☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » נישט פארקירן - מ'גייט מאכן א פילם

נישט פארקירן - מ'גייט מאכן א פילם

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3682

שלשלת » זונטאג מאי 5, 2013 7:59 pm

· #112134
נישט פארקירן - מ'גייט מאכן א פילם
יעדע וויילע שפראצט ארויס אויף געוויסע גאסן - געווענליך נישט אין סאמע הארץ פון וויליאמסבורג - "נאו פארקינג" טעוועלעך, צוליב א מאווי וואס מגייט דארטן פראדוצירן.

שטעלט זיך די פראגע, ווען גייט מען אהין אין די אנגעגעבענע טאג וואס פיגורירט אויף די צעטל, קען מען טאקע זעהן אינטרעסאנטע חלקים ווי אזוי מ'שפילט אויף א מאווי?
קען מען וויסן פאראויס פון וואס די פילם רעדן זיך?
קען מען וויסן פאראויס וועלכע סארט חלק פונעם מאווי זיי פלאנען אפצוכאפן/אויפשפילן אין מיין געגענט?
לויט וואס וועלט מען אויס א גאס צו נוצן פאר א פילם? בעדפארד-ראדני האט מען נאך קיינמאל נישט אפגעשפארט פאר אזוינע צוועקן, ווידער בעדפארד ביי בראדוועי איז שוין מערערע מאל גענוצא געווארן....

smart » זונטאג מאי 5, 2013 9:42 pm

· #112168
געווענדליך ווען מען מאכט אזא פילם איז עס נאר א קליין חלק פון א סענע און מען שפיעלט עס איבער צענדליגע מאל

מען קען זיי פרעגן ווען און וואו מען וועט עס שפעטער קענען זעהן זיי וועלן דיר זאגען

געפילטע פיש » מאנטאג מאי 6, 2013 5:36 pm

· #112366
געווענליך קען מען טרעפן אנליין אינפארמאציע איבער ווער פילמ'ט וואס אין דיין געגענט.

אברמי פון בארא פארק » מיטוואך מאי 8, 2013 2:15 am

· #112933
דער וועבזייטל וועט דיך געבן אלע אינפארמאציע וואס דו זוכסט
<a class="postlink" href="http://www.onlocationvacations.com/">http://www.onlocationvacations.com/</a>
<a class="postlink" href="https://twitter.com/olv">https://twitter.com/olv</a>
ער שרייבט פונקטליך וואס מען פילמט וואו יעדן טאג.