☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » ביליגע טאבלעט'ס

ביליגע טאבלעט'ס

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3721

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 9, 2013 2:28 am

· #113294
ביליגע טאבלעט'ס
עס איז דא הונדערטער מיני טאבלעטס, רוב רובם ענדרוידס. פאר אונטער הונדערט דאלער קען מען זיך איינהאנדלען א "7 טאבלעט מיט 1 גב רעם און א נישקשה'דיגן פראסעסאר פון 1.2-1.5 גהצ, לפעמים טאקע דועל קאור (אדער קוואד קאור, פאר ווער עס האט מער ליב די ווארט קוואד. אין פערפארמענס איז א גרויסער חילוק צווישן דועל און קוואד?).

מיין איסתפקתא איז, איז דא פארוואס צו צאלן ענדערש 4 צי 5 מאל אזויפיל פאר די טייערע ברענד נעים טעבלעטס, פאר א בעיסיק יוזער וואס דארף נישט צופיל מורא'דיגע זאכן דערפון, סתם עס זאל ארבעטן געשיקט און זיין רעספאנסיוו אין די רגע און נישט קראכן אדער פרירן. בקיצור, די סיבה פארוואס אנדערע זענען טייערער איז וועגן די בעיסיק פערפארמענס איז אנדערש כרחוק מזרח ממערב, אדער ווייל עס האט א בעסערע קעמערע, מער פ.פ.אי., בעסערע סקרין רעזאלושען, ברענד נעים, א.א.וו.? (גראדע מיין איך אז אין איין פרט איז יא דא א וויכטיגער חילוק, אז די ביליגע מאשינקעס זענען נישט 4g קעיפעבל).

נאך איין פראגעלע, טייל טאבלעטס שרייבן אז זיי האבן א ווייערלעס מעגליכקייט דאס הייסט אז חוץ ווייפיי קען מען האבן סערוויס דערויף אויך, די שאלה איז, ווען איך גיי אויף די קעריערס סייטס זע איך זיי נאר אפפערן א געקליבענע צאל טאבלעטס וואס מען קען האבן זייער סערוויס דערויף, געווענליך די גאר טייערע סארט. אלזא אויב קויף איך א ביליגע מיט א מעגליכקייט פאר ווייערלעס סערוויס, וועט ווערייזאן פאקטיש מיר ארויף לייגן אויף זייער סערוויס?

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 9, 2013 3:06 am

· #113300
מן הסתם לייגט מען אריין א סים-קארד.

למדן » מאנטאג מאי 13, 2013 3:04 pm

· #114673
א גב איז שוין אפשר יא א שטיקל חתיכה אבער זייער אסאך וואס פארקויפן די קלענערע (512 מב) וועלן זאגן אפן אז אויב ווילסטו ס'אל ארבייטן קויף א טייערערע

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:09 am

· #119479
וואס זאגט איר צו דעם?

בכלל איז יענער סייט פיל מיט מציאות.

דעת תורה » פרייטאג יוני 14, 2013 5:56 pm

· #125063
כרגע - מיין איך - איז דאס די בעסטע טעבלעט אויף די מארקעט פאר אזא ביליגן פרייז.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 8:43 am

· #155197
ווי שוין דערמאנט אין אן אנדערע אשכול - די נייע נעקסוס 7 פון גוגל איז אצינד די בעסטע און ביליגסטע טעבלעט וואס איז פאראן צו באקומען.

דעת תורה » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 9:14 am

· #155203
די ביליגסטע? איך האב א געשמאקע סמוד כינעזער אכט אינטשיגע טאבלעט, עס איז טאקע נישט אזוי מאדערן צוגעשטעלט, ווייט פון, אבער די בעיסיק פונקציעס טוט עס א מחיה. און דער חילוק פון זיבן ביז אכט אינטש איז כיתרון האור מן השמש. דער עיקר, עס האט געקאסט א מאה'לע פונקט, לאזט אריין לייגן עס די קארטלעך א.א.וו. קיין שום רעסטריקשאנס.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 9:18 am

· #155204
אקעי, די ביליגסטע פאר וואס דו באקומסט. די שארפסטע סקרין, לאנגע באטערי לייף, אויסגעצייכענטע ספיקערס, שנעלע פראסעסאר, די לעצטע אנדרויד 4.3, און האט אויסערגעווענליכע גוטע רעוויואס איבעראל.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 12:31 pm

· #155238
טייפן אויפן טאבלעט איז פאר מיר אן אפקומעניש.
מען קען האבן א פארקלענערטע ווערסיע פון ווארד אויפן טאבלעט.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 12:59 pm

· #155253
מען קען נישט צוטשעפען א קיבאורד, עס האט נישט קיין USB,
אבער עס זענען פאראן בלוטוט קיבאורדס וואס ווערן קאנעקטעד ווייערלעס,
אבער טאמער האסטו שוין א קיבארד, מאי הועילו הטאבלעטן בתקנתם? איז דאך שוין א קליין לעפטאפ גרינגער זיך אנייצע צו געבן.

ווארד קען מען בעיקר נאר "ליינען", און עדיטן אביסל די טעקסט, אבער עס איז נישט א פול-פיעטשורד ווארד וואס דו קענסט קויפן פאר 200 טאלער אין געשעפט.
גוגל דאקס איז א בעסערע אפציע.

דעת תורה » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 2:33 pm

· #155274
שוין געברענגט אנפאנג פון די אשכול אפאר לינקס.

די טאבלעט נוץ איך איצט.

shefele » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 4:01 pm

· #155299
דעת תורה
די ביליגסטע? איך האב א געשמאקע סמוד כינעזער אכט אינטשיגע טאבלעט, עס איז טאקע נישט אזוי מאדערן צוגעשטעלט, ווייט פון, אבער די בעיסיק פונקציעס טוט עס א מחיה. און דער חילוק פון זיבן ביז אכט אינטש איז כיתרון האור מן השמש. דער עיקר, עס האט געקאסט א מאה'לע פונקט, לאזט אריין לייגן עס די קארטלעך א.א.וו. קיין שום רעסטריקשאנס.


Link Please

shefele » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 4:02 pm

· #155300
דעת תורה
שוין געברענגט אנפאנג פון די אשכול אפאר לינקס.

די טאבלעט נוץ איך איצט.


Thanks

סאשי פיש » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 2:24 pm

· #155568
אויף סעיל
<a class="postlink" href="http://www.neweggflash.com/Product/9SIA1FZ1086358">http://www.neweggflash.com/Product/9SIA1FZ1086358</a>

למדן » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 4:57 pm

· #157276
צו וואס לוינט צו קויפן וויי פיי טאבלעטס אז מ' איז כסדר לימיטעד וואו מ' קען עס נוצן?

געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 5:41 pm

· #157289
פאר איינער וואס האט ווייפיי קענעקשען רוב טאג, אזוי דארף ער נישט צאלן פאר חודש'ליכע סערוויס.

למדן » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 6:30 pm

· #157312
און רוב עולם האט אפענע וויי פיי קאנעקשען רוב טאג?
ווי איך זעה איז וויי פיי טאבלעטס א האט אייטעם מער פון סערוויס טאבלעטס

דעת תורה » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 8:12 pm

· #157342
וועמען מיינסטו רוב עולם, ביי וועם איז עס א האט אייטעם, ביי די נישט חרדים (בערך 99.999999999999999 פראצענט פון די מארקעט), אדער ביי היימישע אידן? אין כמעט יעדן אמעריקאנער הויז איז דא ווייפיי, אין אסאך גאסן, געשעפטן, רעסטוראנטן א.א.וו.

למדן » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 2:33 pm

· #157947
איך האב טאקע געמיינט רוב נישט היימישע גאס און ווי כ'האב געזען אז דא איז עס אויך א אייטעם האב איך פארשטאנען אז דער עולם וואוינט ארום דעם לייברערי..., אדער געפארקט דארט ופוק חזי מה עמא דבר

געפילטע פיש » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 10:06 am

· #158130
80 פראצענט פון US הייזגעזונטער האבן אינטערנעט אינדערהיים. די אנדערע 20 פראצענט איז מסתמא ס'רוב פון זיי אלטע קאקערס און טרעילער פארקס, סא יא, רוב אמעריקע האט ווייפיי אינדערהיים.

גראדע איז ביי אונז אויך דא א רוב, פראביר אמאל אויס צו וואקן אויפן גאס און סקען די ווייפיי קאנאקשענס מיט דיין סעלפאון, וואסטו זעהן וויפיל ס'דא, און אויב האסטו א פראגראם וואס זעהט די באהאלטענע ווייפיי'ס אויך וועסטו זעהן נאך מער.

דעת תורה » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 10:14 am

· #158133
וואס הייסט א פראגראם וואס זעהט די באהאלטענע ווייפיי'ס?

מאטל שניידער » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:54 pm

· #159064
איך האב געקויפט א געלעקסי טעב טרי סעווען אינטש ברענד ניו אין סטעיפלס פאר $125!

מאטל שניידער » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:56 pm

· #159066
געפילטע פיש
און אויב האסטו א פראגראם וואס זעהט די באהאלטענע ווייפיי'ס אויך וועסטו זעהן נאך מער.

גם אני מעוניין לדעת ווי משאפט דע פראגראם, איז עס אן ענדרויד עפפ?

עץ השדה » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 9:21 pm

· #162767
טעכנאלאגיע
איך זיך א ביליגע טעבלעט וואס קאסט נישט מער פון זיבעציג דאלער, אויב איינער ווייסט עפעס ביטע לאזן הערן, און נאר אזא וואס האט א עס די קארד סלאט און א 16 gb.

געפילטע פיש » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 10:03 pm

· #162774
דעת תורה
וואס הייסט א פראגראם וואס זעהט די באהאלטענע ווייפיי'ס?

למשל דאס.