☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » קויפן בלומען ביים גוי'טע?

קויפן בלומען ביים גוי'טע?

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3705

שלשלת » דינסטאג מאי 7, 2013 12:48 am

· #112522
קויפן בלומען ביים גוי'טע?
האלטנדיג געציילטע טעג פאר שבועות, ווען דער עולם קויפט איין גרויסע קוואנטומס פון בלומען, איז מיר אינטרעסאנט צו הערן דעם דעת הציבור, איבער ווי אזוי איר קוקט אן דאס קויפן בלומען ביים גוי/שיקסע, וואס שטייט מיט'ן שאפינג קערידזש ביים קארנער - יעדע וואך לכבוד שב"ק, ובפרט ערב שבועות ווען אלע היימישע מוסדות האבן טישלעך אויף יעדע גאס.

איז עס אידישליך?
איז עס מענטשליך?
ווער האט באמת בעסערע סחורה?
ווער איז דער בעל הבית וואס שטייט אונטער די אלע גוישע פעדלערס?
וכו'....

אוי טאטי » דינסטאג מאי 7, 2013 1:09 am

· #112530
געהערט אמאל אז די בעל הבית איז עפעס א קירכע. (מקור דענק איך נישט)
בעסערע סחורה האט מיין עקספעריענס געוויזן אז די אידן האבן.
מענטשליך אז זיכער צו קויפן ביי די אידן, בפרט אז די גויטעס זענען נישט צופיל ביליגער.

קינות גירושין » דינסטאג מאי 7, 2013 4:23 am

· #112557
און וואס טוט זיך מיט די אידישע וואס האבען גוישע ארבעטערס?
איך מיין אז סאיז שוין א אויגעדראשענע טעמע

שלשלת » דינסטאג מאי 7, 2013 5:20 am

· #112558
קינות גירושין
און וואס טוט זיך מיט די אידישע וואס האבען גוישע ארבעטערס?

זיי מסביר ביטע

בן תמליון » דינסטאג מאי 7, 2013 9:41 am

· #112605
גראדע פארשטיי איך נישט, די גויטעס וואס שטייען אין די היצן און קעלטן מיט פיצעלעך אגאנצן פרייטאג צו אהיימנעמען אפאר גראשן זיי צו פיטערן זענען אויך בני אל חי. שטיצט דעם איד און שטיצט די ארעמע גויע וואס שטייט ביי אייער ווינקל צוגלייך. זייט נישט קיין ראסיסטן.

ברסלבער » דינסטאג מאי 7, 2013 9:51 am

· #112611
האט נאך איינער באמערקט אז די פאריגע וואך האט די קאמפעני "בלומען" אנגעהויבן לייגן ווייניגער זייטיגע בלומען אין זייערע באקעט'ס און בחדא מחתא זענען זיי ארויף געגאנגען מיט די פרייז.
דאס האט מיר געמאכט די וואך צוריק גיין קויפן ביי די גוי'טעס.

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 7, 2013 9:55 am

· #112616
ס'איז אבער ראסיסטיש נישט צו קויפן ביים גויטע ווייל זי איז א גויטע.
ווי ס'איז משמע פון אוי טאטי'ס ווערטער אביסל
אוי טאטי
מענטשליך אז זיכער צו קויפן ביי די אידן, בפרט אז די גויטעס זענען נישט צופיל ביליגער

סיבה איינס - ווייל ס'איז מענטשליך. (מאן דכר לאקאלע עקענאמיע) ; בפרט - איז סיבה 2 .
און כ'גלייב נישט אז די גויטעס קומען ספעציעל פון אפריקע אהין און צוריק, צו פארקויפן בלומען. זיי וואוינען אויך לאקאל.

שלשלת » דינסטאג מאי 7, 2013 9:57 am

· #112618
בן תמליון
גראדע פארשטיי איך נישט, די גויטעס וואס שטייט אין די היצן און קעלטן מיט פיצעלעך אגאנצן פרייטאג צו אהיימנעמען אפאר גראשן זיי צו פיטערן זענען אויך בני אל חי. שטיצט דעם איד און שטיצט די ארעמע גויע וואס שטייט ביי אייער ווינקל צוגלייך. זייט נישט קיין ראסיסטן.

נאדיר א קאמפלימענט פאר דיין שטארקע ליבשאפט צום הייליגן באשעפער און זייינע קינדער
!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

שלשלת » דינסטאג מאי 7, 2013 10:01 am

· #112622
טאמבל סאס
ס'איז אבער ראסיסטיש נישט צו קויפן ביים גויטע ווייל זי איז א גויטע.

ווען איינער האט נישט חתונה מיט א גויטע נאר ווייל זי איז א גויטע, אדער פארקערט די גוי וואס האט נישט חתונה מיטן בא'חנטע חסידיש מיידל בלויז ווייל זי איז א איד - ווערן זיי אויך אנגערופן ראסיסטן?

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 7, 2013 10:09 am

· #112627
פיין. אלזא בלייבט אונזער עקענאמיע א היימישע ראסיסיטישע עקענאמיע, וואו די ביסל פראדוקציע וואס איז שוין יא דא, בענעפיטירט בלויז פאר אונז. דאס איז דאך דער יסוד פונעם בראך. כמו שראיתי מובא בשם בנימין פרנקל
(אנטשולדיגט, כ'בין מסתמא אין א אומגינסטיגע גוסטע יעצט )

בן תמליון » דינסטאג מאי 7, 2013 10:24 am

· #112637
די מיליאנען וואס מיר צאלן די גויטעס צו קלינען אונזערע שטובער וועט אויך נאר צוריקשפאצירן אויף פוילן, און גייט אריין אין עני גיווען דעי צו מעיסיס וועט איר טרעפן מער פרויען פון וויליאמסבורג ווי עס איז דא פון די מיליאנען טוריסטן פון איבער די וועלט. מיין נקודה איז הגם מיר וועלן קויפן בדרך כלל ביים איד וועט אבער יעדער למעשה טוהן וואס איז זיי באקוועם, אלזא וואס איז דאס מאכן א הייליגן קאמף יעדן ערב שבועות נישט צו קויפן ביים גוי, ווילסט שטיצן דעם איד אשרי חלקך, ווילסט קויפן ביי די גויטע קויף געזונטערהייט יענע איז אויך גאט'ס א באשאף.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 7, 2013 10:32 am

· #112640
וחי אחיך עמך איז א פשוט'ע מצוה. לאו דוקא ראסיזם.

אוי טאטי » דינסטאג מאי 7, 2013 12:14 pm

· #112682
בן תמליון, האסט געזען איינעם פירן א קאמף מיט די גוי׳שע פארקויפער? סך הכל אז ער פרעגט האב איך געזאגט אז עס איז מער מענטשליך צו קויפן ביים איד.
מען ווערט נישט קיין ראסיסט פאר דעם, כ׳גלייב אז ווען דו וואלסט געהאט א געשעפט וואלסטו אויך געוואלט אז דיינע שכינים, פריינט, זאלן קויפן ביי דיר. ניין?

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 7, 2013 1:02 pm

· #112698
קופערניקוס דו ווייסט נישט ווי ריכטיג דו זאגסט. וויפיל געשעפטן עסן זיך אויף דאס געזונט פאר דעם.
מען האט געשעפטן א גאנץ יאר מיט פארשידענע ערליי פראדוקטן, פון קליידער ביז שמאנצעס, מען צאלט אוועק ממון ודמים, און פלוצים קומט א טראק און דינגט ארויס א זאל, אדווערטייזט "א סעיל", און עולם גולם לויפט אהין כאפן מציאות... בשעת די גאנץ-יעריגע סוחרים בלוטיגן.

ר' שמחה » דינסטאג מאי 7, 2013 6:37 pm

· #112823
ביי די ערב פסח געשעפטן קומט נאך צו נאך א אומווירידקייט, ביי דעם גאנץ יעריגן סוחר שרייבסטו אויף לאלפים, פלוצלינג פאר די ערב פסח מציאות האסטו קעש געלט.

ויש להאריך בזה טובא.

בדחן » מיטוואך מאי 8, 2013 12:23 am

· #112893
בן תמליון
גראדע פארשטיי איך נישט, די גויטעס וואס שטייען אין די היצן און קעלטן מיט פיצעלעך אגאנצן פרייטאג צו אהיימנעמען אפאר גראשן זיי צו פיטערן זענען אויך בני אל חי. שטיצט דעם איד און שטיצט די ארעמע גויע וואס שטייט ביי אייער ווינקל צוגלייך. זייט נישט קיין ראסיסטן.


אנריפען א מצוות עשה דאוריתה "וחי אחיך עמיך" ראסיסטיש?

איך בין דן דעם שרייבער לכף זכות אז מן הסתם האט ער פארגעסן דערפון, אדער האט ער בכלל נישט געמיינט צו שרייבען וואס ער שרייבט,

בכל אופן איז קלאר אז מען דארף קויפן ביים איד, חוץ אויב זי איז ביליגער ווי די הלכה זאגט,

נולד מאוחר » מיטוואך מאי 8, 2013 12:53 am

· #112909
מדארף מחמר זיין. אפי' די הלכה איז מתיר ווען די איד איז טייערער מיט א געוויסע פראצענט , דאך פארשטיי איך נישט ווי אזוי א איד מיט געפיל קען גיין קויפן ביי א נידרידע גוי/טע בשעת ווען א גאס אוועק שטייט א פרימער איד מיט די זעלבע סערוויס. אפי סאיז יתכן אז דער איד אליין קויפט זיין אייפעד ביי אמעזאן בשעת ווען ער קען ווען קויפן ביי Bh פאר בערך די זעלבע פרייז.

בדחן » מיטוואך מאי 8, 2013 1:33 am

· #112922
נולד מאוחר
אפי סאיז יתכן אז דער איד אליין קויפט זיין אייפעד ביי אמעזאן בשעת ווען ער קען ווען קויפן ביי Bh פאר בערך די זעלבע פרייז.


די שרייבסט אזוי דרך אגב א אינטארסאנטע נקודה.
ווי ווייט גייט די חיוב פון קויפן ביי א איד? איז מען טאקע מחיוב צו קיקען ביים איד צו ער האט אויך די אייטעם פאר די פרייז? אדער נאר אויב מען ווייסט אז ער האט עס? איז מען מחיוב צו גיין צו די B&H וועבסייט ביפאר מען קויפט א עלעקטעראנישע אייטעם?

בן תמליון » מיטוואך מאי 8, 2013 8:48 am

· #112951
בדחן
בן תמליון
גראדע פארשטיי איך נישט, די גויטעס וואס שטייען אין די היצן און קעלטן מיט פיצעלעך אגאנצן פרייטאג צו אהיימנעמען אפאר גראשן זיי צו פיטערן זענען אויך בני אל חי. שטיצט דעם איד און שטיצט די ארעמע גויע וואס שטייט ביי אייער ווינקל צוגלייך. זייט נישט קיין ראסיסטן.


אנריפען א מצוות עשה דאוריתה "וחי אחיך עמיך" ראסיסטיש?

איך בין דן דעם שרייבער לכף זכות אז מן הסתם האט ער פארגעסן דערפון, אדער האט ער בכלל נישט געמיינט צו שרייבען וואס ער שרייבט,

בכל אופן איז קלאר אז מען דארף קויפן ביים איד, חוץ אויב זי איז ביליגער ווי די הלכה זאגט,


און איך בין אייך דן לכף זכות אז לא קרא ולא שנה. אפשר זאגט וועלכע מצות עשה איז וחי אחיך עמך? אגב דער פולער פסוק איז גר ותושב וחי אחיך עמך, דאס איז אזא דריי פערטל גוי וואס דינט נאר נישט קיין עבודה זרה.

און וואס טוט איר מיטן הלכה מפורשת אין שולחן ערוך "מפרנסין עניי עכום עם עניי ישראל"?

בדחן » מיטוואך מאי 8, 2013 8:57 am

· #112952
איך האב געזען אייער תגובה, און היות איך און די ווייסען מיר אייניג אז עס איז א מצווה צו קויפן ביים איד און איייער תגובה איז נאר לחידודי בעלמא, דערפאר וועל איך אייך געבן מיט כבוד ס׳לעצטע ווארט, ייש״כ פארן דן זיין לכף זכות.

דעת תורה » מיטוואך מאי 8, 2013 9:06 am

· #112956
מפרנסין איז נאר משום איבה, און לויט רוב דעות מעג מען נאר מפרנס זיין א גוי אויב קומט ער צוזאמען מיט א איד. און דאס רעדט זיך פון א גוי גמור.

וואס דו רעדסט, רעדט זיך פון א גר תושב וואס האט מקבל געווען שבע מצוות, און ביסט גערעכט אז עס איז עטוואס איראניש צו נוצן דעם פסוק וואס איז כולל א גוי אויך (הגם נאר א שומר שבע מצוות כנ"ל), אבער אליבא דאמת איז דער לימוד פון או קנה מיד עמיתך.

אגב, איינער וואס האט א כלי המכונה אינטערנעט לויט הגר"ח, איז נישטא קיין מצוה להחיותו.

היימישער ליטוואק » מיטוואך מאי 8, 2013 9:26 am

· #112960
ר' שמחה
ביי די ערב פסח געשעפטן קומט נאך צו נאך א אומווירידקייט, ביי דעם גאנץ יעריגן סוחר שרייבסטו אויף לאלפים, פלוצלינג פאר די ערב פסח מציאות האסטו קעש געלט.

ויש להאריך בזה טובא.


דאס איז א בטלנות, אדער חוסר-ברירה, מצד דעם גאנציאריגן געשעפטסמאן. ער לאזט אויפשרייבן, דאן מוז ער נעמען דיין קרעדיט-קארד... זאל ער אויך ריעלייזן אז פאר פסח וועט דער קאסטומער גיין צו דארטן וואו עס איז ביליגער; אדער מאך דו אוך ביליגער, אדער פארשטיי דאס אויך אינמיטן ווינטער ווען דו לאזט איהם קויפן אויף קרעדיט.

בן תמליון » מיטוואך מאי 8, 2013 9:57 am

· #112973
דעת תורה
אגב, איינער וואס האט א כלי המכונה אינטערנעט לויט הגר"ח, איז נישטא קיין מצוה להחיותו.


דערמאנסט מיר פון דעם נגיד אין בארא פארק וואס האט שוין נישט געהאט קיין כוח צו די משולחים וואס קלאפן ביים טיר, האט ער אויפגעהאנגען א צעטיל: על פי פסק הרב וואזנער טאר מען אין דעם שטוב נישט אריינגיין.

שלשלת » מיטוואך מאי 8, 2013 9:37 pm

· #113232
היימישער ליטוואק
דאס איז א בטלנות, אדער חוסר-ברירה, מצד דעם גאנציאריגן געשעפטסמאן ... זאל ער אויך ריעלייזן אז פאר פסח וועט דער קאסטומער גיין צו דארטן וואו עס איז ביליגער; אדער מאך דו אוך ביליגער...

נישט גערעכט! א געהעריגע גראסערי קען זיך אזאנס נישט ערלויבן.

דער געשפעטסמאן קען זיך נישט ערלויבן צו פארקויפן פאר האלסעיל פרייזן. איינס ווייל דאס איז זיין פרנסה, און ווען דען דארף ער פרנסה אויב נישט ערב פסח ווען די הוצאות ביי יעדעם איז גאר גרויס.

צווייטענס, דער גראסערי דארף געהעריג באצאלן געלט פאר זיין סטאר, פאר א געדינגענע טרעליער לכבוד פסח, די חודש'ליכע בילס פון זיין גראסערי, די וועכנטליכע געהאלט פון די ארבייטערס - פון דעם על פי רוב עטליכע היימישע אינגעלייט וואס ערווארטן לכבוד פסח צו באקומעון א באנוס פונעם בעל הבית.

מה שאין כן די כולל אינגערמאן/עסקן/אינוועסטאר וואס מאכט א פסח יריד לזכות את הרבים, האט נישט א העלפט פון די אלע הוצאות. מ'קומט קויפן ביי איהם, אפילו די אויספארקויף קומט פאר אין א טונקעלע פארשמוצטע ווערהאוז. בילס-ארבייטערס מאן דכר שמיה. מען טרעפט א גרופע אינגעלייט/בחורים זאלן אנפירן די עסק לשם מצוה. זיי דעליווערן נישט נאר פאר א קליינע אפצאל [ליין: 20 דאלער אין העכער, וואס דער פריוואטער אונטערנעמער פארלאנגט]

באדעם ליין איז, די גראסערי מאן וואס האלט אויף זיין געשעפט א גאנץ יאר, און שטעלט צו סערוויס אויך פאר אזעלכע וואס באצאלן שווערליך, כאפט א געזונטע פראסק ערב יום טוב, ווען ביז עטליכע יאר צוריק איז עס געווען זיין מעין סיזען

אשכולות אויפוועקער » מיטוואך מאי 28, 2014 7:16 am

· #203135
אויפגעוועקט
פאר איר גייט קויפן בלימען לכבוד שבועות

ישמעאל הכהן » מיטוואך מאי 20, 2015 6:57 am

· #277212
אשכולות אויפוועקער
אויפגעוועקט
פאר איר גייט קויפן בלימען לכבוד שבועות

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך מאי 20, 2015 8:50 am

· #277227
Re: קויפן בלומען ביים גוי'טע?
אלץ אינגעל פלעגט מען אייביג זאגען אז די גויטעס וואס פארקויפן בלומען ביי די קארנערס די געלד גייט פאר זייער טשירטש.

שושן פורים » מיטוואך מאי 20, 2015 12:24 pm

· #277295
גרויסע מענטשעלע
אלץ אינגעל פלעגט מען אייביג זאגען אז די גויטעס וואס פארקויפן בלומען ביי די קארנערס די געלד גייט פאר זייער טשירטש.

יא!! און איך פלעג גלייבן מיט א פעסטקייט אז סקווירא רבי דאוונט אין א פארמאכטע צימער ווייל ער ריקט פיצא מיט האטדאגס א גאנצע דאווענען.

ציבעלע-קיגל » דינסטאג מאי 26, 2015 1:57 pm

· #278190
שלשלת
האלטנדיג געציילטע טעג פאר שבועות, ווען דער עולם קויפט איין גרויסע קוואנטומס פון בלומען, איז מיר אינטרעסאנט צו הערן דעם דעת הציבור, איבער ווי אזוי איר קוקט אן דאס קויפן בלומען ביים גוי/שיקסע, וואס שטייט מיט'ן שאפינג קערידזש ביים קארנער - יעדע וואך לכבוד שב"ק, ובפרט ערב שבועות ווען אלע היימישע מוסדות האבן טישלעך אויף יעדע גאס.

איז עס אידישליך?
איז עס מענטשליך?
ווער האט באמת בעסערע סחורה?
ווער איז דער בעל הבית וואס שטייט אונטער די אלע גוישע פעדלערס?
וכו'....


אבי נישט ביי די אידישע גנבים. וואס ווייל עס איז שבועות מוז דאס קאסטען מיט 10-20 דולר מער.(לכל הפחות)

וויל פארשטיין » דינסטאג מאי 26, 2015 2:04 pm

· #278194
Re: קויפן בלומען ביים גוי'טע?
איך האב זיי געפרעגט אין זיי האבן מיר געענטפרט אז עס גייט פארן טשירטש אפשר נאר אמאל קענסט זיי פרידן עכום מסיח לפי