ק"ק פוזנא, פלעטבוש, קרוינט זיך א רב!
אן איבערפלוס פון פרייד הערשט אינערהאלב די פריש געגרינדערטע ק"ק פוזנא, ארגינעל אין מערב פוילן, איצטער אין די פלעטבוש קווארטל פון ברוקלין נ.י., ווען נאך א צייט אפשניט פון קרוב צו 70-80 יאר ווערט אויפגענומען א רב פאר די קהילה! און מיט דעם וועט זיך די קייט - מיסודם פון קדושי עליון, גדולי ישראל בשעתם ולדורות, ב"ח! לבוש! מהר"ל מפראג! רבי עקיבא ור' שלמה איגר! - ווייטער ציען לתפארת ק"ק פוזנא, דורך דעם נייעם רב. יאריך ימים על ממלכתו, ואין מלך בלא עם.
דער נייער רב - הרב אברהם אייזען - איז נישט קיין חידוש אין כל העולם כולו, זייענדיג פה מפיק מרגלית ווערט ער ערוועלט דורך די מער גרעסערע מוסדות התורה איבער די וועלט אויפצוטרעטען ביי זייערע מסיבות, א שטייגער ווי ישיבת שערי יושר (ראזנבלום/שטיינווארצעל) ממלכת התורה עוז והדר (לייפער/פרידמאן) ועוד. און פארשטייט זיך, זיין אייגענע מוסדות דורך אויס ארץ ישראל והגליל, די כולל ש"ס, וואס ווערט גערופן בלשון חיבה'לע "כולל ש"ס אידן". (נישט צו פארטוישען מיט די א.ג. ספרדישע ש"ס פארטיי).
דער נייער רב ציעט אן הערליכען יחוס, זייענדיג אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א. הוראה און שימוש האט ער באקומען פון די גדולי ישראל בשעתו.
לויט ווי די גבאי הקהילה פוזנא גיבען איבער, גרייט מען זיך צו א גרויסע קידוש לרגל די התמנות פונעם נייעם רב (וואס וועט אויך דינען פאר א קידוש לרגל הולדת הקהילה).
ווי ס'פאסט, זענען די בלעטער אין די היימישע צייטונגען זיך משתתף מיט די שמחה, דלאו בכל יומא מתרחש.
ווער ס'ווייסט מער פרטים זאל צולייגען.
איך מיין די ציעל פון אונזער שטיעבל איז נישט אויסצופראקען דא ברבים אנדערע.
מעק אויס די תגובה, ביטע
סאררי פארן דיך אטאקירען, אבער איך מיין די ווילסט אויך נישט אז דא זאל ווערן א הייד פארק.....
אויספראקען? ס'איז א סוד פאר גאנץ פוזנא?
יישר כח פארן רעפארט.
צוויי שאלות:
האט ער געפרעגט רשות ביי ר' קיווע הענדלער נ"י וואס טראגט שוין דעם נאמען "פוזנא'ר רב" מיט שטאלץ, פאר א קיימא לן פון ווייסיכוויפיל יארן? קען ער זיין אז ווייל ער איז אין פלעטבוש דארף ער נישט, כנהוג בתפוצות ישראל.
ווער איז דער האדמו"ר מליזענסק וואס פארמאגט נישט קיין אידיש נאמען און נישט קיין פאמיליע נאמען? גדול מרבן שמו? מיינסטו ר' יוסף מאיר מאיער? ער האט נישט אזא איידעם.
איך בין נישט דער וואס האט אים געקרוינט, אויב רב הענדלער האט טענות, איז דא דער עצה פון גיין צו דין תורה, און ביז די דין תורה וועט זיין פערטיג, וועלן שוין ביידע זיין מוחזק.
ליזענסקע רבי, הייסט ר' מאיר לייפער, זיין שוהל, גרויס און שיין, געפינט זיך אויף 14/59
אה, איך מיין טאקע אז דער עולם התורה פרייט זיך אין די בויך און אין די זייטן אויך, אז אזא גדול בישראל איז נישט געבליבן אן א פאזיציע און דער גרויסער שטאט פויזנא האט טאקע געהאט שכל (איך האף אז זיי האבן טאקע, און מיט אן איבערפלוס, אפשר וועט נאך בלייבן אביסל פארן רב אויך) אויפצונעמען אזא גרויסן רב מיט אזאן שיינעם בארדע, עס וועט זיכער זיין א גרויסער קידוש השם פאר די גאנצע וועלט...
און טאקע אט די מורא'דיגע מאורע בתולדות כלל ישראל - וועלכע וועט זיכער פארשריבען ווערן בעט ברזל ועופרת אלס איינס פון די שענסטע מינוטן פון כלל ישראל אין די צוויי טויזענט יאריגן גלות - האט מיך דערמאנט א מאמר החכם:
The fundamental cause of trouble in the world is that the stupid are cocksure while the intelligent are full of doubt
פוזנע רב ביים מעמד הדר קבלוה
📎 pozna.jpg
<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/220336">http://www.jdn.co.il/news/220336</a>
אוי, ווען כ'ווייס ווען מ'גייט דעם אשכול אריבערפירען קיין צימעס, וואלט איך געשריבן מיט מער זאפט.
😢
אב"ד פוזנא מיט מהר"א מסאטמער
📎 9302 Kolel Atzei Chaim Dinner (5).JPG
לעמילאב"ד פוזנא מיט מהר"א מסאטמער
He is as rich as his shver !
זיין געלט ווייס איך נישט, זיין שכל יא
גאר א שיינע בילד אין המודיע ווי דער פוזנא רב שמועסט אין לערנען בשעת'ן באזוכן אין ווערעצקיע בחורים קעמפ.
מחיל אל חיל.
די רב שליט"א געפונט זיך און א"י לכבוד די סיום השס פון כולל שס
ביים באזוכען אדמו"ר מרחמסטריווקא

פאר נאך בילדער קוקט
דאמיט צאנז'ע רב
<a class="postlink" href="http://ladaat.info/article.aspx?artid=8529">http://ladaat.info/article.aspx?artid=8529</a>
סוכ"ס וועלן די ישראלים קענען עפעס לערנען...
📎 1383244027.jpg 📎 01 Sanz (2).jpg
קאווע טרינקערמיט צאנז'ע רב
<a class="postlink" href="http://ladaat.info/article.aspx?artid=8529">http://ladaat.info/article.aspx?artid=8529</a>
איר האט געברענגט א לינק וואס שטייט העכער דעים "מיט צאנז'ע רב" איך בין געווען זיכער אז ביים קוועטשען אויפן לינק וועל איך אנקומען צו א בילד ווי מע זעיט די נייע פוזנא ראבינע אויפן ציון פון די הייליגע צאנז'ער רב ביומא דהילולא כ"ה ניסן מיט נאך הונדערטע אידן
איך מיין ס'איז נישט גלייך צורופען די קלויזענבורגער רבי פון נתניה אדער צאנז-קלויענבורג ווי זיי ווילען זיך רופען רופסטו "צאנזער רב" כאילו ער וואלט געווען א ממלא מקום פונעם מלאך אלוקים
צאנזע רב איז געווען א מלאך?
קאווע טרינקערצאנזע רב איז געווען א מלאך?
כאפסט מיך ביים ווארט? גאנץ קינדעריש. איך זעה האסט נישט געכאפט די נקודה
קאווע טרינקערצאנזע רב איז געווען א מלאך?
יא. אם הרב דומה למלאך אלוקים תורה יבקשו מפיו.
והוי זהיר בגחלתן שלא תכוה, עס איז ווייט נישט קיין קינדער שפיל, ווילסט זיין קיל, נאו פראבלעם, קענסט זיין בעד טאמבור, קאסינאס, פרויען ערוויילטע אויף פאליטישע אמטן, הדרת נשים, ועוד ועוד. אבער מיט מלאכי אלוקים טשעפע נישט.
מענין לענין באותו ענין
און אגרות מהר"ם שיק שריבט דער גאון אויף איינער, וואס איז געוועהן קנאפע בר הכי, הרב הדומה למלאך וכו'.
תלמידים פרעגן אים אזא טיטל צו שענקן? ענטפערט דער מהר"ם שי"ק זצ"ל, וואס הייסט, דו גמרא זאגט דאך
לא ניתנה תורה למלאכי השרת....
ואידך פירשא וטינופת