☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » I'm being sued

I'm being sued

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3669

טשולענט » פרייטאג מאי 3, 2013 6:25 pm

· #111691
I'm being sued
מיט א האלבע יאר צוריק האט א טעקסי דרייווער אריינגעהאקט אין מיר און אנגעמאכט שאדן צו מיר אין ווערט פון 3 אלפים, א פאליס ריפארט צייגט אז איך און ער דערציילן באזונדערע מעשיות און עס נויגט נישט צו קיינעם, מיין קאר האב איך פארראכטן דורך מיין אינשורענס פראוויידער אחוץ די דעדאקטעבל וואס איך האב געדארפט באצאלן, מיט א שטיק צייט שפעטער האב איך ערהאלטן א בריוו פין די אינשורענס קאמפעני אז מ'האט מיר געטראפן אינגאנצן אומשולדיג און זיי ארבעטן צו ארויסבאקומען די דעדאקטעבל פון די צד שכנגד, היינט האב איך אבער ערהאלטן א הזמנה פון די לאקאלע געריכט הויז אז יענע דרייווער סאד מיר פאר דריי טויזנט דאללער פלאס געריכט אויסגאבן, וואלט איך געוואלט אנפרעגן ביים עולם צי עמיצער איז אביסל באקאנט און קען מיר זאגן וואט מיי פירסט עקשן שאד בי ווייל קיין געלט צו הייערן אן עקספערט האב איך נישט, יישר כח 

יונגערמאנטשיק » פרייטאג מאי 3, 2013 6:57 pm

· #111692
איך וואלט דאס געשיקט פאר מיין אינשורענס קאמפאני. (דיין אגענט דארף זיך אויסקענען דערמיט)

נולד מאוחר » פרייטאג מאי 3, 2013 6:58 pm

· #111693
כקלער אז דיין אינשארענס קאמפעיני דארף דיר רעפריזענטן.

טשולענט » פרייטאג מאי 3, 2013 7:16 pm

· #111699
איך האב דעמאלס געדרייווט א צווייטנס קאר איך בין נישט געווען אויף די אינשורענס זיי האבן אבער געקאווערט די קלעים, וועלן זיי מיר רעפרעזענטן וויבאלד זיי האבן געהענדלט די קלעים , אדער איך קען מיך אויפן קאפ שטעלן

געפילטע פיש » מוצ"ש מאי 4, 2013 11:12 pm

· #111724
דו האסט דיין אייגענע אינשורענס? אויב יא דארפסטו געוואר ווערן אויב דו ביסט געקאווערד ווען דו דרייווסט א צווייטענס קאר, איך מיין אז יא.