איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?
38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #371
איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?
אין א אשכול האט יאפטשיק געמאכט אן אשכול וואס פרעגט וועלכע פילמס מען האט ליב די מערסטע. ביי אונז חסידישע אידן ווייסט מען אז פילמס איז אסור ווי חזיר. איך וועל נישט רעדן פון ווי נעמען זיך היימישע אידן רעדן פון פילמס אבער נאר פרעגן וואס איז טאקע דער הלכה, טאר מען יא אדער נישט? איז דא פילמס וואס איז מותר לכתחילה אדער איז נישטא קיין חילוק און אלעס איז מותר/אסור?
Re: איז קוקן פילמס אויסגעהאלטן על פי הלכה?
דא איז דא אן ארטיקל דערוועגן. נישט געליינט, אבער ס'זעט אויס אינטערעסאנט.
לאמיר נאר זיך ברייטער אויסשמועסן. ר' ידען, איר זענט דאך א איד א ת"ח. וואס זענען די איסורים וועלכע מען שטויסט זיך אן בשעתן וואטשען פילמס? איך וועל אויסרעכענן צוויי, איר זייט ממשיך.
1. ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם. מען זעט האלב-אומגעקליידעטע פרויען, און ס'לכאורה נישט דא די היתר וואס איז דא ווען מ'גייט אויפן גאס (ראיה ווערסוס הסתכלות, ליכא דרכא אחרינא, וכו').
2. בל תשקצו (מען האלט זיך צוריק פון גיין הכנות... איך מיין נישט קיין הלצה. קוק
דא.)
Re: איז קוקן פילמס אויסגעהאלטן על פי הלכה?
שערקויעך פארן קאמפלימענט, אבער ווי כאב שוין געשריבן, איך בין נאכנישט קיין ידען, אבער העדינג דיער... כעל מיך דרייען דא אין קאווע שטיבל מיט אזעלעכע אידן ווי דו, וועל איך זיכער אנקומען דערצו.
אינטערעסאנט, זעט אויס אז פילמס איז מער in אפי׳ ווי אינטערנעט ביים היימישן עולם, פארוואס מאכט מען נישט קיין סיטי פיעלד אסיפות קעגן דעם?
Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?
איך האב אריינגעלייגט youtube אין קעפל ווייל איך מיין אז סע איז די זעלבע אויסגעהאלטן.
Correct me if i'm wrong
Re: איז קוקן פילמס אויסגעהאלטן על פי הלכה?
ידעןאינטערעסאנט, זעט אויס אז פילמס איז מער in אפי׳ ווי אינטערנעט ביים היימישן עולם, פארוואס מאכט מען נישט קיין סיטי פיעלד אסיפות קעגן דעם?
קודם כל, ס'נישט אינגאנצן אזוי. אינטערנעט איז א זאך וואס יעדער מקטן ועד גדול דארף, האט, און נוצט. פילמס לאידך גיסא איז דא נאר ביים יונגווארג, מ'דארף עס נישט, און די עטיטוד פון די רבנים דערצו איז אז עס איז טריף פינטל.
די סיבה פארוואס מען הערט נישט פון די רבנים קיין פיפס דערוועגן קען פשוט זיין צוליב דעם וואס די רבנים האבן נישט קיין אהנונג דערוועגן.
----
ידען האקט. יא אודאי איז יו-טוב ווארשיינליך אין די זעלבע קאטאגאריע.
Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?
על פי הלכה איז עס טאקע אסור, אבער דאס אליין פארשטערקערט נאר די תאווה יא צו זען, אזויווי ס'שטייט מים גנובים ימתקו.
Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?
עס איז גאנץ אן אריינגעכאפטער ענין, און אפילו עס האט נישט קיין שום היתר איז זייער גאנגבאר צו קוקן מואוויס.
איך פלעג זען אין לייבעריס אין היימישע געגנטער ווי חסידישע אידן קומען אפנעמען זייערע די ווי די'ס אן קיין בושה.
שפעטער האבן די רויטע קאנווערטן וואס פלעגן אריינברענגען די דוו"ד'ס אין די שטובער איבערגענומען די מארקעט, און היינט דארף מען שוין נישט האבן מער ווי א קאמפיוטער און גוטע קאנעקשאן.
איך האב זיך איינגעשריבן ביי עמעזאן פריים און איינע פון די זאכן וואס זיי געבן מיר אז איך קען זען מואוויס אומזיסט.
אפשר אז די רבנים וועלן וויסן ווי ווייט עס איז ביי אונז איינגעריסן וועלן זיי לאזן מאכן אידישע פילמען?...
Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?
אךשמח

ס'דאך שוין דא גראווייס ברודער...
Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?
אבער למעשה האלט שוין מיין אשכול אין די הויכע צפיות. און ס'שטייגט אלס מער און מער ווערנדיג פון די פאפולערסטע אשכולות. חחחחח
יא אסור נישט אסור. ווי איינער האט שוין אויפגעמערקט אין מיין אשכול דהיינו: ביי חסידישע אידן (ל' בחורים) גייט עס שוין סאך ווייטער. אין מיינע צייטן האט זיך פארקויפט אין די ישיבות א גיג פאר א דאלער. נו אז מ'מאכט א ביזנעס דערפון אין די ישיבות און מ'געוואוינט זיך איין פון יונגווייז אהן צו וואטשן, זיכער ווערט עס 'הרגל נעשה טבע' שפעטער און כ'האלט אז דאס וואס די רבנים שטעלן זיך נישט ארויס אזוי שארף דערקעגן איז פארקערט גאר. זיי האלטן אז ס'איז דייקא נישט אזוי הארב ווי אינטערנעט. (ווי דער אמת איז) און יעדער בר שכל פארשטייט דאס, סך הכול איז עס א ריקעדיגע מעשה ביכל נאר פון גוים. ס'זאל קיינער נישט זאגן אז מאוויס האבן איך אראפגעפירט פון אידישן וועג סיידן ער איז נישט אויפגעוואקסן דערמיט און זיך מיטאמאל געעפנט די אויגן וואס דאן שאדט עס מער. און חוץ מזה האלט קיינער, אז ס'איז נישט קיין איסור. יעדער ווייסט גאנץ גוט בייזיך אז ער באגייט אן אומרעכט און וואונטשט זיך נישט זיינע קינדער זאלן אים נאכטוהן. אנדערש איז אבער מיט אינטערנעט.
Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?
ידעןאיך האב אריינגעלייגט youtube אין קעפל ווייל איך מיין אז סע איז די זעלבע אויסגעהאלטן.
Correct me if i'm wrong
איך בין מחולק.
מאוויס איז עפ"י רוב ריין אונטערטעימענט משא"כ you tube (ווי אונטערנעט בכלל) קען היבש צונוצקומען אין ביזנעס
איך ווייס נישט צו עס איז ערגער ווייל אויף יו-טאב קען מען זען געוויסע זאכן וואס מ'זעט נישט אויף געוויסע מאוויס, און יו-טאב איז א דבר המושך פון איינס צום צווייטן
עכ"פ קיין פארגלייך איז עס נישט כנלפענ"ד
Re: איז קוקן פילמס אויסגעהאלטן על פי הלכה?
יידלדא איז דא אן ארטיקל דערוועגן. נישט געליינט, אבער ס'זעט אויס אינטערעסאנט.
לאמיר נאר זיך ברייטער אויסשמועסן. ר' ידען, איר זענט דאך א איד א ת"ח. וואס זענען די איסורים וועלכע מען שטויסט זיך אן בשעתן וואטשען פילמס? איך וועל אויסרעכענן צוויי, איר זייט ממשיך.
1. ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם. מען זעט האלב-אומגעקליידעטע פרויען, און ס'לכאורה נישט דא די היתר וואס איז דא ווען מ'גייט אויפן גאס (ראיה ווערסוס הסתכלות, ליכא דרכא אחרינא, וכו').
2. בל תשקצו (מען האלט זיך צוריק פון גיין הכנות... איך מיין נישט קיין הלצה. קוק
דא.)
קענסט צולייגן "ביטול תורה".
Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?
Wow!!
Y do u all think that your kids will not do the same aveires that you doing or worser, if you so proud with this aveire

chasidWow!!

It doesn't occur to you that some would actually have no problem with their kids watching movies? And what kind of hypocrite are you that your whole religiousity isn't more than a show for your kids?
Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?
chasidWow!!
Y do u all think that your kids will not do the same aveires that you doing or worser, if you so proud with this aveire
מיך וואלט נישט געשטערט אז מיינע קינדער זאלן זען פילמ'ס, אדרבה ס'שטייט דאך שמח בחור בילדותך.
Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?
יא יא אבער וואס שטייט סוף פונעם זעלבן פסוק?
"ודע כי על כל אלה יביאך האלקים במשפט"
Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?
שמואל הלוייא יא אבער וואס שטייט סוף פונעם זעלבן פסוק?
"ודע כי על כל אלה יביאך האלקים במשפט"
נישט געפערליך, מ'וועט אויפנעמען גוטע אדוואקאטן און מ'וועט ארויסגיין זיכוי בדין.
Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?
קול גדול...
כ'האב דיר שוין לאנג געוואלט שרייבן אז ס'איז דא א טעות אין דיין ניק
די "ו" אין די ווארט קול, נעם ארויס..
Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?
קול גדולשמואל הלוייא יא אבער וואס שטייט סוף פונעם זעלבן פסוק?
"ודע כי על כל אלה יביאך האלקים במשפט"
נישט געפערליך, מ'וועט אויפנעמען גוטע אדוואקאטן און מ'וועט ארויסגיין זיכוי בדין.
איך האב אינגאנצן פארגעסן פון דעם וואס ס'שטייט דארט צוויי פרקים פריער "אל תוכח לץ".
Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?
יא מ'מעג גיין אויף יו-טוב געבן א קוק אוב וויסט מען אז עס איז נישט דא קיין וכו',
שטעלט אייך פאהר מ'לייגט דערויף א קליפ פון הייליגען צאנז'ער רב וואלטן נישט די שענסטע פון אונז דאס געקוקט? אוודאי יא,
וכעין דעם קליפ פון דער 'מנחת אלעזר ממונקאטש', ועוד רבות כהנה פון היסטורישע קליפס וביניהם מרביה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זצ"ל.
אבער אויב ווייסט דער יחיד אפילו מט איין פרעצענט אז ער גייט פארקראכען ווערען זאל ער בלייבען שטיין.
Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?
קול גדולשמואל הלוייא יא אבער וואס שטייט סוף פונעם זעלבן פסוק?
"ודע כי על כל אלה יביאך האלקים במשפט"
נישט געפערליך, מ'וועט אויפנעמען גוטע אדוואקאטן און מ'וועט ארויסגיין זיכוי בדין.
סאיז נישטא קיין אויפנעמען אז מען גרייט אן וועט מען האבען
Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?
[ציטאט אראפגענומען]
גאר א גוטע עצה. 😕
די גמ' רעדט שוין פון אזא סארט עצה "רבי חנינא ורבי יונתן שהלכו אפיתחא דבי זונות ואמרו נכפייה ליצרין ונקבל אגרא" און חז"ל מאכן עס טאקע אוועק. אמת, טאקע נישט ממש די זעלבע זאך אבער ענליך.
טיטאניק פילם איז דא מער ווי דער דערמאנטער סצענע און מען קען זען די הויפט שפילער פארטאן אין מעשים וואס ברענגט מער ווי סתם הרהורים.
Re: איז קוקן פילמס און youtube אויסגעהאלטן על פי הלכה?
PG13 קען זיין גאר פיל מיט שמוץ און מער ווי פשוטע ראמאנטישע סצענעס. פרעג זיך נאך ביי די וואס ווייסן. אפט זע איך נישט קיין נפק"מ צווישן PG13 און R.
איך דארף דעם רב וואס לפנים משורת הדין הייסט ער אוועקקוקן און אויב וויל איך גיין מיט שורת הדין קען איך גאר זיך מחי' זיין מיט מראין בישין. איך דארף נאך א פאר גוטע היתרים וואס קענען מיר ציניצקומען אין לעבן...
געצל
טיטאניק פילם איז דא מער ווי דער דערמאנטער סצענע און מען קען זען די הויפט שפילער פארטאן אין מעשים וואס ברענגט מער ווי סתם הרהורים.
וואס מיינט א סצענע וואס ברענגט מער ווי הרהורים?
קאל איט!!
טראכטס אריין פארוואס נעמען די רייטערס, עקטארס נשים?
פאר די זעלבע סיבה וואס די אדווערטייזערס, אין די קאמערשעלס נעמען נשים!!
און ביי יודן מען קען נישט נעמען פאר די אדווערטייזמענטס נשים וועגן ולא תתורו, געט מען זיך אן עצה מען נעמט שיינע קינדער!!
אלס איינער וואס האט שוין געוואטשט גאר אסאך מאוויס קען איך זאגן אז
מאוויס:
- איז א מורא'דיגע פארם אוו ארט. נישטא כמעט נאך אזא שיינע און אינטערעסאנטע ארט ווי עקטינג, סינעמאטאגראפיע, וכו'. פונקט וויאזוי מיר אפרישיעטן א שיינעם זינגער, חזן, און מוזיקאנט, אפרישיעט איך א גוטן אקטיאר און פילם
- איז א פארם אוו עדיוקעישאן. גאר אסאך אינטערעסאנטע פאקטן איבער די וועלט, איבער מענטשליכקייט, איבער טעכנאלאגיע, פסיכאלאגיע, ארט, געזעץ, וכו' וכו' ווערט מען געוואויר פון מאוויס.
- איז די בעסטע וועג זיך אויסצולופטערן נאך א שווערע וואך, אדער טאג. עס טראגט אריין אין א נייע וועלט...
און יעצט צום שעדליכן חלק
מאוויס:
- פארמט אויס דעם מהלך המחשבה אומבאמערקטערהייט. עס לערנט אויס אנצוקוקן א זאך פון א גוי'אישן שטאנדפונקט, און עס טוט גרינג מאכן אן עבירה, קאלט מאכן צו אמונה, איידלקייט, וכו'. איינער וואס זאגט אז קיינער איז נאכנישט אפגעפארן פון מאוויס ווייסט נישט וואס עס טוט זיך מיט זיך, כ'ווייס פון אסאך געגליטשטע וואס האבן אנגעהויבן מיט מאוויס, און דאס האט זיי געגעבן דעם פאלשן גלאנץ פון די גוי'אישע וועלט... מ'דארף האבן געקוקט גאר גאר אסאך מאוויס עס זאל שוין נישט אפעקטירן. עס קען זיין גארנישט פאר א איד וואס איז אויפגעוואקסן צווישן גוים, און פארשטייט די מהלך המחשבה פון א גוי, אדער טראכט גאר ווי א גוי, אבער פאר א חסיד'ישער אינגערמאן קען עס זיין סם המות לגבי השקפה.
יעצט צו סאיז אויסגעהאלטן להלכה? מאך אליין דעם סך הכל.
יידלס'דאך שוין דא גראווייס ברודער...
ענדערש גארנישט ווי איידער גראווייס
[ציטאט אראפגענומען]
און וואס איז די פסק ע"פ
משורת הדין? אריין-זאָמען? דזשאסט קידינג.
chasidWow!!
Y do u all think that your kids will not do the same aveires that you doing or worser, if you so proud with this aveire
אויב איר וועט זיין אזא שרעקליכער מאדערן-ארטאדאקס און שרייבן אין English, כאטש שרייב נישט נאכאמאל די ווארט worser, ווייל ס'איז worse פון Terrible.
גראדע איז געווען גרויסע קול קורא'ס פון רבנים טאקע נישט ממש קעגן פילמ'ס, אבער קעגן "ריקעדיגע בילדער" יא.
אבער דארט האט זיך עס געהאנדעלט פון די טריפה'נע דידזטעל קעמערעס מיט וואס מען קען אפכאפן אינדערהיים ווי די קינדער זינגען א סאנג פון חדר/סקול, אדער ווי מען צינד חנוכה ליכט, מען עסט מלוה מלכה וכדו', און דערפאר זאל מען עס שוין ארויס ווארפן און קויפן די נייע KDC קעמערעס.
דאס איז א נושא פאר זיך, לאמיר זאגן אז קוקן פילמ'ס/YouTube איז טאקע א פראבלעם, אזוי ווי עטליכע האבן געשריבן דא טעמים לאיסור, אבער וואס איז די פראבלעם מיט דידזטעל קעמערעס?
איך האב גראדע א קרוב וואס האט בשום אופן נישט געלאזט זיין ווייב קויפן א קעמערע נאר פון KDC, אבער ווען ס'פעלט אים אויס בארגט ער מיין קעמערע.
גיי פארשטיי..
יידלדא איז דא אן ארטיקל דערוועגן. נישט געליינט, אבער ס'זעט אויס אינטערעסאנט.
לאמיר נאר זיך ברייטער אויסשמועסן. ר' ידען, איר זענט דאך א איד א ת"ח. וואס זענען די איסורים וועלכע מען שטויסט זיך אן בשעתן וואטשען פילמס? איך וועל אויסרעכענן צוויי, איר זייט ממשיך.
1. ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם. מען זעט האלב-אומגעקליידעטע פרויען, און ס'לכאורה נישט דא די היתר וואס איז דא ווען מ'גייט אויפן גאס (ראיה ווערסוס הסתכלות, ליכא דרכא אחרינא, וכו').
2. בל תשקצו (מען האלט זיך צוריק פון גיין הכנות... איך מיין נישט קיין הלצה. קוק
דא.)
Street is worse because there could be continuation. What means ליכא דרכא אחרינא
diffיידלדא איז דא אן ארטיקל דערוועגן. נישט געליינט, אבער ס'זעט אויס אינטערעסאנט.

אויב ס'איז נישטא קיין אנדערע וועג.
אוממעגליך צו אויסמיידן
What is he trying to say
NYPD - Crime Prevention - Personal Safety Tips Always be aware of your surroundings
diff

where did you see that?
עקזעקטלי וואס איז דיין פראגע?
יידלדא איז דא אן ארטיקל דערוועגן. נישט געליינט, אבער ס'זעט אויס אינטערעסאנט.
לאמיר נאר זיך ברייטער אויסשמועסן. ר' ידען, איר זענט דאך א איד א ת"ח. וואס זענען די איסורים וועלכע מען שטויסט זיך אן בשעתן וואטשען פילמס? איך וועל אויסרעכענן צוויי, איר זייט ממשיך.
1. ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם. מען זעט האלב-אומגעקליידעטע פרויען, און ס'לכאורה נישט דא די היתר וואס איז דא ווען מ'גייט אויפן גאס (ראיה ווערסוס הסתכלות, ליכא דרכא אחרינא, וכו').
2. בל תשקצו (מען האלט זיך צוריק פון גיין הכנות... איך מיין נישט קיין הלצה. קוק
דא.)
What does the posek mean by
ליכא דרכא אחרינא
diffיידלדא איז דא אן ארטיקל דערוועגן. נישט געליינט, אבער ס'זעט אויס אינטערעסאנט.
לאמיר נאר זיך ברייטער אויסשמועסן. ר' ידען, איר זענט דאך א איד א ת"ח. וואס זענען די איסורים וועלכע מען שטויסט זיך אן בשעתן וואטשען פילמס? איך וועל אויסרעכענן צוויי, איר זייט ממשיך.
1. ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם. מען זעט האלב-אומגעקליידעטע פרויען, און ס'לכאורה נישט דא די היתר וואס איז דא ווען מ'גייט אויפן גאס (ראיה ווערסוס הסתכלות, ליכא דרכא אחרינא, וכו').
2. בל תשקצו (מען האלט זיך צוריק פון גיין הכנות... איך מיין נישט קיין הלצה. קוק
דא.)
What does the posek mean by
ליכא דרכא אחרינא
You need to walk in the street. Therefore, even if there's a chance of seeing an immodestly dressed woman it's ליכא דרכא אחרינא, meaning it can't be avoided because you must walk, obviously. מה שאין כן by videos, where you're actively putting yourself in a situation of לא תתורו.
?פארשטייסט
1st, dont see the diff. There is purpose in both. 2nd, who sais you musnt put yrslf in such situation (youre not oiver by seeing). You can answer in yiddish.
diff1st, dont see the diff. There is purpose in both. 2nd, who sais you musnt put yrslf in such situation (youre not oiver by seeing). You can answer in yiddish.
?עס ווענדט זיך. מיינסטו א דאקומענטערי וועגן, איך ווייס...דאלפינס? אדער עיטש. בי. אָ. פריים טיים פאר מאטור אָדיענסעס
zurichקאל איט!!
טראכטס אריין פארוואס נעמען די רייטערס, עקטארס נשים?
פאר די זעלבע סיבה וואס די אדווערטייזערס, אין די קאמערשעלס נעמען נשים!!
און ביי יודן מען קען נישט נעמען פאר די אדווערטייזמענטס נשים וועגן ולא תתורו, געט מען זיך אן עצה מען נעמט שיינע קינדער!!
ולא תתורו עברי טייטש מיינט בכלל נישט שמירת עניים,עס איז אן עם הערצות וואס מען האקט אין קאפ,
די תורה זאגט אז מען זאל נישט נאכגיין און טוהן עבירות