☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מחאה אויף גניבה פון די סאטמורים

מחאה אויף גניבה פון די סאטמורים

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3680

שיח ושיג » זונטאג מאי 5, 2013 1:45 pm

· #111985
מחאה אויף גניבה פון די סאטמורים
נעכטן בין איך געווען ביי די יארצייט סעודה פון הגה"צ ר' אלעזר שפירא זצ"ל אבד"ק קיוויאשד אין די קיוויאשדער ביהמ"ד אין וומס"ב, גערעדט דארט האט אן אייניקעל פונעם בעל הילולא, אין ער האט ארויסגעברענגט אז פון אלע זאכן וואס ס'איז דא צו זאגן שבחים אויפן זיידן, איז לכאו' די עיקר זאך איין ווארט, אז ער איז געווען מורא'דיג נזהר אינעם ענין פון נישט "משנה זיין א זיז כל שהוא". ווען איך האב געהערט די ווערטער האב איז זיך געכאפט אז דאס באלאנגט נישט צו אים, דעם סלאגאן באלאנט דאך צו די סאטמורים, זיי האבן די "קאפירייט" אויף דעם, עס איז א פשוטע גניבה. ממילא בין איך דא מוחה ברבים אויף די געואלדיגע גניבה.

מאטי » זונטאג מאי 5, 2013 3:41 pm

· #112058
אזויווי יענער האט געזאגט , איך מיט משנה פון מיין טאטענס מנהגים ווייל ער האט משנה געווען פון זיין טאטענס .

זר זהב » זונטאג מאי 5, 2013 3:43 pm

· #112059
דאס זאגט מען אויפ'ן קדושת יו"ט איבער זיין שטריימעל מנהג ביי די חנוכה לעכט (אדער פארקערט)

גאלד » זונטאג מאי 5, 2013 5:05 pm

· #112086
סאטמאר רבי ז"ל האט עס געזאגט, "איך טוה פונקטליך ווי מיין טאטע, ער האט משנה געווען פון זיין טאטע,"

בוצינא קדישא מהרה"ח ר' סנדר דייטש ז"ל

גאלד » זונטאג מאי 5, 2013 5:06 pm

· #112087
דער ייטב לב איז געגאנגען מיט א שטראמל ביי חנוכה ליכט, דער קדושת יו"ט נישט,

גאלד » זונטאג מאי 5, 2013 5:12 pm

· #112088
סאטמאר רבי ז"ל פלעגט נישט ניצן י"ב חלות שבת טראץ וואס זיינע זיידעס פלעגן יא,
דער ברך משה האט שוין אלס סיגעטער רב יא געניצט י"ב חלות,
האט דער ברך משה זיך פארענטפערט פארוואס ער טוט אנדערש ווי די פעטער,
האט ער געזאגט, דער פעטער פארשטייט דאך די זאכן מעג ער טוהן וויזוי ער וויל, איך פארשטיי נישט צו די עינינים מוז איך טאן וויזוי מיין טאטע האט געטאן,

atmybest » זונטאג מאי 5, 2013 5:14 pm

· #112091
וואס איז די חילוק צווישן סאטמאר רבי און הרב קוק זי'ע?

שרייבער » זונטאג מאי 5, 2013 7:07 pm

· #112119
גאלד
סאטמאר רבי ז"ל האט עס געזאגט, "איך טוה פונקטליך ווי מיין טאטע, ער האט משנה געווען פון זיין טאטע,"

בוצינא קדישא מהרה"ח ר' סנדר דייטש ז"ל

עה חלילה! דער רבי איז דאך געווען אזוי קעגן משנה זיין, מען טאר נישט זיין קלוגער פון די פריערדיגע, אפילו מען זעט עפעס וואס מען קען מער מהדר זיין איז חלילה משנה צו זיין, ווי קומסטו אפילו אזוי מוציא לעז זיין

דעת תורה » זונטאג מאי 5, 2013 7:48 pm

· #112131
דער נוסח המדויק איז, "איך בין נישט משנה, דער טאטע האט געטון וואס ער האט געוואלט און איך טוה וואס איך וויל".

smartinof » זונטאג מאי 5, 2013 9:22 pm

· #112166
atmybest
וואס איז די חילוק צווישן סאטמאר רבי און הרב קוק זי'ע?

די זעלבע חילוק צווישען נעגאטיוו און פאזעטיוו

atmybest » זונטאג מאי 5, 2013 9:43 pm

· #112169
smartinof
atmybest
וואס איז די חילוק צווישן סאטמאר רבי און הרב קוק זי'ע?

די זעלבע חילוק צווישען נעגאטיוו און פאזעטיוו


פארוואס קוקסטו נעגעטיוו אויף די סאטמארער רבי?

אביגדור » מאנטאג מאי 6, 2013 12:12 am

· #112190
atmybest
וואס איז די חילוק צווישן סאטמאר רבי און הרב קוק זי'ע?


רודף ונרדף. סיבה ומסובב.

אביגדור » מאנטאג מאי 6, 2013 12:17 am

· #112192
יש מה לומר בזה ואכהמ"ל.

איינגעמיירעט » מאנטאג מאי 6, 2013 12:56 am

· #112202
מיש נישט איבעראל אריין דיין באבוב׳ע בויך וויי סגייט שוין אויף די געהירען.

אביגדור » מאנטאג מאי 6, 2013 1:38 am

· #112208
לכאורה איז מעגליך.

איינגעמיירעט » מאנטאג מאי 6, 2013 1:44 am

· #112209
דער תגובה שטימט מיט די ריינע ראסע וואס ווערט דערמאנט און פארשידענע אנדערע תגובות

Atgan » מאנטאג מאי 6, 2013 6:19 am

· #112215
איך אין דיין פלאץ וואלט מסתמא אויך אזוי געזאגט (ליין: געמוזט זאגן) חחחחח.

Atgan » מאנטאג מאי 6, 2013 6:30 am

· #112216
אפשר קענסטו אנדייטן, ווי נאך דו האסט דאס געזעהן?
דאס איז וואס ליגט דיך נעבעך אויפן צונג יומם ולילה.......

און וועגן דיינע קללות, סקענט זיך אז די ליגסט אין דיין מנהיג'ס היסטאריע..... ליין דיינע ערשטע 6 ווערטער.....

היסטאריקער » מאנטאג מאי 6, 2013 11:44 am

· #112263
איך האב געטראכט ער מיינט סאטמאר

Starbucks » מאנטאג מאי 6, 2013 1:04 pm

· #112289
נאט נייס.

אביגדור » מאנטאג מאי 6, 2013 1:10 pm

· #112292
נעשה אדם.

בעל הבית » מאנטאג מאי 6, 2013 1:24 pm

· #112299
איך האב אויך פיינט באבוב בתכלית היהדור, אבער די האסט ארוף געברענגט די לעוועל אין שטיביל מיט 40%

מיר דארפן דיך האבן לכה"פ אזוי די רב דארף עיזי

אביגדור » מאנטאג מאי 6, 2013 1:27 pm

· #112300
[בצלמנו כדמותינו.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 19, 2013 1:49 am

· #115461
😂 🙄 😳 😃
איינגעמיירעט
מיש נישט איבעראל אריין דיין באבוב׳ע בויך וויי סגייט שוין אויף די געהירען.