☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » מיכאל שניצלער, נייע אלבום...

מיכאל שניצלער, נייע אלבום...

116 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3687
בלאט: 1 2 3

לעמיל » מאנטאג מאי 6, 2013 10:29 am

· #112240
מיכאל שניצלער, נייע אלבום...
קרעדיט: וויכטיג מאכער אייוועלט
וויכטיג מאכער און אייוועלט
מיכאל הו?... קוקט עפעס אויס דא וואו קיינער קען נישט מיכאל... דער עולם האט נישט קיין מושג פון וועם מ'רעדט דא... איך טראכט שוין שעות וויזוי כ'קען מסביר זיין פארן עולם ווער דער מיכאל איז... איך זעה אז כעלל סייווי נישט זיין סוקסעספול, העלעך נישט רעדן פון אים, נאר פון זיין סידי...

אוי לעכטעלע לעכטעלע דו שיינס און ברענסט... איז דא איינער דא וואס קעניש די ניגון? זיכער נישט! ווייל די וואס קענען נישט די ניגון קענען ווארשיינליך נישט ליינען קיין יודיש! ווער קען דען נישט חייקל בעל עגלה? און איינע פון מיינע פעיווערעט ניגונים "א קליין לעכטיג קינד אזוי בא'חן'ט"... (מחבר ר' משה גאלדמאן ז"ל) ס'צונעמטעך אלע ביינער...

און א טרער אויפן פנים ליגטעם... ער זאגט ווייטער זיין קול ווער אבער נקטם... ס'גייט נישט מער, דאס הארץ דריקטעם, די טרערן שטיקטעם... מיי גאש! וואס דער זינגט דארט צאם! סימן טוב סיז א גוטע שידוך...

אוי ישמך אלוקים כאפרים... כשרה כרבקה כרחל ולאה... דער טאטע שטייט געבויגן... סיז אנריעל וואס דער ווארפט אריין אין איין אלבוים!

און וויזוי קעמען פארגעסן פון אונזער באליבטער "מיין קינד טרעף מיך" אלבוים... ויהי ערב ויהי בוקר סאצעך אויסגעלאזט א הויקער ביי קיינעם פון זיי איז געווען שלום בית... אוי טאטע טאטע (פינקי געב אביסל הארמאני...) געטרייער טאטע... אוי מיר זענען שיך מיר זענען לעצטע עדות... ס'שניידט! אוי מודה אני...

אה, דו ווערסט שוין נייגעריג וואס איך גיי שרייבן ווייטער, איא?

רעדענדיג די וואך מיט מיכאל זאגטער מיר אז נישט נאר מ'גרייצעך שוין צו א נייעם אלבוים, נאר מ'האלט שוין טיף אינמיטן!

דיסקלעימער: די נייע אלבוים גייט נישט האבן קיין טרעק פייוו! נאך 4 קומט 6!

נעקסט, וואס גייטעס יא האבן? ווייסטו דען נאך אליין נישט? פינקי שרייבט 2 ניגונים... מיכאל טענהט אז פינקי ווערט נאר בעסער! זיינע היצטיגע צוויי ניגונים פאקט איין אלע פריערדיגע... (לדעתי איז זייער שווער צו ביעטן בעש"ט און לעכטעלע...אבער אזוי זאגטער...) אבער פארוואס זאלעכעם אזוי אדורכלאזן... איך האבעם געזאגט אז איך גלייבעם אויפן ווארט, אבער איך מוזעס אליין הערן... בעז"ה אין די קומענדיגע וואכן העמער דאס אויסהערן און ברענגען א באריכט פארן עולם...

ווער נאך? אה! מאטי אילאוויטש, איינער האט שוין אמאל געהערט מיכל זאכן WOW!!! יא! די WOW זאגטער אויף מאטיס ניגונים! גאר געהויבן!

ליפא האט אויך א ניגון, מיכאל זאגט אז דאס איז נישט קיין ניגון, סיז א פרעזענטעישן, ער טענהט אז די ניגון איז א זעלטענהייט! ס'האט עפעס א טרויעריגע און פרייליכע פאל, ער זאגט מ'קען ממש וויינען און טאנצן ביי די פעלער... ס'איז גאר גאר אינטערעסאנט...

הערשי דייטש, דער שרייבער פון די שיכעלע ניגון שרייבט דאס מאל אויך א ניגון... איך האב געהערט די מעשה פון דעם ניגון, און איך האב געפרעגט איינעם וואס פארשטייט צו די זאכן פרעגטער מיר "וויזוי קעמען אויף די מעשה "נישט" מאכן א ניגון?"... ס'איז עפעס געוואלדיג!

פראדאקשן... אוודאי די "וואן ענד אנלי" נפתלי משה שניצלער... מיכאל טענהט אז דאס מאל גיבט ער אים ס'גאנצע פראדאקשן... ער האט שוין געפראווד אז ער קען!

מוזיק גייט געמאכט ווערן עפ"ר ביי הערשי גינזבערג, דער וואס האט געמאכט די פאריגע אלבוים...

קאווער דעזיין און גראפיקס... נו זאגטס אלע ווער? הירצקא ראזענבערג פון ארטיקל אימעדזש... (יא די מאנסי סיין, יא ער איזעס...)

וואס האבעך פארגעסן?

אה, ניגון דיסטריביוטערס...

דאונט ווארי, אויב האבעך עפעס פארגעסן העטעס נישט ווארטן צו לאנג...

צייטליך, ביסט רעדי? וואן טו טרי... שלח!!!

ידען » מאנטאג מאי 6, 2013 11:52 am

· #112264
לייג די לינק פאר ווער סע וויל זעהן דארט וואס מע שרייבט

לעמיל » מאנטאג מאי 6, 2013 12:01 pm

· #112267
ידען
לייג די לינק פאר ווער סע וויל זעהן דארט וואס מע שרייבט

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=18&t=19927

dabucher » מאנטאג יולי 15, 2013 12:41 pm

· #133727
וויאזוי גייט מיכאלס נייע דיסק הייסען

מאראנצןזאפט » מאנטאג יולי 15, 2013 12:43 pm

· #133728
דו קענסט יא,
דארפסט נאר וועלן.

טישו באקס » מאנטאג יולי 15, 2013 1:26 pm

· #133743
איז שוין דא למעשה א דעיט ווען סקומט ארויס?

מ. גליקמאן » מאנטאג יולי 15, 2013 1:34 pm

· #133752
זיי זאגן יעצט אז אויף די ימים טובים.

טישו באקס » מאנטאג יולי 15, 2013 1:46 pm

· #133758
מ. גליקמאן
זיי זאגן יעצט אז אויף די ימים טובים.

אחח... ווער וועט אונז דערפרישן די הערצער ארט נאך די טרויעריגע טעג?

אויסדריקלעך » זונטאג אקטאבער 20, 2013 11:24 am

· #157577
געהערט פון דעם פראדוסער אז ער עימט עס זאל זיין אינדרויסן אויף חנוכה.
ער האט ניגונים פון יוסי גרין,פינקי, ליפא און נאך.
חזקי ברייער איז אן די ארעינדזשמעינטס

סמארט פאון » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 2:51 am

· #159831
ס'איז צום האפן אז די אויסגעלאזטע טרעק 5 וועט ערזעצט ווערן מיט איינס אדער עטליכע קנאקעדיגע היט'ס א שטייגער ווי "דעם בחור'ס צוואה" א.ד.ג. ... בד"וו ווייסט אפשר איינער דעם באדייט פין אזא נאמען? (כאטש ס'איז נישט שווער זיך פארצושטעלן, וויל איך אבער הערן די אמת'ע סיבה)

סאשי פיש » מיטוואך יאנואר 1, 2014 6:53 pm

· #172478
מען האלט שוין ממש צום סוף
image.jpg

דער (פינטעל) איד » מיטוואך יאנואר 1, 2014 6:55 pm

· #172479
מיכאל איז גוט זאל עס זיין מיט הצלחה

סאשי פיש » מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:09 pm

· #177763
די קאווער איז שוין גרייט, נעקסטע וואך אין די געשעפטען
image.jpg

קאווע טרינקער » מאנטאג יאנואר 20, 2014 9:53 pm

· #177842
געיט געיט וואו דיין טיר?

נולד מאוחר » דינסטאג יאנואר 21, 2014 12:15 am

· #177888
הלואי פאר מיר געזאגט א ווייסע בארד און ברעכט געטס

שעפטל » דינסטאג יאנואר 21, 2014 9:43 am

· #177932
מיכל שניצלער׳ס נייע סידי
"יא די קענסטו"
https://www.dropbox.com/s/5pexiit4kjldf ... 0cd%20.m4a

טעפל » דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:03 am

· #177950
שעפטל
מיכל שניצלער׳ס נייע סידי
"יא די קענסטו"
https://www.dropbox.com/s/5pexiit4kjldf ... 0cd%20.m4a

שעפטל ס'פאסט נישט פאר דיר אזא שוואכס..

טעפל » דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:59 am

· #177974
אבער דא איז די ריכטיגע..
מיכאל

שעפטל » דינסטאג יאנואר 21, 2014 3:08 pm

· #178106
טעפל
שעפטל
מיכל שניצלער׳ס נייע סידי
"יא די קענסטו"
https://www.dropbox.com/s/5pexiit4kjldf ... 0cd%20.m4a

שעפטל ס'פאסט נישט פאר דיר אזא שוואכס..

נישט געוויסט ס'ארבייט שוינישט.
גראדע גאנץ גוט געווען. איי געס ס'האט געהאט צופיל דאונלאודס

yatzmachp » דינסטאג יאנואר 21, 2014 4:32 pm

· #178138
איז נאך מעגליך אז נאך אזויפיל יארן זינגען האט ער זיך שוין ענדליך אויסגעלערנט זינגען?

פאר מען באשןלדיגט מיך מיט סייוואס, על טעם וריח וכו

מצטמק ויפה » דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:37 pm

· #178318
@yatzmechp
אויב מעג איך זאגן, פארשטייסטו אויך נישט ווי אזוי מ'קען ליב האבן שלמה קארלבאך, מרדכי בן דוד, דודו פישער, (נישט אז איך גלייך צו מיכאל צו זיי, אבער פארשטיי וואס איך מיין) .
און די ביסט א שטארקע פען פון אברהם פריד, אוהד, וכדו' הא? האב איך צו-געטראפן?

מיכאל איז א מייסטער און אראפלייגן א אידישע ניגון, ער זינגט עס מיט הארץ און געפיל וואס ווייניג קענען.

דער (פינטעל) איד » מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:27 am

· #178352
דא איז מיכאל אין ווינטערס קלאב. ווי איז ווינטערס קלאב?

ער האט זיך אנגעטון א באבוב'ן שטריימל זע איך

דער (פינטעל) איד » מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:31 am

· #178353
שטילע אינגערמאן
איינער זאגט מיר אז דאס איז די קאווער פון די נייע סידי
📎 1390365846456.jpg

נאר פאר פלעטבוש'ע געשעפט'ן אפשר אויך בארא פארק. אבער נישט אין הייליגן ווילי

רויטע וואנצעס » מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:43 am

· #178355
http://en.winterclub.co.il/

לאליפאפ » מיטוואך יאנואר 22, 2014 8:21 pm

· #178628
מיכאל האט געמאלדן אז די דיסק קומט ארויס מארגן דאנערשטאג. צום האפן!

לעמיל » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:56 pm

· #178782
דא האט איר א פריוויא פון די נייע סידי
פארפאלען וואס וויכטיג מאכער קען קען קיינער

מ גפני » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:58 pm

· #178785
שוין באקומען פריער אויף וואצעפ

סאשי פיש » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:46 pm

· #178914
אפישעל פריוויא

יין שרף » מוצ"ש יאנואר 25, 2014 11:51 pm

· #179145
http://www.youtube.com/watch?v=LUPbPr-_LPc&sns=tw

לאליפאפ » זונטאג יאנואר 26, 2014 8:08 am

· #179196
מ גפני
שוין באקומען פריער אויף וואצעפ

קומט דיר א לייק אויך דעם תגובה

סלינקי » זונטאג יאנואר 26, 2014 8:20 am

· #179198
יין שרף
http://www.youtube.com/watch?v=LUPbPr-_LPc&sns=tw

די הויכע פאל הערט זיך ווי די פזמון פון בריטני ספעירס'ס 'קרימינאל'...

לאליפאפ » זונטאג יאנואר 26, 2014 8:24 am

· #179200
אהה איך בין נישט אליין, שכוח @סלינקי

פלעין יודיש » מאנטאג יאנואר 27, 2014 3:41 pm

· #179577

סאשי פיש » מאנטאג יאנואר 27, 2014 4:11 pm

· #179581
שוין דא צו דאנלאדען פאר $12
http://www.nigunmusic.com/index.php?rou ... uct_id=267
image.jpg

מנשה לוסטיג » מאנטאג יאנואר 27, 2014 4:36 pm

· #179592
https://www.facebook.com/photo.php?v=60 ... =2&theater

שעפטל » מאנטאג יאנואר 27, 2014 4:41 pm

· #179598
מנשה לוסטיג
https://www.facebook.com/photo.php?v=607800552606351&set=vb.100001292364769&type=2&theater

The page you requested cannot be displayed right now. It may be temporarily unavailable, the link you clicked on may have expired, or you may not have permission to view this page.

zurich » מאנטאג יאנואר 27, 2014 6:57 pm

· #179655
מיכאל'ס נייע סידי, ענדזשויטס

https://www.dropbox.com/sh/vsdlrh3l28q5j1q/4CZy-LTd7_

מנשה לוסטיג » מאנטאג יאנואר 27, 2014 7:00 pm

· #179656
איך וויל עס 'נישט' עפענען און דאונלאודן, איך וועל עס בעזרת השם קויפן בכסף מלא!

zurich » מאנטאג יאנואר 27, 2014 7:09 pm

· #179657
מנשה דו מיינסט אז די עולם וועט דיך שוינען אין נישט קאפיען דיין סי דו ווייל דו קאפיסט נישט יענעמ'ס?
א נעכטיגן טאג..

מצטמק ויפה » מאנטאג יאנואר 27, 2014 7:33 pm

· #179659
איך בין פונקט אריבער mostly music און גל פז, און עס איז געפאקט דער עולם שטייט און די רייע צו קויפן די נייע סידי, אשרינו מה טוב חלקינו, אז מען נעמט ארויס די נישטיגע פּאר דאלער פון טאש,און מען קויפט עס ווי א נארמאלע מענטש, און מען איז מכיר טובה פאר די חדשים ארבעט פון קאפ און מוח, און אלפים פון געלט וואס גייט אריין אין אזא סידי, מי כעמך ישראל!

מאראנצןזאפט » מאנטאג יאנואר 27, 2014 7:41 pm

· #179660
אפילו איך קריג עס אויף דראבבאקס וועל איך עס קויפן לאות הוקרה פאר ידידי ר' מיכאל וואס שטעלט צו אזעלכע שיינע חומר.
לאמיר מאכן א מאוומענט: דראפ דראפבאקס! קויפט ווייל איר ווילט קויפן!
ווער איז מיט מיר?

פישלע העררינג » מאנטאג יאנואר 27, 2014 7:43 pm

· #179661
zurich
מיכאל'ס נייע סידי ענדזויסטס

https://www.dropbox.com/sh/vsdlrh3l28q5j1q/4CZy-LTd7_

גוט!

פישלע העררינג » מאנטאג יאנואר 27, 2014 7:51 pm

· #179662
געקויפט דורך דער לינק.

zurich » מאנטאג יאנואר 27, 2014 7:59 pm

· #179663
קינדערלעך די לינק איז נאר א ווערטל... איבערצייגט אייך אליין

sefish » מאנטאג יאנואר 27, 2014 9:15 pm

· #179674
מצטמק ויפה
איך בין פונקט אריבער mostly music און גל פז, און עס איז געפאקט דער עולם שטייט און די רייע צו קויפן די נייע סידי, אשרינו מה טוב חלקינו, אז מען נעמט ארויס די נישטיגע פּאר דאלער פון טאש,און מען קויפט עס ווי א נארמאלע מענטש, און מען איז מכיר טובה פאר די חדשים ארבעט פון קאפ און מוח, און אלפים פון געלט וואס גייט אריין אין אזא סידי, מי כעמך ישראל!

איך האב געמיינט אז דו מאכסט א וויץ. ''מי כעמך ישראל'' וועל איך זאגן ווען ס'וועט זיין געפאקטע ליינ'ס ביי בית הספר וואס ווילן קויפן עפעס א נייעם ספר וואס איז ארויסגעקומען.

אויך מיר א מי כעמך ישראל... רבוש"ע

מנשה לוסטיג » מאנטאג יאנואר 27, 2014 9:26 pm

· #179678
יאוי איך ציטער שוין, אויב דער עולם גייט עס יא קויפן, דארף איך דאך מאכן מער ווי צוויי טויזענט שטיק..

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 28, 2014 12:13 am

· #179726
sefish
מצטמק ויפה
איך בין פונקט אריבער mostly music און גל פז, און עס איז געפאקט דער עולם שטייט און די רייע צו קויפן די נייע סידי, אשרינו מה טוב חלקינו, אז מען נעמט ארויס די נישטיגע פּאר דאלער פון טאש,און מען קויפט עס ווי א נארמאלע מענטש, און מען איז מכיר טובה פאר די חדשים ארבעט פון קאפ און מוח, און אלפים פון געלט וואס גייט אריין אין אזא סידי, מי כעמך ישראל!

איך האב געמיינט אז דו מאכסט א וויץ. ''מי כעמך ישראל'' וועל איך זאגן ווען ס'וועט זיין געפאקטע ליינ'ס ביי בית הספר וואס ווילן קויפן עפעס א נייעם ספר וואס איז ארויסגעקומען.

אויך מיר א מי כעמך ישראל... רבוש"ע

מלאכים האט דער באשעפער גענוג.
כביכול האט הנאה ווען מענטשן וואס קענען הערן יענעמ'ס אלבום בגניבה און קיינער וועט נישט וויסן, און אנשטאט שטייט מען אין די ליין ביי מאוסטלי מיוזיק צו צאלן די אויסגעהארעוועטע פאר דאלער!
און טענה זיך נישט מיט מיר, ווייל אליהו האט זיך מגלה געווען צו מיר און דאס פארציילט, און מוסיף געווען אז די גאנצע פמליא של מעלה זינגט מי כעמך ישראל.

sefish » דינסטאג יאנואר 28, 2014 12:14 am

· #179727
אויסגעהארעוועטע פאר דאלער געט מען פאר א נארישן סידי? ענדערש שוין נוצן פאר א דאקטאר

איך אויך » דינסטאג יאנואר 28, 2014 8:23 am

· #179752
zurich
קינדערלעך די לינק איז נאר א ווערטל... איבערצייגט אייך אליין

האסט מיר מכשיל געווען מיט א באריכט לבטלה.

פישלע העררינג » דינסטאג יאנואר 28, 2014 9:36 am

· #179758
סאשי פיש
שוין דא צו דאנלאדען פאר $12
http://www.nigunmusic.com/index.php?rou ... uct_id=267

איי עם סאררי, אבער דאס הייסט א פאצערישע דאונלויד.

ער שיקט דיך טאקע די דיזשיטעל ניגונים, אבער עס פארמאגט נישט די מחבר/דזשענרע/נאמען פראפערטיס אז עס זאל געהעריג קענען געזוכט ווערן אויף א עם פי טרי פלעיער.

אמת, איך קען עס אליינס טוהן אין איי טונס, אבער פארוואס קען מען נישט פארקויפן א דבר השלם?

בכלל, איך גיי בארגן אפאר רוגזא פנים'ער פון בערלבעלאגלה, און אהערשטעלן דא - 😢 😢 😢 . וואסארא חוצפה איז דאס, אז אינעם ביכעלע שרייבט מיכאל א דאנק פאר אלע (יא, אלע) אידישע וועבזייטלעך, ובראשם היכל הנגינה פון איי וועלט, אבער אונזער קאווע לאזט ער קאלט ווערן, און דערמאנט עס נישט אפילו ברמז.
בלאט: 1 2 3