☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » ר' מנחם מאנדערער ז"ל

ר' מנחם מאנדערער ז"ל

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3672

matovu » זונטאג מאי 5, 2013 1:30 am

· #111780
ר' מנחם מאנדערער ז"ל
ווער דט האט נישט געדאווענט א קבלת שבת ביים כותל פרייטיג צינאכטס ביים קאסובער רביןס מנין ?

אלץ בחור האבען אסאך וואס האבען געלערעמט אין ארץ ישראל געגעסען אסאך שבת סעודות דארט.

א מחותן געווען מיט תולדות אברהם יצחק רבי.

איז ער געווען קראנק ?

יהא זכרו ברוך !

געפילטע פיש » זונטאג מאי 5, 2013 1:34 am

· #111783
יא, יענע מעשה.
ברוך דין האמת.

נ נח » זונטאג מאי 5, 2013 1:38 am

· #111784
בדה
ווי אלט איז ער גיווען?

געפילטע פיש » זונטאג מאי 5, 2013 2:01 am

· #111795
וויקיפידיע זאגט אז ער איז געבוירן אין ניסן תרצ"ד, דאס מאכט עם 79 יאר אלט.

יידל » זונטאג מאי 5, 2013 2:04 am

· #111799
ברוך דיין אמת.

newkave » זונטאג מאי 5, 2013 2:07 am

· #111800
געפילטע פיש
וויקיפידיע זאגט אז ער איז געבוירן אין ניסן תרצ"ד, דאס מאכט עם 89 יאר אלט.


79

נייגעריגער » זונטאג מאי 5, 2013 2:10 am

· #111802
ברוך דיין האמת!
אן אמת'ער וואוילער איד געוועזן, מיטן אמאליגן חן!

געפילטע פיש » זונטאג מאי 5, 2013 12:43 pm

· #111959
newkave
געפילטע פיש
וויקיפידיע זאגט אז ער איז געבוירן אין ניסן תרצ"ד, דאס מאכט עם 89 יאר אלט.


79

גערעכט, פארראכטן.

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 5, 2013 1:23 pm

· #111973
פאר ר' מנחם מאנדער וואלט געפאסט א שיינע הערכה. מאראנצען, ביסט מכובד.
נישט אז איך גיי פאר חסידישע אידן וואס קענען זיך נישט זעצען עסן א שבת סעודה איידער מ'זאגט א שטיקל תולדות מיט 100 גרייזען אן פארשטיין א ווארט, אבער איך האב א שוואכקייט צו א איד וואס מיינט דאס אמת'דיג. א איד וואס האט אוועק גע'געבן זיין גאנצע "יש" פאר א צווייטען. זיין הכנסת אורחים איז - ווען מ'טראכט צוריק - אומגלויבלעך, מ'האט געקענט האלטן אינמיטען א סעודה פון 10-15 בחורים, ווען פלוצים רוקט זיך אן א גרופע ספרדישע בני תורה, און עודך/אודך, צוויי העלצעלך ווערן ארויסגעשלעפט פון ערגעץ ווי, און א פלייVאוד ווערט ארויפגעלייגט, און שוין. א פערטיגע טיש פאר נאך 10 אורחים.
חסידישע בחורים פלעגט ער פרעגן צו זיי יאגן זיך צו א טיש, אויב יא, פלעגט ער מזרז זיין מ'זאל דעם בחור שוין ברעגען די עסען ווייל ער יאגט זיך..
זיין גיין צום כותל יעדען טאג, און פרייטאג צו נאכטס, זיין ווארימע "מקדש מלך, לא תבשי", א.א.וו. נאך די פטירה פון זיין אשת נעוריו, האט ער זיך אריבערגעצויגן צו די דירה פון זיין זיווג שני, אבער נאר לימות החול! אויף שבת - האט ער זיך אויסגענומען - צו וואוינען אין זיין ערשטע הויז, צוליב וואס דארט זענען מענטשען צוגעוואוינט און ווייסען אז דארט קען מען קומען עסען.
קיין איין שטיקל זילבער האט ער נישט פארמאגט. ער האט מיר אמאל מרמז געווען - מיט א שמייכל, אז זיין אלע ווערטפולע מטלטלין זענען גע'---'עט געווארן... קידוש האט ער געמאכט אויף א צוהאקטע שווארצע בעכער, אבער מיט א ברען!
ער איז געווען פון די מורדים, אבער איז געווען - עפ"י השמועה - פון די ערשטע זיך איבערצובעטען.

גנדי » זונטאג מאי 5, 2013 1:41 pm

· #111983
צוריק געברענגט מיינע זכרונות פון די ישיבה יארן אין ארץ ישראל.

איך פלעגן עסן ביי אים די סעודות.

געפילטע פיש » זונטאג מאי 5, 2013 1:51 pm

· #111988
נישט איינמאל, אהיימוואקענדיג פון כותל נאך קבלת שבת האט ער מיך געלאדענט פאר די סעודה, אבער ליידער בין איך קיינמאל נישט געגאנגן צו עם, פארשטייט זיך אז למפרע טוט באנג פארוואס מ'איז נישט געגאנגען צונעם לפחות איין מאל. איך האב דעמאלס נישט געהאלטן ביים עסן זיין פת במלח, און הונגערען ביז נאך זיין שיעור, און זיך אריינקוועטשען מיט אחב"י הספרדים. חבל על דאבדין.

מאראנצןזאפט » זונטאג מאי 5, 2013 2:43 pm

· #112036
קאווע, איך בין נישט קיין בעל בכי, און ספעציעל נישט אויף טויטע, אבער דיינע ווערטער האבן מיר צענומען.

נישטא וואס צוצולייגן, געדאווענט טעגליך אין אושפיצין, מיט האחים הקדושים מנחם ואברהם (גבאי האדמו"ר מסטרעטין פלעטבוש כעת) ווייס.

אזא מתיקות ווי זיך דרייען אין דער שטיבל צופרי ביז נאך פרישטאג, וואלט איך געזאגט אז אלע בעלי תאוות וואלטן אפגעלאזט זייערע געשעפטן און אהין געלאפן (קרעדיט: לעכאוויטש).

אסאך געהערט פון אים און רוב פארגעסן, זיך געקאכט אין ר' יודעלע, געטיילט טועמיה לכל דורש ומבקש, געהאט אן אמאליגן תמימות'דיגן (פישפיקלאדיינער) חן.

א מעשה רב: אמאל ביי פרישטאג איבער די אייערשפייז, מ'האט געשמועסט געשמאק, און זיין זיווג שני רופט אריין אויפ'ן סעל, געט א הייב אויף, און א שריי אריין, כ'האלט אינמיטן זאגן א שיעור, בום.
נישט געווען ווער זאל לאכן.

אין מיין מעשה איש ח"ז האב איך לעצטנס געטראפן אריינגעשריבן: שמעתי מר' מנחם מאנדרער ביום ד' וירא שנת תשס"* אז דאס ערשטע מאל וואס ר' יודעלע איז געקומען צום חזון איש האט אים דער חזון איש מכבד געווען מיט א בענקל. האט ר' יודעלע געזאגט: איך וויל נישט אז יעדעס מאל איך קום זאל מיך דער רבי מכבד זיין מיט א בענקעל. עד כן לשוני.

אז מ'רעדט שוין (כ'געדענק נישט צו כ'האב אלעס געהערט פון אים, א טייל זיכער יא).
1. דער חזון איש האט זיך אמאל צוגעקוקט ווי ר' יודעלע פארברענט זיין יצר הרע ערב פסח ביי שריפת חמץ.
2. ר' יודעלע ווען ער איז אנגעקומען קיין בני ברק האט ער נישט געוואלט גיין צום חזון איש ווייל ער האט געהערט אז ער גייט נישט אין מקוה (שמעתי אז דער חזון איש האט געהאט א מקוה אין זיין שטוב, יתכן אז ער איז נאכאלץ נישט געגאנגען מחמת סיבות וואס ווערן אויסגעשמועסט אין מאחורי).
צופרי, נאך איין נאכט שלאפן איז ער תיכף געלאפן צום חזון איש זאגנדיג אז ער האט א גאנצע נאכט מרגיש געווען די קדושת התורה.
3. ר' יודעלע פלעגט לערנען ספרי חזון איש און קרעכצן אה, עמל התורה, עמל התורה!
4. ר' יודעלע האט אמאל געזארגט א שארף ווארט אויפ'ן בעלזער, מ'קען עס קריגן אין אישי.
פארציילט אז ער האט אמאל זיך מזכיר געווען ביים בית ישראל וועגן מחשבות, כ'געדענק נישט דער סיפור הדברים אבער ס'האט זיך געענדיגט אז פאר א יאר צייט זענען די מחשבות אוועקגעפלויגן.
5. וואס איך האב ארויסגענומען פון דער מעשה, א השגה פון א חסידישן יונגערמאן, זיך מזכיר זיין ביים רבי'ן פאר קדושת המחשבה, א צורך פונקט ווי פרנסה.
יהא זכרו ברוך, וחבל על דאבדין.

Lexus » זונטאג מאי 5, 2013 3:57 pm

· #112068
מאראנצןזאפט
נישטא וואס צוצולייגן, געדאווענט טעגליך אין אושפיצין, מיט האחים הקדושים מנחם ואברהם‎ ‎ווייס.

👍

שלשלת » זונטאג מאי 5, 2013 5:03 pm

· #112085
איינער האט אפשר א בילד?

newkave » זונטאג מאי 5, 2013 5:12 pm

· #112089
שלשלת
איינער האט אפשר א בילד?


פון וועמען? די אחים הקדושים ווייס?

שלשלת » זונטאג מאי 5, 2013 6:08 pm

· #112107
ניין, פונעם אבי האשכול הג"ר מנחם זצ"ל

newkave » זונטאג מאי 5, 2013 6:10 pm

· #112108
.
kosev.jpg

שלשלת » זונטאג מאי 5, 2013 6:30 pm

· #112110
שכח!

נייגעריגער » זונטאג מאי 5, 2013 7:13 pm

· #112123
קרעדיט-וויקיפעדיע

אשכולות אויפוועקער » פרייטאג מאי 23, 2014 9:07 am

· #202020
אויפגעוועקט
צום יארצייט

הירשל ציג » פרייטאג מאי 23, 2014 10:12 am

· #202025
מיט 20 יאר צוריק האט ער נאך נישט געהייסען קאסובער רבי

פארוואס? » פרייטאג מאי 23, 2014 10:29 am

· #202027
הירשל ציג
מיט 20 יאר צוריק האט ער נאך נישט געהייסען קאסובער רבי

און היינט אויך נישט, איך מיין אז זיין נאמען ״ר׳ מנחם מאנדרער״ איז אסאך שענער ווי קאסובער רבי.

לית דין בר נש » פרייטאג מאי 23, 2014 12:22 pm

· #202060
אמאל גיהערט א שיינע מעשה אויף ר' מנחם ז"ל
זיין הויז האט געהאט אן אפענע טיר פאר יעדעם איינע שבת קודש פלעגן ביי אים אין שטוב עסן אסאך אורחי פורחי'ניקעס
אזוי אויך פלעגט ער דאוונען פרייטאג צו נאכטס ביים כותל איינמאל האט עפעס אן אורחי פורחי'ניק דוירט ביים כותל אים באוואשן הויך און א צווייטע איז צוגעגאנגען צו אים און פארגעהאלטן אז ער דארף האבן דרך ארץ פאר אים ער איז א חשובע איד! שרייט יענע צוריק וואס עפעס איך עס יעדע וואך צוזאמען מיט אים ביי ר' מנחם מאנדערער אין שטוב!!! יענע האט אפילו נישט געוויסט אז ער איז גאר די בעל הבית פונעם שטוב!!!
זי"ע

זבולון » מיטוואך יוני 1, 2016 2:18 pm

· #335749
ארויפגעברענגט לכבוד דער יאהרצייט

געוואלדיג » מיטוואך יוני 1, 2016 2:24 pm

· #335751
אה, האסטו מיר דעמאנט זכרונות פון מיינע יארן אין ארץ הקודש, ווען איך האב געדאוונט מיט איהם אסאך שבתים מיט זיין וויזניצער ברעם און פלאם, און מיט נאטורליכע אהבה צו יעדן איד. און אויך געגעסן מיט איהם כמה פעמים.

שמעון וואלף » מיטוואך יוני 1, 2016 2:55 pm

· #335766
כ'בין איינמאל געווען ביי אים אין שטוב אין צוגעקוקט ווי דער עולם עסט. ר' מנחם איז נאך דאן געווען אין שול אבער מ'האט שוין סערווירט פאר די געסט. כ'געדענק נישט וואס אבער עפעס האב איך מיך פארעקעלט און מער נישט אריינגעטרעטן דארט.

שבת אחים » מיטוואך יוני 1, 2016 3:02 pm

· #335768
שמעון וואלף
כ'בין איינמאל געווען ביי אים אין שטוב אין צוגעקוקט ווי דער עולם עסט. ר' מנחם איז נאך דאן געווען אין שול אבער מ'האט שוין סערווירט פאר די געסט. כ'געדענק נישט וואס אבער עפעס האב איך מיך פארעקעלט און מער נישט אריינגעטרעטן דארט.


איך האב געגעסן ביי אים אפאר מאל,ער פלעגט דאווענען אין מאנסי וויזניצער שטיבל שבת צופרי, און ער פלעגט רופן אלע אמעריקאנע בחורים עסען צו אים, איינמאל שבת נאכמיטאג ביי די סעודה האט זיך א קאר פארבלאנדזשעט אויף רחוב יחזקאל לעבן זיין הויז, און אלע קנאים האבן זיך פארזאמלט און אפגעהאלטן די קאר פון פארן ווייטער שבת, דער יעניגער איז געווארן דערשראקן צום טויט ווי די אלע חיות האבן אים באפאלן, ס׳האט זיך ארויסגעשטעלט צום סוף אז ער איז א פאלנער גוי א טוריסט און הערשט דעמאלסט האבן אים די ירושלימע זשאבעס בלית ברירה געלאזט גיין.

ער איז געוועהן א פיינע איד גראדע, אבער די עסען און די ענוויירמענט דארט האט געשטינקן אויף כח.

על המחיה » מיטוואך יוני 1, 2016 3:25 pm

· #335771
א אינטערעסאנטע מעשה'לה
📎 New Picture.jpg

שבת אחים » מיטוואך יוני 1, 2016 4:37 pm

· #335785
און למעשה האט זיך עס ארויסגעשטעלט אז סאיז טאקע געוועהן אליהו הנביא.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 1, 2016 5:47 pm

· #335799
Re: ר' מנחם מאנדערער ז"ל
איך האב געגעסען ביי איהם שבת מיטאג פרשת שמות תשס"ב. ער האט פארציילט אז ר' יודע'לע האט געפרעגט מענטשען נאכ'ן סאטמארער רב'ס שובבי"ם תורה וואס ער האט געזאגט. זיי האבען גע'ענטפערט אז ער האט גערעדט פון חטא הידוע. האט ר' יודע'לע געזאגט "נו, חטא הידוע. דער חטא שאין ידוע, דאס איז שוין א פעקעל!" וש"י

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

וואלווי » זונטאג יוני 5, 2016 2:09 am

· #336451
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געגעסען ביי איהם שבת מיטאג פרשת שמות תשס"ב. ער האט פארציילט אז ר' יודע'לע האט געפרעגט מענטשען נאכ'ן סאטמארער רב'ס שובבי"ם תורה וואס ער האט געזאגט. זיי האבען גע'ענטפערט אז ער האט גערעדט פון חטא הידוע. האט ר' יודע'לע געזאגט "נו, חטא הידוע. דער חטא שאין ידוע, דאס איז שוין א פעקעל!" וש"י

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


די ביסט געווען דער ליטווישער בחור אויף די רעכטע זייט וואס האט געפרעגט וואס מיינט חטא הידוע?

ביליג » זונטאג יוני 5, 2016 2:43 am

· #336466
Re: ר' מנחם מאנדערער ז"ל
שיין באשריבן אין "די צייטונג" די וואך פרשת בחוקותי
זיין יארצייט איז אין די קומענדיגע פאר טעג

berlbalaguleh » זונטאג יוני 5, 2016 3:53 am

· #336480
להערה בעלמא: נישט ח"ו צו פארטוישן מיט להב' אלף אלפי הבדלות...מאנדראוויץ... עפרא לפומיה...!

על המחיה » זונטאג יוני 5, 2016 5:40 am

· #336492

על המחיה » זונטאג יוני 5, 2016 5:42 am

· #336493
א שיין בילד ביים כותל