☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » איי פי אדרעס

איי פי אדרעס

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3653

עסן עסט'זיך » דאנערשטאג מאי 2, 2013 10:17 am

· #111153
איי פי אדרעס
וואס מיינט קאנפליקטינג איי פי אדרעסעס. אזא ווארענונג קומט ארוף אויף מיין קאמפיוטער און לאזט מיך נישט עפענען די אינטערנעט

עסן עסט'זיך » דאנערשטאג מאי 2, 2013 10:24 am

· #111157
ווען איך טריי צו עפענען די אינטערנעט קומט ארויף erroe 104 the attempt to conect to the server faild

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 2, 2013 11:14 am

· #111184
קאנפליקטינג IP אדרעססעס מיינט אז ס'דא נאך א קאמפיוטער אויף דיין נעטווארק וואס נוזט די זעלבע IP אדרעסס.

עסן עסט'זיך » דאנערשטאג מאי 2, 2013 11:17 am

· #111185
וואס איז א איי פי אדרעס ווי קאנטראל איך עס און וויאזוי נוצן צויי קאמיוטערס די סעים

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 2, 2013 11:38 am

· #111191
די איי פי אדרעס איז כעין די פאון נאמבער וואס דיין קאמפיוטער נוצט צו קאמיוניקירן מיטן וועב, געווענליך ווערט דאס צוגעטיילט דורך די DHCP סערווער וואס געפינט זיך אין דיין ראוטער, ווען אלעס גייט ווי ס'דארף צו זיין געבט די DHCP סערווער פאר יעדע קאמפיוטער א באזונדערע IP און געבט נישט די זעלבע פאר צוויי. וואס האט געקענט געשען דא איז אפאר זאכן, אדער האט איין קאמפיוטער אנגעשטעלט א סטעטיק IP, אדער איז עפעס פארהאנקעט מיטן ראוטער.

וואסערע OS האסטו? XP? ווינדאוס 7?
האסטו א ראוטער? אויב נישט, ווי אזוי קאנעקסטו דיך צום וועב?

עסן עסט'זיך » דאנערשטאג מאי 2, 2013 11:41 am

· #111192
איך האב XP איך האב צוויי קאמפיוטערס איינס איז קעיבל און די אנדערע וויי פיי צו די זעלבע אינטערנעט סערוויס, קען זיין דאס האט גורם געווען די בלבול המחות
נו, אפשר ביי הדר קבלוהוה ווועט מען רעדן דערפון און געבן עצות זיי שרייבען אז עס גייט זיין דארט לעיזונגען

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 2, 2013 11:42 am

· #111193
ריסטארט דיין קאמפיוטער, אויב דאס העלפט נישט, ריסטארט די ראוטער.

עסן עסט'זיך » דאנערשטאג מאי 2, 2013 11:45 am

· #111198
יישר כח ביסט א צדיק