☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » עסיד ריפלאקס

עסיד ריפלאקס

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3659

משה געציל » דאנערשטאג מאי 2, 2013 2:11 pm

· #111271
עסיד ריפלאקס
אזויווי אסאך מענטשן ליידן אויף עסיד ריפלאקס, וגם אני בתוכם, וואס כידוע איז דאס גורם שטארקע אומאנגענעמנליכקייטן פאר דעם באטרעפענדן און זיינע ארומיגע. וואלט כדאי געווען אויסצושמועסן בדיבוק חברים וואס עס קען געטאן ווערן צו בארוהיגן די ריפלאקס.

אני כשלעצמי ווען איך כאפ א אטאקע נעם איך אפאר טאמס און אויב עס ווערט נישט בעסער נעם איך א זאנטעק. ווי אויך האב איך מיר געמאכט א שטיקל ליסטע פון פראדוקטען וואס זענען מיר גורם מאגן ברענערייען לדוגמא; מאראנצן זאפט וואס איז לא יפקד ולא יזכר... (נישט דער ניק, אים טרינק איך אויס אין איין אויגנבליק ווי א שיכור א גלעזעל ברוינפן צו א הונגעריגער מוצאי תענית!)

לאמיר הערן פון אייער ערפארונג וואס טוט איר צו פארמיידן די ריפלאקס, און איר בארוהיגן אויב עס האט אייך אנגעכאפט א אטאקע. איך גלויב אז דאס איז אזאך אויף וואס אסאך שטיבל שרייבער ליידן, איז פארוואס זאלט איר האלטן אייער עקספיריענס מיט אייך? זאלן אנדערע אויך הנאה האבן דערפון!

בעל הבית » דאנערשטאג מאי 2, 2013 2:19 pm

· #111273
אין אנדרע ווערטער רופט מען דאס מאגן ברענינג? אדער דאס איז עפעס אנדרזש?

ודי למבין » דאנערשטאג מאי 2, 2013 2:29 pm

· #111283
אטעם אפאר מאל אריין טיף, און ארויס, ויעבור והנה איננו ותבקשהו ולא נמצא

Atgan » דאנערשטאג מאי 2, 2013 2:35 pm

· #111287
די נאמען דערפאר אין ענגליש איז Heart burn.

איך לייד אויך אויף דעם, נאך שארפע עסן, ווי צוויבל, האַט פעפער, אד"ג...
די מערסטע קאמאן ביי אונז היימישע אידן, איז שבת נאכן שלאף צו האבן שטארקע הארט בוירנ"ס, און די סיבה איז אז מ'לייגט זיך פלאך גלייך נאכן טשולנט, נאך פאר עס פארדייעט זיך, א טייל פון דאס עסן בלייבט אין מאגן, בעיקר די טשולענט באנדלעך, און דאס איז גורם צו פראדוסן אסאך עסי"ד אין מאגן, און ס'קומט ארויף איינמאל מ'שטעלט זיך אויף.
די פשוט'סטע זאכן צו נעמען איז אוודאי די אויבנדערמאנטע טאמ"ס אדער רענ"י.
ווי אויך איז דא צו באקומען א גאר גוטע ליקוויד דערפאר געוויסקא"ן Gaviscon, וועלכע ארבעט מורא'דיג און שטילט אפ דאס ברענעריי און אפאר מינוט ממש. (סאיז אויך דא טעבלעטס דערפון).
דא קען מען זעהן וויאזוי סארבעט: Gaviscon

ס'איז אויך נעטראל זאכן וואס העלפן ווי א גלעזל קאלטע מילעך, וועלכע ארבעט אויך צו שטילן דאס ברענעריי.

די עיקר איז, ווען סמאכט זיך צווישן מענטשן אזא דורכפאל, און סקומט ארויף די האט ספייסי ביף סטעי"ק, זאגט מען א שיינע אנטשולדיגונג, און מ'מאכט א ווערטל דערפון.
Nothing to do, we're all human beings.

זר זהב » דאנערשטאג מאי 2, 2013 2:36 pm

· #111289
ס'ווערט אבער אויך צוגעשריבן צו איבערוואגיקייט

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 2, 2013 2:45 pm

· #111293
נישט לאנג צוריק האט מעקסי העלט אדווערטייזט דערוועגן, מיט א בילד פון א פייערלעשער (!...),איך האב עס דאן פרובירט, און עס האט גרינגער געמאכט.
בעיקר וואס איז מיר גורם איז טאקע מאראנצן דזשוס, און טשאקאלאד (והמסתעף... למשל קאקאש קעיק).
ווי אטגאן (?) שרייבט שוין אויבן, גיין שלאפן תיכף נאכן עסן איז אויך א גרויסער גורם. מען דארף האבן א גוטע שעה-צוויי לכה"פ צווישן א פעטן סעודה און דעם שלאף.
אויב מוז מען גיין שלאפן ווייל היום קצר, נעמט עטליכע קישענעס און שלאפט מער זיצענדיג. די עסן דארף אראפפארן זיך צו פארדייען, און ליגעדיג ארבעט עס נישט.

משה געציל » דאנערשטאג מאי 2, 2013 2:50 pm

· #111297
יא דאס איז קלאר אז גיין שלאפען תיכף נאכן עסן איז גורם ברענערייען.
@אנאנים, עס איז לאו דוקא מיין ווייטאג, ווען א איד האט מאגן ברענעריין אין ווייטן אויסטראליע טוט מיר עס וויי...

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מאי 2, 2013 3:27 pm

· #111308
איך וועלט צעטיילט מאגן ברענען פון עסיד ריפלאקס.
מאגן ברענען איז וואסמ 'האט מוצאי שבת ס'שטעכט אביסל ביים גארגל פון די מלאכים וואס ווערן באשאפן ביים עסן טשאלנט און זיי זינגען שירה, און פון ממאכט א געגרעבעכטס קומט ארויף אזא זויערע פארזאלצעניש.
ריפלאקס איז פרעשור ביי די טשעסט כאילו מ'גייט כאפן א הארץ אטאקא און קען צומאל זיין ממש פעינפול.
ווייסט איינער א געהעריגע עצה? וואס יא צו עסן און וואס נישט?

למדן » דאנערשטאג מאי 2, 2013 4:15 pm

· #111321
איך מיין אז די דרוק ביי די טשעסט איז דמתקריא געז אטאקע וואס איז טאקע עפעס אנדערש פון עסיד ריפלאקס וואס איז לכאורה די זעלבע זאך ווי הארט בורנס (נישט זיכער) אדער זענען זיי אפשר דריי באזונדערע זאכן.

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 2, 2013 5:41 pm

· #111352
מאראנצן זאפט האט רעכט, די 2 זאכן זענען טאקע פון די זעלבע משפחה, אבער אינגאנצן אנדערע אומשטענדן. איינער וואס האט ריפלאקס קען אזוי נישט מיר נישט דיר נישט אויסברעכן א גאנצע סעודה אויף א איידעלן, אבער פיינפולן וועג.

גאלד » דאנערשטאג מאי 2, 2013 6:15 pm

· #111360
איך לייד אסאך פון אזא פלוצלינגדיגע ספעזם אטאקעס אזא מין שטאך ביי די טשעסט וואס קען זיך אויך שפירן ביים רוקן, איך שפיר ווי א שטיינדל ליגט שטעקן דארטן, אסאך מאל גייט עס אוועק מיט געבן א בייג דעם גאנצן גוף, אדער מיטן טרינקן א גלאז וואסער גייט עס גלייך אוועק, וואס איז דאס? ס'קומט פלוצלינג און אסאך מאל זייער פעינפול

אביגדור » דאנערשטאג מאי 2, 2013 6:31 pm

· #111363
דא.

zurich » דאנערשטאג מאי 2, 2013 8:05 pm

· #111415
ווען מען לייגט אריין וואסער אין מאראנצן זאפט מיין איך אז עס מאכט נישט מאגן ברענעניש

DotCom » דאנערשטאג מאי 2, 2013 9:19 pm

· #111450
וואס אסאך מענטשן ווייסן נישט איז אז אחוץ די אומאיינגענעמליכקייטן וואס עסיד מאכט, קען עס אבער אויך זיין זייער מסוכן, די וושט איז נישט אויסגעשטעלט צו באהאנדלען די שארפע עסיד, און צוביסלעך קען די וושט טישוס ווערן אויסגעברענט און דאס וואקסט קיינמאל צוריק, און אז סיז אויסגעברענט און אפגעשוואכט קען עס כאפן אלע קרענק רח"ל אריינגערעכנט קענסער.

עס איז שוין היינט דא צובאקןמען מעדיצין ווי למשל prevacid (עס פלעגט אלס מוזן ווערן פרעסקרייבד) , היינט איז עס שוין אווער די קאונטער, די מעלה פון מעדיצין איז אז עס היילט דעם מאגן, אנדערש ווי טאמס וואס לעשט עסיד, אבער טאמס איז אויך וויכטיג.

משה געציל » פרייטאג מאי 3, 2013 12:34 am

· #111504
אזוי אויך קען דאס ברענגען צו אלטסער וואס שאפט א לאך אונעם מאגן און איז זייער פיינפאל.
א עיטור יד וואס געוואוינט זיך איין צו שרייבן מיטן רעכטן האנט האלטן אסאך פוסקים אז עס ווערט דרכו בכך...

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 7, 2013 2:22 pm

· #112735
כאב יעצט געענדיגט לאנטש.... קאוקאש קעיק מיט אראנדזש דזשוס... איך ציטער. די טאמס ליגט שוין גרייט.

ברסלבער » דינסטאג מאי 7, 2013 2:36 pm

· #112740
ס'דא אידן וואס פירן זיך אז ווען מען עסט הערינג מיט אייער קוכל, לייג מען שוין צו גלייך די טאמס דערויף, להקדים רפואה למכה.
והחוט המשולש לא במהרה ינתק...

שלשלת » דינסטאג מאי 7, 2013 2:41 pm

· #112743
שמעקעדיג, וואס זוכטו דיך צרות, פארוואס רייצסטע אן דעם הינט. נאכדעם האסטו טענות אז ער נעמט זיך בילן....?

ס'אמת איז, אל תדין את חבירך...

מאראנצןזאפט » מיטוואך מאי 22, 2013 1:30 pm

· #116767
קאווע איז א קילער, שאקלטס ענק אפ פון קאווע וועט שוין לייכטער ווערן.
די זעלבע אלעס מיט קעפין און די ענערגיע דרינקס למיניהם.
מ'קען עס ריפלעיסן מיט פלעין ווארעמע מילך מיט צוקער.
טשאקאלט, געפעפערטע מאכלים, און געפרעגלטע זאכן זענען אויך נישט גוט.
רייכערן העלפט אויך נישט ארויס.
מיט א באלאנסירטע דיעטע קען מען זיך בעז"ה היטן.
דער עיקר מ'פרעסט נישט מכל הבא ביד און אין בעסטן פאל וועט מען שוין פארלירן אפאר פונט אויך און זיך ארויסדערזען פון א וואכנאכט נאך איידער מ'האלט שוין ביי גסיסה.

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 22, 2013 2:29 pm

· #116790
2-3 גלעזלעך קאווע (עקסקלודינג די צוקער) איז גאר געזונט, לויט אסאך לעצטיגע שטודיעס.

למדן » מיטוואך מאי 22, 2013 6:44 pm

· #116897
די זאכן טשענדזשן זיך טעגליך איין טאג איז צוקער אומגעזונט, א טאג נאכדעם איז עס זייער געזונט לתתא איז ברויט אומגעזונט און סאי זייער געזונט על אף יאהרן לאנג געווען באוואוסט אז נישט
רעד איך צו א דאקטאר היינט זאגט ער מיר טשולענט האסטו געגסן פאר לאנטש זייער פיין זייער געזונט קיפ אפ

איציק » מאנטאג מאי 27, 2013 9:39 am

· #118359
נאטורליכע הייל-מיטלען פאר עסיד ריפלאקס - מאגן ברענען...
1. מאנדלען (almonds) נישט געבאקענע אדער געזאלצענע. נעם עטליכע שטיק, ס'איז געזונטער ווי טאמס און פארמאגט אויך אסאך קאלציום.
2. עסט 1-2 עפל. גוט צוקייען.
3. עפל וויניגער (חומץ). איך ווייס אז ס'קלינגט מאדנע. ס'טייטש? גיסן אויל צום פייער?!
אבער ס'ארבעט. 1 גרויסע לעפל אין א ביסל וואסער. פאר ערנסטע פעלער: 2-3 לעפל אין א האלב גלאז וואסער.
ביז 2 סעקונדעס לעשט עס אויס דאס ברענען.
ועוד ועוד.

איציק » דינסטאג מאי 28, 2013 6:39 am

· #118770
א קאפי פעיסט פון א וועבסייט. עפעס וועט שוין העלפן...
Dr. Group recommends organic unfiltered apple cider vinegar, a tablespoon in a little bit of water, to eliminate heartburn. This seems counterintuitive in that apple cider vinegar increases stomach acid to aid digestion before meals. But there are many testimonials claiming it works.

He also likes to use baking soda (bicarbonate of soda, not baking powder), which actually shoots alkalinity way up. A tablespoon in a half cup of water can give immediate relief from heartburn. An ounce or two of unprocessed Aloe Vera juice is good for heartburn and stomach ulcers.

Dr. Andrew Weil advises using DGL (deglycyrrhizinated licorice) in chewable tablets or powder. He recommends chewing a couple of tablets or taking a half-teaspoon of the powder in water as often as it takes to get relief. He also likes slippery elm for soothing the esophagus.

Another counterintuitive remedy is a half or full teaspoon of 40,000 heat unit (minimum) cayenne powder in water. Many claim it works. Master Herbalist John Christopher cured his stomach ulcer this way. Cayenne is also an inexpensive heart tonic.

Learn more: <a class="postlink" href="http://www.naturalnews.com/035720_acid_reflux_natural_remedies_heartburn.html#ixzz2UaBEMHMi">http://www.naturalnews.com/035720_acid_ ... z2UaBEMHMi</a>

איציק » דינסטאג מאי 28, 2013 6:42 am

· #118771
אויף קול מבשר איז געווען א לאנגע דרשה אויף דעם נושא פאר 2 יאר צוריק. אפשר איז עס נאך דארט.

MickyMouse » דינסטאג מאי 28, 2013 7:25 pm

· #119045
נישט שייך פאר יעדן, אבער איך האב מיך געבענד און עס האט גענצליך אוועק גענומען מיין מאגן ברענעריי. והוא לפלא.

מאראנצןזאפט » דינסטאג מאי 28, 2013 8:21 pm

· #119074
טאמעיטאס, טאמעיטא סאוס בעיקד זיטי, לאגזאנא, והמסתעף איז סם פאר ריפלאקס.