☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אדאם קאקעש: יולי 4 אראנזשירט ער א open carry מארש אויף DC.

אדאם קאקעש: יולי 4 אראנזשירט ער א open carry מארש אויף DC.

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3724

חזקיהו המלך » דאנערשטאג מאי 9, 2013 11:41 am

· #113363
אדאם קאקעש: יולי 4 אראנזשירט ער א open carry מארש אויף DC.
אדאם קאקעש, א ליביטעריען טאלק שאו האוסט האט באשלאסען אז מען דארף ווייזען פאר וואשינגטאן אז די קאנסטיטוציע איז נאך אין קראפט, אין חאטשיג אין די סי איז דא א געזעץ קעגען גיין אפען מיט גאן'ס (וואס אזא געזעץ איז קעגען די קאנסטיטוציע) פלאנט ער צי ארגאניזירען א מארטש אויף וואשינגטאן אין יולי 4 אנגעגארטעלט מיט וואפען, צי ווייזען פאר די קרימינאלען אין וואשינגטאן ווי ער ריפט עס (אין וויזוי ס'איז טאקע) אז מען פייפט אויף זיי,

די אינסטאנצען האבען רעאגירט אז ווער ס'וועט ציברעכען א געזעץ וועלען זיי קעיר נעמען,

ביי דע וועי מיר געפעלט נישט דער אדאם קאקעש, עפעס קוקט ער מיר נישט אויס ארגינעל, אין ס'קען זיין אז די גאנצע מארש קען נאר שאטען פאר די פרייהייט מאוומענט,


<a class="postlink" href="http://washington.cbslocal.com/2013/05/08/activist-planning-march-on-d-c-with-loaded-rifles-july-4/">http://washington.cbslocal.com/2013/05/ ... es-july-4/</a>

אדאם אין א אינטערוויא מיט עלעקס זשאונס,

משולם טענענבוים » דאנערשטאג מאי 9, 2013 5:58 pm

· #113554
אין אנדערע ווערטער ער וויל זיי זאלען אים ארעסטירען,
די שאלה איז צי די אויפמערקזאמקייט פאר די אישו וועט ברענגען צים באוויסטזיין פין די המון אז די געזעץ קעגען אפען טראגען וואפען איז נישט קאנסטיטוציאנאל