☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #367

אשכול אן א טיטל #367

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #367

— » מיטוואך אפריל 11, 2012 10:40 pm

· #4430

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ברוין » דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:24 am

· #4446
הכל מודים, ווען קופערניקעס צופירט זיך די הענט באלעקן מיר זיך די פינגער.

עסן עסט'זיך » דאנערשטאג אפריל 12, 2012 1:50 pm

· #4504
אייזן.....
די גארדס טאר מען נישט זען פיקטשורס, פון מארטיןו גראסמאן יא....
די וואג פון די עסקנים
אוי שרייבסטו גוט, ווי וואונט מאור!

עסן עסט'זיך » דאנערשטאג אפריל 12, 2012 2:13 pm

· #4513
[quote=" קדושי ארץ מלסטרי ילדים מצוקי תבל.[/quote]
א מין טיטעל? אפילו נחים ראזנבערג איז עס נאכניטשט איינגעפאלען

טעפל » דינסטאג יאנואר 8, 2013 4:36 am

· #78524
קופערניקס ביסט געוואלדיג ריזיג, האסט מיר געמאכט לאכען אין גרינעם פארעגענטען פארכמארעטען דינסטיג!!
זיי ממשיך אונז מחיה זיין, מיין קאפ דרייט זיך פון אזאלעכע גוטע איינפעלער 😂 😂 😂

קאווע טרינקער » דינסטאג יאנואר 8, 2013 9:25 am

· #78529
ALERT
קאווע באזוכער וואס זיצן צווישען מענטשען, ווי למשל: אין א אפיס וכדומה. ובפרט ווען דער בעל-באס זיצט אויך נישט ווייט, ווערן געבעהטן נישט צו ליינען קופערניקוס'ס מאמרים. ס'איז ממש א סכנה. מבשרי אחזה, מיין נאז האט נישט געקענט דערהייבן די גלעכטער, און די מויל מיינע האט זיך אן-בחירה גע'עפנט ברייט און ארויסגעלאזט קולות וברקים, מיין קאווע האט געשפריצט אויף אלע זייטן... איך זאג גארנישט, just גיב אכטונג, און טראכט צוויי מאל...

קופערניקוס. א ווארט וואס זאגט אלעס.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 8, 2013 12:30 pm

· #78583
[quote="עסן עסט'זיך"][quote=" קדושי ארץ מלסטרי ילדים מצוקי תבל.[/quote]
א מין טיטעל? אפילו נחים ראזנבערג איז עס נאכניטשט איינגעפאלען[/quote]
דער בהמה און חי' קען נישט אזוי גוט שרייבן. זעה זיינע בהמישע געשרייבעכץ. סיי אויף אידיש און סיי ענגליש. ס'האט די באבע'ס טעם.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 8, 2013 12:45 pm

· #78585
ענטפער צו אנאנים
כ'האב געוואלט שרייבן א תגובה בלשון שאלה צו די לעצטע שורה פון דיין צווייטן מאמר. נאר כ'האב מורא אז די הנהלה וועט עס נישט אדורכלאזן. וד"ל
דיינע מאמרים זענען מתוק מדבש, שפתיים ישק, און כמים קרים על נפש עייפה. כן ירבו.

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג יאנואר 8, 2013 12:50 pm

· #78586
קופערניקעס, האסט מיך דער'הרג'עט 😃

כ'בין נעבעך געזעצן צווישן מענטשן ביים לייענען דיינע בעי רבי ירמי'ס. דער עולם דא ווארפט אויף מיר זייטיגע מיטלייד בליקן. (נעבעך. כהאב געהערט ער איז לעצטנס געווען אונטער א סך פרעשור.)

יאיר » מיטוואך יאנואר 9, 2013 1:19 am

· #78714
א שאד קופערניקוס האט נישט געהאלטן די מוסר דרשות ביי אונז אין ישיבה נוסח קופערניקוס...

טעפל » מיטוואך יאנואר 9, 2013 3:14 am

· #78724
אמאל האט יעדער געהאט א מוכיח וואס פלעגט איהם מוסר זאגען אויף זיין אייגענעם שטייגער, היינט איז ר' קופערניקוס די מוכיח פון ק"ש (קרעטשמע?).

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 9, 2013 8:24 pm

· #78871
ענטפער צו אנאנים
תגובה למאמר שלישי באשכול: ערשטנס. א יישר כח. יעדער מאמר איז געואלדיג. ס'איז מחי' נפשות. דער טעם פארוואס ס/איז אזוי דערפרישנד צו ליינען דיינע מאמרים איז ווייל ס'געט א בילד פון'ם מציאות מיט אלע פאלשע פרומקייטן, דומהייט און בהמישקייט וואס זענען א רעזולטאט פון וישמן ישורון ויבעט פון די יושבי ראשונה במלכות. מ'מיינט אז ס'איז די אלטע צייטן ווען מ'קען אלעס איינרעדן פאר'ן עולם. מ'קען אליין זיין פון די עושי מעשי זמרה און נאך זיין א מבקש שכר כפינחס.