☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » היו נכונים! די מערכה אקעגן טעיפ ריקארדערס

היו נכונים! די מערכה אקעגן טעיפ ריקארדערס

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3698

הוגה » מאנטאג מאי 6, 2013 4:22 pm

· #112332
היו נכונים! די מערכה אקעגן טעיפ ריקארדערס
מיר האבן שוין אלע געזעהן די קליפ פון די אסיפה ביים סקולענער רביס הויז ווי ר' אהרן מענדל, די ציקונפטער מנהיג עדת סקווירא האט בטוב טעם ודעת ארויס געברענגט די שרעקליכע שטרויכלונגן וואס קומען ארויס פון די היינטיגע טעיפ ריקארדערס. אויך איז דא ערגעץ אין שטיבל אראפגעברענגט געווארן אן ארטיקל פון דער בלאט בנוגע די מערכה.

דא האט איר א בילד פון בחצר הקדש ווי כ"ק אדמור די סקווירא רבי אליינס האט זיך אנגעגארטעלט בעוז מתניו צו זיין בראש העומדים בפרץ בנוגע די טעיפ ריקארדערס.


נ.ב. פון אונטער די קוליסן הערט מען אז עסקנים ארבייטן יעצט אויס א פלאן פאר פילטערס אויף טייפ-רייטערס, און א לעזונג צו די פראבלעם פון טשו טשוס וואס ווערן סטאק אין די ציינער.

עס איז צום האפן אז די שווערע פראבלעמען וואס האבן גורם געווען ניינציג פראצענט פון די גיטין במחנינו וועלן בקרוב געלעזו ווערן, נאך פאר תשכ"ח.
IMG-20130506-WA0075.jpg

ברסלבער » מאנטאג מאי 6, 2013 4:36 pm

· #112338
מיין פיר יעריג'ס האט מיר לעצטנ'ס געבעטן אז איך זאל אנצינדן א סידי אבער נישט די סידי'ס וואס קענען זיך צורייסן נאר די רינדיכיגע וואס צורייסן זיך נישט...

לעיקוואד » מאנטאג מאי 6, 2013 4:56 pm

· #112344
אבער פארוואס איז דאס אין א שמייכל? מדארף עס אריינשטעלן אין די קאטאגאריע "אדמורי"ם מאכען חוזק פון זיך אליינס".

איך אויך » מאנטאג מאי 6, 2013 5:03 pm

· #112352
ס'מיר סתם אזוי אינטרעסאנט דער זאץ 'איך וויל נישט אויפהאלטן' ,איר האט שוין אמאל געהערט א בעל דרשן זאל רעדן א מינוט ווייניגער נאכדעם וואס ער זאגט עס? אדער א רבי ביי א שמועס?

שלשלת » מאנטאג מאי 6, 2013 6:05 pm

· #112373
איך אויך
ס'מיר סתם אזוי אינטרעסאנט דער זאץ 'איך וויל נישט אויפהאלטן' ,איר האט שוין אמאל געהערט א בעל דרשן זאל רעדן א מינוט ווייניגער נאכדעם וואס ער זאגט עס? אדער א רבי ביי א שמועס?

און סתם עמך אידן יא?

איך אויך » מאנטאג מאי 6, 2013 6:07 pm

· #112374
ווען קומט אויס פאר א סתם עמך עס צו זאגן?

דעת תורה » מאנטאג מאי 6, 2013 7:10 pm

· #112388
זע איך אז ער זאגט בכלל נישט אזוי פאני, ער רעדט נישט פון קיין טעיפרעקארדערס.

שלשלת » מאנטאג מאי 6, 2013 9:28 pm

· #112438
איך אויך
ווען קומט אויס פאר א סתם עמך עס צו זאגן?

ווען ער דארף עפעס פון זיין חבר וואס יאגט זיך

שלשלת » מאנטאג מאי 6, 2013 9:37 pm

· #112442
דעת תורה
זע איך אז ער זאגט בכלל נישט אזוי פאני, ער רעדט נישט פון קיין טעיפרעקארדערס.

ווי אזוי די רבנים וועלן זאגן וועלן זיי אייביג זיין אפגעפרעגט.

מאכן זיי א אסיפה וועגן אינטערנעט, שרייט מען אז זיי פארשטייען אונז בכלל נישט. זיי אנערקענען נישט אז אינטערנעט איז א פאקט מיט וואס ממוז לעבן היינטיגע צייטן, און אויב עפעס איז די איינציגע עצה צו מאכן א קנאקעדיגע פילטער.

ווען סקווערע רבי זאגט אז, ריקארדערס איז א זאך וואס מען קען נישט אסר'ן, ווייל מ'דארף עס האבן, די עצה איז מזאל פאדערן פון די קאמפאניס זאלן מאכן ריקארדערס וואס זאל זיין גוט פאר אונזערע קינדער - איז ער ווידער אפגעפרעגט

אויב טרעפט מען נישט עפעס גאר גוט צו האבן טענות דערויף, געט מען א מאך א ליצנות כאילו ער האט גערעדט פון טעיפריקארדערס, ואידך זיל גמור

והייתם נקיים - איך בין נישט קיין סקווערער

newkave » מאנטאג מאי 6, 2013 10:05 pm

· #112454
נקי נקי נקי!

הוגה » דינסטאג מאי 7, 2013 12:43 am

· #112520
חברה, טשיל אוט!!!! 🙂

דער הודעה איז געשריבן געווארן אין די שמייכל אפטיילונג, נישט אין תורה והשקפה. נעמט עס נישט אזוי ערענסט. פארגינט אייך א שמייכל.

ב.ד.וו. דאס פארענטפערן אז די מערכה איז קעגן 'רעקארדערס' און נישט 'טעיפ רעקארדערס', האט מיר געקאסט א לאך...... 😂

געפילטע פיש » דינסטאג מאי 7, 2013 2:11 am

· #112551
שלשלת
ווען סקווערע רבי זאגט אז, ריקארדערס איז א זאך וואס מען קען נישט אסר'ן, ווייל מ'דארף עס האבן, די עצה איז מזאל פאדערן פון די קאמפאניס זאלן מאכן ריקארדערס וואס זאל זיין גוט פאר אונזערע קינדער - איז ער ווידער אפגעפרעגט

ווייל אלע ריקארדערס היינטיגע צייטען קומען מיט אינטערנעט. אפשר שאפסטו מיר אזא אינטערנעט ריקארדער? איך האב א גרויס תאוה חוטא צו זיין אויף דעם.

נייגעריגער » דינסטאג מאי 7, 2013 5:54 am

· #112562
און דא האט איר דער צייטונג באריכט דערוועגן [כך קבלתיו סתם און כ'ווייס נישט פון וועלכע צייטונג עס קומט]:
📎 IMG-20130502-WA045.jpg

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 7, 2013 10:02 am

· #112624
שלשלת
איך אויך
ס'מיר סתם אזוי אינטרעסאנט דער זאץ 'איך וויל נישט אויפהאלטן' ,איר האט שוין אמאל געהערט א בעל דרשן זאל רעדן א מינוט ווייניגער נאכדעם וואס ער זאגט עס? אדער א רבי ביי א שמועס?

און סתם עמך אידן יא?

איך לאך, ווען עמיצער נאך א גאנצע הסבר געשריבענערהייט אין א ארטיקל וויל מאכן א סיכום דערפון קורצערהייט, ווי צו זאגן פארן לייענער, זארג דיך נישט ס'איז נישט סתם א סברה אויסגעזויגן פון פינגער וואס מ'דארף א האלבע פאפיר טינט פארשווענדן דערויף, כדי די לעכערליכקייט דערפון זאל זיך נישט דערקענען. כ'קען דיר עס עקשולי זאגן אין צוויי ווערטער. און ער גייט אראפ א שורה. און שרייבט
אין איין ווארט: און....... ס'דויערט אים נאך אפאר שורות.. אוחח

איך אויך » דינסטאג מאי 7, 2013 11:30 am

· #112666
סאו אפשר זאל מען עס מחרים זיין בתוך אלע געאסר'טע ווערטער והמסתעף.

פרענטש וואנילע » דינסטאג מאי 7, 2013 4:54 pm

· #112785
אהן קיין שמייכעל, גאנץ ערענסט - הגה"צ רבי הערשעלע מספינקא זצ"ל האט נישט געלאזט האבען קיין טעיפ ריקארדערס און נישט געלאזט אויפכאפען זיינע תורות אויף א טעיפ.

בעל הבית » דינסטאג מאי 7, 2013 5:07 pm

· #112788
צוליב דעם ווייל א טעיפ ריקארדער איז געמאכט פון פלאסטיק...... ווי באקאנט, האט ער הרה"ק מספינקא געפירט א גרוסע מלחמה קעגן פלעסטיק אופן טלית בייטיל, הני טעמא

matovu » דינסטאג מאי 7, 2013 5:37 pm

· #112796
הוגה
חברה, טשיל אוט!!!! 🙂

דער הודעה איז געשריבן געווארן אין די שמייכל אפטיילונג, נישט אין תורה והשקפה. נעמט עס נישט אזוי ערענסט. פארגינט אייך א שמייכל.

ב.ד.וו. דאס פארענטפערן אז די מערכה איז קעגן 'רעקארדערס' און נישט 'טעיפ רעקארדערס', האט מיר געקאסט א לאך...... 😂



You chill out

don't tell him after the insult to chill out
take credit for being mean and unfair to skver
be a man.

ר' שמחה » דינסטאג מאי 7, 2013 6:12 pm

· #112812
פרענטש וואנילע
אהן קיין שמייכעל, גאנץ ערענסט - הגה"צ רבי הערשעלע מספינקא זצ"ל האט נישט געלאזט האבען קיין טעיפ ריקארדערס און נישט געלאזט אויפכאפען זיינע תורות אויף א טעיפ.

ביי וועלכע פון זיינע זון איז נישט דא קיין טעיפ רעקארדער אין שטוב ?

שלשלת » דינסטאג מאי 7, 2013 6:36 pm

· #112821
ביי הרה"צ רבי בעריש זצ"ל, ליידער

הוגה » דינסטאג מאי 7, 2013 7:44 pm

· #112837
matovu
הוגה
חברה, טשיל אוט!!!! 🙂

דער הודעה איז געשריבן געווארן אין די שמייכל אפטיילונג, נישט אין תורה והשקפה. נעמט עס נישט אזוי ערענסט. פארגינט אייך א שמייכל.

ב.ד.וו. דאס פארענטפערן אז די מערכה איז קעגן 'רעקארדערס' און נישט 'טעיפ רעקארדערס', האט מיר געקאסט א לאך...... 😂



You chill out

don't tell him after the insult to chill out
take credit for being mean and unfair to skver
be a man.


איך נעם פול קרעדיט. יאכלו ענווים וישבעו.