☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ביציקלעך - חוקת הגוי

ביציקלעך - חוקת הגוי

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3725

פרישער » דאנערשטאג מאי 9, 2013 12:28 pm

· #113371
ביציקלעך - חוקת הגוי
ביציקלעך - חקת הגוי

מ'קען שוין היינט נישט גיין קיין שריט און טריט אן זען אז זיי ווילן איינרייסן באנונז ביציקלעך, ווי מ'רירצעך איז דא באשטימטע ביציקל שטעגן, מ'טאר דארט נישט שטיין, פארן אדער רייטן נאר מיט א בייק, למעשה קיין איין קלומערשטע מאנסביל וואס פאריפצעך א נארמאלער חסידישער אינגערמאן, פארט נישט קיין בייק, מיט א תירוץ אז סיז חוקת הגוי,עס איז גויאיש, למעשה בין איך ביי די מיינונג אז די סיבה וואס א נארמאלער מענטש פארט נישט דעם בייק איז ווייל טב למיתב פאנזי מלמיתב כרמלת, אויב נעמט ער א בייק איז כאילו נוטל את נפשו, ואין לו חלק בעולם הזה ולעולם הבא, אין דאכצעך אז מ'וועט נכשל ווערן אינעם אותו ואת בנו לא תשחטו, ואת בן בנו קל וחומר מבנו, ווייל מיט דעם צוברעכט מען די מוסדות וואס די רבי האט אזאנס געשוויצט, מ'באקט אונז אן פון קינדווייז אן אז סאטמער איז פרים ווייל די מנהל האלט דרשות פיער מאל אין יאר וועגן דעם שייגעץ בייק אז סיז חוקת הגוי, אין די צעילימע און די ווינע זענען מאדערנער ווייל זיי מאכן נישט קיין וועיזן וועגן דעים בייק מעשה.

איך מוז אריין קוקען מיט א טיפערן בליק וואס איז דאס חוקת הגוי, ווען קען א זאך ווערן אנגערופן א גויאיש געזעץ, מ'זעט זאכען וואס קודם ברענגט עס ארויס די רבנים פון די כלים, זיי קענען נישט באגרייפן א געוויסע ענין, זיי זעהען כל מיני טומאה וחשד, און לייגען אין ח' אריין יעדען וואס טראכט פון אזא זאך, אבער די מציאות איז אז עס ווערט סוף כל סוף א נארמאלע זאך, קודם מוזן זיין עטליכע נחשונים וואס זענען זיך מקריב פארן צורך הכלל און בלייבן איבער לקברן בין משוגעים גמורים, אבער סוף כל סוף ברעכצעך עס אדורך און עס נארמאלעזירט זיך, אבער סיז דא די גאר הייליגע וואס רירן זיך נישט אוועק פון גארניש זיי בלייבן ביים אלטען, און ווילן נישט פון גארנישט וויסן, די וועלכע גייען מיט די ווייסע שאל אין טויזענט דעגרי, ווייל רעבערעב מיילעך האט געהאלטן אז מ'מיזעך אלעמאל מזכיר זיין יומא מיתה, סשטייטאך אינעם צעטעל קטן, אדער א רעשוואלקע אינדער וואכען ווייל זיי האבען שבעה ימי שבתא, יום שכולו שבת קודש, און האבען כסדר די נשמה יתירות און ווייסען נישט וואס אויפצוטוען דערמיט, און מ'מוז דאך מקיף זיין דעם ריזיגען גוף שלא לבייש את מי שאין לו, אף על פי כן איז נאך אלץ דא געוויסע זאכען וואס ווערן אריינגעריסן אפילו ביי די הייליגע,

אנגהויבן האצעכעס אז ביי וואס סיז מעכאניש, באקימען די רבנים א אלערגיקע רעאקציע, אנגעהויבן ביי די האנד זייגער, ווען סיז ארויס געקימען דער ערשטער האנד זייגער, האבן רבנים פין אותו זמנים געזעין דערין רק רע כל היום, אען ארויס בחרב חדה שחיטה מינחת, אבער היינטיגע צייטן קען מען עס אפילו באגרייפן פאר וואס נאר מיט א טאשן זייגער קען מען האבן רוח הקודש, פאר וואס האט דער שטן אויסגעקלויבט פאר זיין באנד א זייגער ווייזער אויפן ארעם, אפילו מען האט עס געזעקלט פון א פישקע האני קאמב, בילדער ווידערים איז געוועין ערגער ווי פסל מיכה, אין היינט איזעס איבעראל אויבן אן, ווייל די בליצען דערמאנען אין די מעמד הנבחר, פרידזשידער אין וואש מאשין דאכצעך אז אפילו די רעבעצען גייט נישט צום טייך מער, קען זיין ווייל כבוד הרב ציטערט אז זי וועט אומקומען דארט אויף קידוש השם ווען זי וועט כאפען א געלעגענהייט פטור צו ווערן פון אלעם, א קאר ווייטער איז שוין פארט דא עפעס חששות ביי די גאר הארבע, זיי שטייען אוועק פין דרייווען כמתחווי קשת, אבער ארומפארן טוען זיי בלויז אין די נייסטע מאדעלן מיט סייץ אין לייערען, גיי פארשטיי די חילוק, איז עס די גויס געזעץ אדער נישט, קען זיין ווייל זיי לאזן זיך אינסטאלירן די זעלבע פלארעסן לייט וואס געפינצעך נעיבן די שוויתי סיין ביי זייער עמוד,

אבער א בייק איז עק וועלט, פארוואס, סיז גארנישט מעכאניש סיז זייער אלטמאדיש, און דאך איז עס אסור אזוי ווי חזיר, אפשר ווייל סיז חסידיש צי קומען מיטן אדעסי אין שול מיט א גרויסן אחורייעם, קראזען צי קאפי אן לי אדער צום קאזען גריל אן לי, איז איידעל נאר אויב מ'האט א איידעלע חסידישע סייז צוויי און פופציגער הויזן, אז מ'מוז באהעפטן דעם הויזן צום גוף קודש מיט גאמי'נע הויזן טראגער וואס קען אונטערהאלטן דעים ברוקלינער בריק, ווייל מ'קעניש נעמען קיין שאנסען זיך צו טרעפן מיט די הויזן עלי אדמת נכר בשער בת רבים, ווען מ'האט די קאווע אין איין האנט און די ציגרעטל אין די אנדערע מיט די של ראש איינגעבויגען שטארק רעכטס, די דרויד זאל נישט חלילה ארויספאלן פונעם דאבל-טשין, אבער אויב העט ער האבן א ביציקל איז ער נכשל אין גיין אינעם גוי'ס געזעץ,

מ'קען דא דארך רעדן די אלע הלכות פין חוקת הגוי, אבער איך וויל נישט רעדן קיין הלכות אדער פסוקים ווייל מאנכע העלן נאך מיינען אז איך פארווערד דעם תפילת השל"ה אדער העלען ליינען בעת מנוחתם כבוד בעת טומאה, מיילע יהי נא בעיניהם כאילו, אבער איך האב יא דורך געטוען ס'ענין, אין איך זעה נישט קיין שום איסור פון חוקת הגוי דערין, נאר עפעס א פערזענליכע שנאה געווען פון רעב משה מנהל און אויך אנגערייצט די מנהלים עד היום הזה,

אבער ווי זיס העט וועין געווען ווען יעדער וואלט ווען גענוצט דעם ביציקל, און א קאר וואלט נאר געווען פאר די באהערדע, אדער מ'וואלט זיך באניצט דערמיט אזוי ווי מיר באניצען זיך מיט א עראפלאן, אבער לאקאל וואלט געווען איש על בייקיסו עם העלמעטיסו, און מיר וואלטען געזען א בייק לעין ווי א ישועה נישט ווי א גזירה נוראה אזוי ווי די גיוס בנים, איי ווי גוט ס'וואלט געווען ווען דער דיקליכער ציבור וואלט געוועין געזונטער אין דארער, אבער בשום אופן ס'וועט נישט פאסירן ווייל די בייזע העלען דאס נישט צולאזן.

בן תמליון » דאנערשטאג מאי 9, 2013 1:52 pm

· #113408
איך רייס מיר פאר געלעכטער ווי א משוגע'נער. דער מיסטער פרישער איז סאמטינג דיפערענט, עפעס וואס איז נישט געווען דא ביז יעצט.

זר זהב » דאנערשטאג מאי 9, 2013 2:00 pm

· #113412
בן תמליון
איך רייס מיר פאר געלעכטער ווי א משוגע'נער. דער מיסטער פרישער איז סאמטינג דיפערענט, עפעס וואס איז נישט געווען דא ביז יעצט.

יואליש » דאנערשטאג מאי 9, 2013 2:06 pm

· #113425
נאך א ביישפיל פון א מנהג המקום וואס איז רעלעטיוו פריש, אלט אפשר פופציג יאר, און דער עולם ווייסט פארט נישט טעמו ונימוקו אבער האלט זיך דערצו כאילו ס'איז פון די יסודות הדת. געוואנדן אין די פאפולאציע וואוקס פון די סארט אידן וועלכע קלאמערן זיך צו די מנהג החדש איז מעגליך אז די מנהג וועט גיין עקסטינקט (אויב נישט געניג קינדער וועלן געבוירן ווערן) אדער גאר ווערן אן הלכה למשה מסיני ווי שניידן שערות אשה נשואה (אויב זיי וועלן איינעמען די חרידישע דעמאגראפיקס).

ס'קען זיין אז מיר וועלן דא קענען אויסקענטן דאס עסק און ארויסקומען מיט א זיכערע מקור און טעם, אבער דאס וועט שוין זיין צו פארדאנקן די אינטערנעט און די אינפארמאציע-שעירינג עפאכע.

יידל » דאנערשטאג מאי 9, 2013 2:12 pm

· #113431
אן ענליכער מנהג וואס איז אלט אפשר 50 יאר איז די חסידישע מנהג צו מקפיד זיין גיין מיט שווארצע שירעמעס דוקא.

קינות גירושין » דאנערשטאג מאי 9, 2013 2:17 pm

· #113438
יידל
אן ענליכער מנהג וואס איז אלט אפשר 50 יאר איז די חסידישע מנהג צו מקפיד זיין גיין מיט שווארצע שירעמעס דוקא.

אנשולדיג, מענער גייען איבעראל מיט שווארצע שירעמס

סאשי פיש » דאנערשטאג מאי 9, 2013 2:29 pm

· #113454
שירעם
די ענין צו גיין מיט א שירעם אפילו עס רעגענט נישט
עס זאל אויסזען ווי א שטעקען און קלאפען אז יעדער זאל באמערקען וועלכע פערזענליכקייט גייט דא....
🙄 🙄

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 9, 2013 2:30 pm

· #113457
ענטפער צו פרישער
אזא דערפרישטקייט האב איך שוין נישט געשפירט א גאר לאנגע צייט. דורכליינענדיג דעם ארטיקל --וועלכער איז דרך אגב פול מיט גרייזן-- פאר וועלכן דער נח מיט זיבן גרייזן וואלט זיך געמעיגט באהאלטן, האב איך באמערקט אז דער שרייבער "פרישער" האט א גוט'ן חוש צו באמערקן און אבזערבירן דעם מצב פון יהדות התורה בעיר הטעירע ועהאק'דישע וויליאמסבורג, יצ"ו. ס'בלייבט מיר נאר איבער צו געיבן (חוץ א פאר לייקס( 👍 👍 👍 דא אין קאווע שטיבל. מתוך נחת והרחבת הדעת עבג" בב"א. א ברכה. דער אייבישטער זאל העלפן איר זאלט זיך עלטער'ן אין פרייד'ן

איחוד פעלד » דאנערשטאג מאי 9, 2013 3:48 pm

· #113501
און אז מען רעדט פין בייקס, איז לעצטענס געוועהן אן ארטיקעל, וואס דארט איז געוועהן געשריבען, אז די סיבה לאיסור איז ווייל עס איז פארבאטען פאר מענער צו שוויצען פארענט פין פרויען.

יואליש » דאנערשטאג מאי 9, 2013 3:56 pm

· #113503
מיין חידוש איז אז סאקמיר רב פון שובבי"ם קאורט האט געהאט א פראבלעם מיט די ביציקלעך בין רגלים צוליב די הלכה אין שו"ע אבן עזר סימן כ"ג סיעף ו': אסור לרכוב על בהמה בלא אוכף.

יואליש » דאנערשטאג מאי 9, 2013 3:57 pm

· #113504
אנדערע האבן געזאגט אז די פראבלעם איז אז מ'קען פירן א ביציקעל ארויס פון תחום.

למדן » דאנערשטאג מאי 9, 2013 3:59 pm

· #113505
יידל
אן ענליכער מנהג וואס איז אלט אפשר 50 יאר איז די חסידישע מנהג צו מקפיד זיין גיין מיט שווארצע שירעמעס דוקא.

קיינמאל געוואוסט אז איך דארף מקפיד זיין

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 4:58 pm

· #113533
@יואליש, דיין ערשטע טעם לא מסתבר כלל דהתם טעם האיסור מחמת חמימות גופא נוכראה, וזה לא שייך בדומם כמובן. בר מן דין שמעולם לא שמענוהו אוסרו בכלל, ואף משה מנהל ורעו הדומה לו ישעי' יאנקל שטויבער לא קאמרי רק לקטנים ולא שמענו שום פקפוק לענין גדולים.

והטעם השני דא ודאי עיקרא דמילתא כידוע הסיפור בעת התייסדות עיר קרית יואל. והאיסור על הפוירטין טשענעלס נראה גם כן מטעם זה, דמה לי אם הילד נוסע לחוץ, או הגוי נכנס לפנים.

יואליש » דאנערשטאג מאי 9, 2013 5:01 pm

· #113535
דעת תורה
@יואליש, דיין ערשטע טעם לא מסתבר כלל דהתם טעם האיסור מחמת חמימות גופא נוכראה, וזה לא שייך בדומם כמובן. בר מן דין שמעולם לא שמענוהו אוסרו בכלל, ואף משה מנהל ורעו הדומה לו ישעי' יאנקל שטויבער לא קאמרי רק לקטנים ולא שמענו שום פקפוק לענין גדולים.

והטעם השני דא ודאי עיקרא דמילתא כידוע הסיפור בעת התייסדות עיר קרית יואל. והאיסור על הפוירטין טשענעלס נראה גם כן מטעם זה, דמה לי אם הילד נוסע לחוץ, או הגוי נכנס לפנים.


🙂

אבער כ'האב געהערט - נישט באשטעטיגט - אז נאך אין וומ"ס פיל יארן איידער דאס התייסדות הקרי' נאמנה האט שוין עקזעסטירט די באגריף פון א "שגץ בייק."

שוב ראיתי אז בענין אבה"ע ביסטו גערעכט, ווארום א פאלסטישע ביציקעל איז נישט ארגער פון א בהמה מיט א אוכף, וואס דאס איז יא מותר לויט ר' יוסף קארו'נען.

קינות גירושין » דאנערשטאג מאי 9, 2013 6:49 pm

· #113577
יואליש, ווער איז ר יוסף קארונען? די האסט נישט מורא פון בדחן?

אביגדור » דאנערשטאג מאי 9, 2013 8:49 pm

· #113647
יא.

זר זהב » דאנערשטאג מאי 9, 2013 9:02 pm

· #113651
אין א געוויסן זין איז זיין ספעללינג א חלק פונעם חן

ברסלבער » דאנערשטאג מאי 9, 2013 9:33 pm

· #113663
מיין אפיניען איז אז די ספעלינג איז ספעציעל געמאכט אזוי, איך גלייב נישט אז עס קומט נאטירלעך.

פרישער » דאנערשטאג מאי 9, 2013 9:53 pm

· #113670
איך זעי אז דער עולם ווינדערטצעך צי טיך קען ספעלן, וויל איך דא מוסר ומודעה זיין אז איך קען ב"ה פיין ספעלן, איך האב נאר געשמיסן פיטשעס אין מאראנסען שאלאכץ ביי לימודי חול, דעיס איז מיין שפרייך אין אזוי שרייב איך, איך מאך נישט קיין טיעותים וואס איך שרייב איז במיזד, נישט אלעס קען יעדער פארשטיין, איעדע ווארט האט א סיבה פאר וואס איך ספעל אזוי, על פי רוב איזעס נישט קיין טעות, איך גלייב אז מיט די צייט וועט עס דער עולם גלייכען אין קאפירן איך העל נישט זיין בייז.

זר זהב » דאנערשטאג מאי 9, 2013 9:58 pm

· #113675
אוי דעיס איז שוין פאני אויסגעמישט מיט סיזענד חוצפה!... וואס הייסט דו ספעלסט גוט?

פרישער
איך זעי אז דער עולם ווינדערטצעך צי טיך קען ספעלן, וויל איך דא מוסר ומודעה זיין אז איך קען ב"ה פיין ספעלן, איך האב נאר געשמיסן פיטשעס אין מאראנסען שאלאכץ ביי לימודי חול, דעיס איז מיין שפרייך אין אזוי שרייב איך, איך מאך נישט קיין טיעותים וואס איך שרייב איז במיזד, נישט אלעס קען יעדער פארשטיין, איעדע ווארט האט א סיבה פאר וואס איך ספעל אזוי, על פי רוב איזעס נישט קיין טעות, איך גלייב אז מיט די צייט וועט עס דער עולם גלייכען אין קאפירן איך העל (וואט די העל- ז"ז) נישט זיין בייז.


איך זאג נישט אז ס'נישט געשמאק און נאטורליך, אבער אויסגעהאלטען לויט כללי ספעלן איז עס נישט. אבער דו זאגסט דאך אז: "איעדע ווארט האט א סיבה פאר וואס איך ספעל אזוי"... דא נעם איך איין א שטילקייט, כ'ווייס נישט ווער ווייסט וועסערע כוונות איר האט אינזינען, ומי יבא בסוד פרישער?..

פרישער » דאנערשטאג מאי 9, 2013 10:11 pm

· #113679
שטייצעך אז א טייפא איניש אין כלל, איך האב מיינע אייגענע כללים, סעט אייך נאכאמאל געפעלן לדעתי, איך ביניש אראף געפליקט געווארן פין ביימל נעכטען, איך האשוין ארים שפאצירט דעים בלאק איין מאל אדער צוויי

זר זהב » דאנערשטאג מאי 9, 2013 10:11 pm

· #113681
ס'געפעלט מיר שוין, טו בי האנעסט וויט יו!!

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 9, 2013 10:24 pm

· #113689
פרישער
שטייצעך אז א טייפא איניש אין כלל, איך האב מיינע אייגענע כללים, סעט אייך נאכאמאל געפעלן לדעתי, איך ביניש אראף געפליקט געווארן פין ביימל נעכטען, איך האשוין ארים שפאצירט דעים בלאק איין מאל אדער צוויי

וואס איז די קאליר פון די בארד? ס'איז נאך רויט? אדער שוין אינגאנצן ווייס. מיין זיידע ע"ה זצ"ל הכ"ם האט מיר איבערגעלאזט בצוואה אז איך זאל נישט דיעלן מיט א איד וואס האט א ווייסע בארד. ווייל אפשר איז ער אמאל געווען רויט!!! 😂

מאטי » פרייטאג מאי 10, 2013 12:21 am

· #113714
איר האט געליינט דעם גאנצן ארטיקל??? איך בין געווען זיכער אז ביים דריטן שורה האט איר באקומען טשעסט פעין ..

חזקיהו המלך » פרייטאג מאי 10, 2013 12:36 am

· #113718
פרישער, האסטו מיר געמאכט לאכען,

פרישער » דינסטאג מאי 14, 2013 10:54 am

· #114959
חזקיהו המלך
פרישער, האסטו מיר געמאכט לאכען,

אין אז דער מלך איז שמייכעלדיג אין פריילעך, פרייען זיך די אינטערטאנען

זר זהב » דינסטאג מאי 14, 2013 3:21 pm

· #115044
חזקיהו המלך
פרישער, האסטו מיר געמאכט לאכען,

דאן פארוואס האסטע אים נישט געלייקט?

גנדי » מיטוואך מאי 22, 2013 5:57 pm

· #116874
CityBike black hole in black hat Williamsburg <a class="postlink" href="http://soa.li/AqfPhOH">http://soa.li/AqfPhOH</a>

א שגץ בייק איז אסור אויך בבל יראה ובבל ימצא אין וויליאמסבורג...

פרישער » מיטוואך מאי 22, 2013 5:59 pm

· #116875
ווינד אין ווי צי אינז

א גרויסע שאד

גנדי » מיטוואך מאי 22, 2013 6:05 pm

· #116877
פרישער
ווינד אין ווי צי אינז

א גרויסע שאד


???

פרישער » מיטוואך מאי 22, 2013 6:11 pm

· #116882
אז מיר נעמען זיך נישט צים בייק

אין מיר וווערן נאר א דורך פאר פלאץ פאר אלע בייקערס פין אלע געיגענטער

בעריש » דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:10 am

· #117182
דעת תורה
@יואליש, דיין ערשטע טעם לא מסתבר כלל דהתם טעם האיסור מחמת חמימות גופא נוכראה, וזה לא שייך בדומם כמובן. בר מן דין שמעולם לא שמענוהו אוסרו בכלל, ואף משה מנהל ורעו הדומה לו ישעי' יאנקל שטויבער לא קאמרי רק לקטנים ולא שמענו שום פקפוק לענין גדולים.

והטעם השני דא ודאי עיקרא דמילתא כידוע הסיפור בעת התייסדות עיר קרית יואל. והאיסור על הפוירטין טשענעלס נראה גם כן מטעם זה, דמה לי אם הילד נוסע לחוץ, או הגוי נכנס לפנים.

מאה אחוז ארויפגעשמירט אויף סאטמאר רב פון שובבים קארט עפעס א בעד דריעם וואס איז לא היה ולא נברא.

דאס גאנצער אזוי גערופענער איסור איז נאר נולד געווארן זינטן הסיידות העיר ק"י, און ווי די האסט ריכטיג ארויסגעברענגט נאר פאר קינדער,
כבין סתם אזוי מסופק אויף וויפיל סאיז אמת דער איסור פונעם שובבים קארט רבי היות דאס איז פון די נישט געזינטע יארן, אולי אזא דמיון ווי דאס נישט לערנען ביזן עלות אום ניטל.

גנדי » דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:34 am

· #117192
יואליש
דעת תורה
@יואליש, דיין ערשטע טעם לא מסתבר כלל דהתם טעם האיסור מחמת חמימות גופא נוכראה, וזה לא שייך בדומם כמובן. בר מן דין שמעולם לא שמענוהו אוסרו בכלל, ואף משה מנהל ורעו הדומה לו ישעי' יאנקל שטויבער לא קאמרי רק לקטנים ולא שמענו שום פקפוק לענין גדולים.

והטעם השני דא ודאי עיקרא דמילתא כידוע הסיפור בעת התייסדות עיר קרית יואל. והאיסור על הפוירטין טשענעלס נראה גם כן מטעם זה, דמה לי אם הילד נוסע לחוץ, או הגוי נכנס לפנים.


🙂

אבער כ'האב געהערט - נישט באשטעטיגט - אז נאך אין וומ"ס פיל יארן איידער דאס התייסדות הקרי' נאמנה האט שוין עקזעסטירט די באגריף פון א "שגץ בייק."

שוב ראיתי אז בענין אבה"ע ביסטו גערעכט, ווארום א פאלסטישע ביציקעל איז נישט ארגער פון א בהמה מיט א אוכף, וואס דאס איז יא מותר לויט ר' יוסף קארו'נען.


נא לחשוש מאוד לאלו שיש להם SUV מפואר שהכסא מתחמם. מטעם אבהע"ז הנ"ל. ורבים נכשלים בזה. מחמת חסרון ידיעה.

והמדקדים נותנים חציצה של מחצלת שנעשה מחתיכת עץ כדי שלא יתחממו. וראוי ליר"ש להקפיד ע"ז, כי חוץ מעוון חמור של חטא הידוע, עוברים גם על הלאו של "לא יהי' בך עקר ועקרה" כידוע להרופאים...

חסידים-פאר-בייקס » מיטוואך יוני 19, 2013 10:59 am

· #126229
מיר האבן דעם כבוד צו ווערן דערמאנט דא:

<a class="postlink" href="http://bedfordandbowery.com/2013/06/bring-some-pedals-to-the-shtetl-say-bike-loving-hasids/">http://bedfordandbowery.com/2013/06/bri ... ng-hasids/</a>

שרייבער » מיטוואך יוני 19, 2013 11:07 am

· #126233
יואליש
מיין חידוש איז אז סאקמיר רב פון שובבי"ם קאורט האט געהאט א פראבלעם מיט די ביציקלעך בין רגלים צוליב די הלכה אין שו"ע אבן עזר סימן כ"ג סיעף ו': אסור לרכוב על בהמה בלא אוכף.

ווער זאגט ער האט געהאט א פראבלעם דערמיט וועגן דעם?

פרישער » מיטוואך יוני 19, 2013 6:04 pm

· #126412
שוין עס מאכט זיך עפעס

פארוואס קימט דא שלום דין אין די פיקטשער

צי האט ער אויך א מיינינג וועגן ביציקלעך

איך בין נישט אויסן צי זיין מיטנעם אויף איין ארטיקל

יין שרף » מיטוואך יוני 19, 2013 11:38 pm

· #126537
יידל
אן ענליכער מנהג וואס איז אלט אפשר 50 יאר איז די חסידישע מנהג צו מקפיד זיין גיין מיט שווארצע שירעמעס דוקא.

כ'האב נישט געוויסט אז איך בין א שגץ אבער איך בין 'מקפיד' צו גיין מיט א קאלירטן שירעם, סטאטיסטיקס ווייזן ס'ווערט וויניגער "פארלוירן" פון ביהמ"ד...

רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 10, 2013 11:56 pm

· #132502
איך בין געווען א סטוריא טייפ חסיד'ישע פץ, געפארן מיטן מיני ווען ארויס צוטראגן די גארביזש און לייגן די פאסט אינעם פאסט קעסטעל א פערטל גאס אוועק. געגעסן טשאלענט מער ווי דאנערשטאג און שבת און געזעצן אויף די הענט די איבריגע חלק פון טאג. אבער רבותי יא די טמא'נע בייסיקעל סעוויד מיי לייף, איך וויל נישט שטארבן פון א אנגעפרעסענע אונגערישע הארץ אטאקע. איך פאר 5 מייל א טאג און איך בין א נייע מענטש בגוף ובנפש. ס'איז נישטא נאך אזא געשמאקע עקסירסייז, און יא אויך fun ווי שמייסן מיטן בייסיקל יעדע נאכט. איימ סארי גרויסע ברייטע פעטע odessys פארן ענק קאטן פון צייט צו צייט, איך יאג מיך אויך צו מעריב.