, דו מאכסט ביליגע דעם גאנצע אווענט, קענסט דיך גיין פון דא". כ'האב באקומען בושות היות ער האט דאס געזאגט בקול רם אז עטליכע ארומיגע האבען דאס געהערט.

זייטס געזונט, אפשר קען מיר איינער איבערנעמען.


זעץ זיך אין סעקשאן עי נעבן אנאנים, ער האט דארט אויפן פלאץ אפגעשריבן אן ארטיקל לאנג ווי דער גלות.

טשולענט » דאנערשטאג מאי 9, 2013 8:54 pm

· #113649
ר' דולה ומשקה, ווייז איהם אז דו שרייבסט אויף קאווע שטיבל וועט ער דיר זיכער פריי לאזן ווייל שרייבן אויף קאווע שטיבל איז א טראדיציע ביי גאנץ כלל ישראל אריין גערעכנט די גאר רעכטע

וואו האבן די חברה געשריבן אז נישט אין קאווע שטיבל, אריין קומענדיג היינט אין בית המדרש איז די גאנצע קאווע שטיבל געווען באשריבן מיט זייערע הבלים

קאווע שטיבל איז א פלאץ ווי מ'שרייבט שוין פאר צענדליגע יארן, יעדער האנדלט, קויפט, פארקויפט, אדווערטייזט, פאמפט, כינוס'ט דורכ'ן קאווע שטיבל, זאג יענעם אז דו גייסט נאך דיין יודישע מסורה פון לאזן וויסן דעם עולם דורכן קאווע שטיבל

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 9, 2013 9:18 pm

· #113655
נישט דא מער קיין סווינגס עוועילעבל... סארי.
📎 no more swings.jpg

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 9:21 pm

· #113658
Fake VosIzNies ‏@vosiznies
Boro Park - Internet Asifa Psak: Any1 without Filter Not Allowed to Daven for the Umid, Cant be Sofer or Shochet, Parshas Pusil, Meat Trifa.

אמת?

האלאנד » דאנערשטאג מאי 9, 2013 9:22 pm

· #113659
אין מאנסי רעדט יעצט הגאון רבי דוד שוסטאל שליטא

טשולענט » דאנערשטאג מאי 9, 2013 9:30 pm

· #113660
עס איז מיר לאנגווייליג געווארן אין סטאדיום, האב איך געקנאקט א האום-ראן און שלום על ישראל

עסן עסט'זיך » דאנערשטאג מאי 9, 2013 9:55 pm

· #113672
ווי איז סקווערער רבי פון בארא פארק געזעסן?

gehlungen » דאנערשטאג מאי 9, 2013 10:17 pm

· #113685
דעת תורה
Fake VosIzNies ‏@vosiznies
Boro Park - Internet Asifa Psak: Any1 without Filter Not Allowed to Daven for the Umid, Cant be Sofer or Shochet, Parshas Pusil, Meat Trifa.

אמת?

And what about those people & or RABOONEM that are going to ARKOOES huh no answer. Shshsh. Lol

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 9, 2013 10:44 pm

· #113698
איז אזוי:
ר' יוסף לייפער, גאנץ פיין, שרייט ווי וואקסמאן, אבער ער ליידט נאך אויף די מדרשים-נאכזאגעכץ.
עטליכע זאצען ווואס האט מיך איבערגענומען מיט התרגשות של כעס:
"אפילו אין נישט היימישע פלעצער, ווי באלטימר און קליוולאנד, זענען שוין היינט דא ת"ג אפיסעס"
בהמה, ווי מער מאדערן, אלץ פריער זענען זיי געווען וואכזאם איבער פילטערען די אינטערנעט. חסידים זענען אנגעקומען אביסעל שפעט.

דער עסקן וואס האט 6 מאל אויסגערופען אז בחורים זאלען זיך אויפשטעלן, לא ינקה מדינה של גיהנום!
פארוואס דארף א סינגעל שטיין און א פארהייראטע זיצען??? דער בחור איז שוין פון 6 אזייגער אינדערפרי געווען אין ישיבה, און דער אינגערמאן, קוים 11 איז ער אנגקומען אין כולל לאברכים מצויינים?
ממילא איבער געבען פלעצער פאר עלטערע אידן, פיין, אבער "בחורים"! צווייטע קלאס מענטשען? ס'עפעס א בוני עולם דינער?

הרב שיף, האט צוגעשטעלט פאר יעדעם, אלכסנדר, בעלזא, און סאטמאר. פיין גערעדט (איבערגעזאגט צוויי מאל די זעלבע ווערטל פון עבר ושנה. מסתם אלץ עבר ושנה..) אבער ער האט גערעדט איידל, נישט געשאלטן. פשוט ארויסגעברענגט אז אפילו מיט א פילטער דארף מען זיך קענען קאנטראלירען נישט צו ווערן עדיקטעט. אמת, גערעכט.

משום כבודו של הצדיק מזמיגראד, וועל איך האלטן מיינע מחשבות בהסתר.

דער ווינע דיין שליט"א, טענה'ט אז מ'דארף האבן מוסר זאגער, משפיעים, אין די ישיבות און אין כוללים. פיין, אבער וואס איז מיט די המון עם?
אפשר זאלן די בתי מדרשים ארויסווארפען זייערע אבד"קים למיניהם, און אויפנעמען עפעס ערענסטע משפיעים?
זיין טענה אז מ'איז נישט מחנך מיט שמחה און חיות. אמת, מ'איז מחנך מיט איסורים וחרמות.

פאר מיר איז דאס גענוג געווען, און איך בין אהיימגעגאנגען.

וואס איך נעם מיט אויף למעשה?
כ'האב אנדעקט א שיינע פארק אונטערן נאז!

gehlungen » דאנערשטאג מאי 9, 2013 11:31 pm

· #113704
עסן עסט'זיך
ווי איז סקווערער רבי פון בארא פארק געזעסן?

Most probably in between his brothers !

נולד מאוחר » דאנערשטאג מאי 9, 2013 11:56 pm

· #113708
כבין געווען פאר א פאר מינוט. לכבוד מיין אינגעל. כהאב פארלאזט דאס פלאץ זייער שנעל.

דייטל » פרייטאג מאי 10, 2013 12:21 am

· #113715
דולה ומשקה
אקע, איים סארי, כ'וואלט געוואלט שרייבן מער, אבער א עסקן, וואס מיינט "טאקע" בלויז דעם רבונו של עולם וד"ל, האט מיר אנגעשריגן, נאכדעם ווי איינער האט געזעהן בגניבת דעת אז כ'בין אויף דער אינטערנעט, ער האט מיר אנגעשריגן "דו ביסט א קל א מחוצף, דו מאכסט ביליגע דעם גאנצע אווענט, קענסט דיך גיין פון דא". כ'האב באקומען בושות היות ער האט דאס געזאגט בקול רם אז עטליכע ארומיגע האבען דאס געהערט.

זייטס געזונט, אפשר קען מיר איינער איבערנעמען.


עמו אנכי בצרה...

איך האב פריער אריינגעכאפט פון א שוטה אריכא.. פארן האבן א כלי מיט א גרויסע סקרין אין האנט, האבעך אים געפרעגט צי ער איז אלערדזשיק דערצו אז ער שפרינגט אזוי?
שרייט ער אינטערנעט טפוי... פרעג איך אים מהיכי תיתי, כ'מייין צוזאגן מהיכן דנתני? זאגט ער ס'איז א חזקה און אפילו איך זאג אים אז איך האב נישט גלייבט ער מיר נישט.
פארשטייט זיך אז איך האב אים געזאגט ביסט א זיליאן פראצענט גערעכט נאר סארי אז מיר האבן זיך געטראפן...

אזוי גייט עס, מ'ליידט אביסל פארן אויבערשטן, ס'לוינט זיך דאך צו זיין א איד.! או יע..

אשכולות אויפוועקער » דינסטאג מאי 27, 2014 7:39 am

· #202796
אויפגעוועקט