☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » הגאון רבי חיים פסק'נט בזה הלשון....למה לא....קעגן סקווער

הגאון רבי חיים פסק'נט בזה הלשון....למה לא....קעגן סקווער

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3666

גיי ווייס » פרייטאג מאי 3, 2013 7:28 am

· #111539
הגאון רבי חיים פסק'נט בזה הלשון....למה לא....קעגן סקווער
הרה"ג רבי חיים קנייווסקי שליט"א האט געפסקנט און געלאזט הערן דעת תורה, אז די אלע וואס וואינען און שיכון סקווער, מעגן גיין דאווענען אין פרידוואלד, חאטשיג וואס סקווערע רבי לאסט נישט
דא האט אירא לינק צי זעהן פונקטלעך דער לשון
<a class="postlink" href="http://inskver.blogspot.com/2013/05/blog-post_3.html">http://inskver.blogspot.com/2013/05/blog-post_3.html</a>

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 3, 2013 9:49 am

· #111550
ר' חיים האט נישט גע'פסק'נט, ער האט פשוט נישט פארשטאנען די שאלה.
אדרבה, לאמיר אהערברענגען דעם שואל, זאל ער פארלייגן די צדדים.
וואסי די שאלה דא?

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 3, 2013 11:44 am

· #111586
👍

מענין לענין. ס'דערמאנט מיר אן אינטערסאנטע מעשה. געליינט אין א קובץ בחצר הקודש, ארויסגעגעבן לרגל א נסיעה פון ר' דוד טווערסקי קיין ישראל. בתוך הדברים פארציילט ער, ר' דוד הנ"ל, פאר זיין באזוכער א מעשה שהיה: א איד האט אמאל אנגעפרעגט ר' חיים קניבסקי איבער אן אויסלייג (ספעלינג) פון זיין נאמען לגבי א כתובה (אדער גט). דער שואל האט צוריקבאקומען זיין תשובה, ער מאכט אויף דעם מעטפה. ס'ליידיג! קיין ווארט נישט! והיה לפלא. עד שבא חכם אחד, וואס האט אים געוויזען אז ר' חיים האט פותר געווען די שאלה ביים ארויסשרייבן דעם שואל'ס נאמען אויף די מעטפה זעלבס, ביים send to:....

ס'איז מיר געווען א חידוש אז סקווירא רבי זאל דערציילען א מעשה פון א איד וואס האט ליידער נישט זוכה געווען צו זיין צווישען די תלמידי בעל שם.

משולם שטיינפעלד » פרייטאג מאי 3, 2013 1:15 pm

· #111611
די סטייפלער איז כשר, ווייל זיין פאטער איז געבוירן פון א ברכה פון א רבי פוון די טשערנאבלער גזע, ונקרא שמו ע"ש הטשערקאסער

מאטי » פרייטאג מאי 3, 2013 1:56 pm

· #111629
אויב דאוענט מען אין סקווירא נאכן זמן תפילה קען מען דאכט זיך זאגן צו ר׳ חיים שליט״א כבר קדמך הרב יוסף קארו ז״ל בספרו המקובל בכל תפוצות ישראל.

איציק » זונטאג מאי 5, 2013 7:12 am

· #111854
[ציטאט אראפגענומען]

איך ווייס נישט אויב די מעשה איז ווירקליך פארגעקומען (איך זאג נישט אז נישט), אבער אוי איז דאס גוט!
ס'איז אבער קלאר אז מ'פארדרייט היינט די רבנים דאס קאפ מיט פראגעס וואס באלאנגען נישט צו זיי אין ענינים וואס זיי קענען זיך נישט אויס און ווילן זיך זאגאר נישט אויסקענען. אוודאי דארף מען וויסן ווי אזוי צו פרעגן א שאלה, און אויך וועמען צו פרעגן. צו פרעגן ר' חיים בנוגע סקווערע פאליטיק בלויז ווייל ער איז דער גרעסטער גאון אין דור (לפי דעתם), איז נישט מער פון טיפשות, אזוי ווי איר האט גוט ארויסגעברענגט.

נייגעריגער » זונטאג מאי 5, 2013 8:34 am

· #111858
אוי, נעבעך! מ'איז דא דן וועגן הלכות!
און וואס איז מיט חמירא סכנתא מאיסורא?!
אין סקווירא איז דאס דאך דער קעיס.

smartinof » זונטאג מאי 5, 2013 4:19 pm

· #112079
איציק
[ציטאט אראפגענומען]

איך ווייס נישט אויב די מעשה איז ווירקליך פארגעקומען (איך זאג נישט אז נישט), אבער אוי איז דאס גוט!
ס'איז אבער קלאר אז מ'פארדרייט היינט די רבנים דאס קאפ מיט פראגעס וואס באלאנגען נישט צו זיי אין ענינים וואס זיי קענען זיך נישט אויס און ווילן זיך זאגאר נישט אויסקענען. אוודאי דארף מען וויסן ווי אזוי צו פרעגן א שאלה, און אויך וועמען צו פרעגן. צו פרעגן ר' חיים בנוגע סקווערע פאליטיק בלויז ווייל ער איז דער גרעסטער גאון אין דור (לפי דעתם), איז נישט מער פון טיפשות, אזוי ווי איר האט גוט ארויסגעברענגט.

און בנוסף אז צו מילי דעלמא פארשטייט א קאץ בעסער ווי ר' חיים

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 5, 2013 5:41 pm

· #112098
און בנוסף אז צו מילי דעלמא פארשטייט ...


איך בין מוחה אויף די כבוד פון האי תנא, גאון וצדיק רבי חיים קניבסקי שיחי' לאוי"ט.
איך מיין עס באמת, דאס מאל.

smartinof » זונטאג מאי 5, 2013 5:44 pm

· #112099
און אפשר האב איך עס גאר געמיינט אלס קאמפלימענט????
אגב, כבוד התורה טוישט נישט קיין מציאות...