☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » דוד גרינפעלד סומאטאכע

דוד גרינפעלד סומאטאכע

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3650

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:49 am

· #111068
דוד גרינפעלד סומאטאכע
א געוועזענע טשיף אוו סטעף פון קונסילמאן גרינפעלד דעקט אויף מיסברויכן אינעם פאליטישאנס אפיס.

א בלאגער אויפן נייעס וועבזייטל Yeshiva World מיטן נאמען דוב גארדאן, וואס פאר עטליכע יאר שרייבט ער בשבחו פונעם קאונסילמאן, און בגנותם פון זיינע קעגנער, אריינגערעכענט דוב הייקינד, ווייזט זיך ארויס אז דאס איז מעגליך נישט קיין אנדערער ווי הרב גרינפעלד אליינס.

לויט די געוועזענע ארבייטער, סטעפאני פעדעק, איז גרינפעלד געווארן בידידות מיטן YWN פאבלישער יודא עקשטיין, און אז ער מאכט אלעמאל זיכער אז גרינפעלד ווערט אראפגעלייגט אין א פאזיטיווע ליכט אינעם וועבסייט. זי זאגט אז ארטיקלען וואס גרינפעלד האט איר געבעטן צו שרייבן האט זי שפעטער געזען אויפן וועבסייט אונטערן פען נאמען דוב גארדאן, און אז דער מיסטריעזער גארדאן האט אלעמאל געהאט געהיימע "אינסייד" אינפארמאציע פון וואס גרינפעלד טוט אלץ אויף.

א גרינפעלד ווארטזאגט שלאגט קאטאגאריש אפ די אנקלאגע, און אין א געשריבענע סטעיטמענט זאגט ער אז "דיין מעשה איז א פאלנע שקר, פארשפרייט דורך אן אבסעסט און אנגעווייטאגטע ארבייטארן וואס איז געווארן אפגעזאגט א קנאפע צוויי יאר צוריק, די קלינטאנס האבן זייערע ווינס פארסטער משוגעים, אבאמא האט זיך זיינע "בערטערס" און גריפעלד האט זיינע אייגענע חברה וואס מיינען אז נאך זיין 70 שעהדיגע ארבעטס וואך האט ער צייט צו שרייבן נייעס ארטיקלעך, די אלע קאנספיראציע טעאריסטן ברויך מען לייגן אין משוגעים הויז!"

פעדעק דערציילט אז זי האט אמאל געכאפט גרינפעלד'ן שרייבן אן ארטיקל, און נאכן זען דעם ארטיקל אויף ישיבה ווירלד אונטערן דוב גארדאן נאמען האט זי עם געפרעגט דערוועגן, און ער זיך אויסגעלאכט, און איר דערציילט אז ער האט עס טאקע געשיקט צו ישיבה ווירלד. מיט די צייט איז עס געווארן א חלק פון איר דזשאב אויפצוקומען מיט איידיעס און שרייבן ארטיקלעך.

פאר מער דרוקט נאמבער פיר (אדער ליינט דא).

געפילטע פיש » זונטאג מאי 5, 2013 2:04 am

· #111798
דער עולם לייקט און לייקט, אבער קיין מאק הערט מען נישט, זאגטס עפעס, שרייט מיר אן פארן גלייבן לשון הרע אויף א איד, שרייטס חילול השם, עפעס! סתם א שאקל מיטן קאפ א טובה צו טוהן? קאם אן.

יידל » זונטאג מאי 5, 2013 2:08 am

· #111801
נא! חילול השם!

צופרידן?

שמעקעדיג » זונטאג מאי 5, 2013 2:14 am

· #111805
די חילול ה' איז אז מען מאכט זיך נאריש. ער טוט אויף אסאך, און די אנדערע זייטיגע זאכן איז קיינעמ'ס נישט ביזנעס.
לאזט די סארט דאגות פאר די מים אחרונים חברה.

געפילטע פיש » זונטאג מאי 5, 2013 2:19 am

· #111810
די סקאנדאל איז אפשר מער אויף ישיבה וואוירלד ווי אויף גרינפעלד, אבער ביי אונז איז עס אזוי נארמאל אז מ'זעט גארנישט ראנג אז א צייטונג אדער א נייעס וועבסייט לייגט ארויס "נייעס" פאר באצאלט.

געפילטע פיש » זונטאג מאי 5, 2013 2:20 am

· #111811
יידל
נא! חילול השם!

צופרידן?

העכסט צופרידן.

נולד מאוחר » זונטאג מאי 5, 2013 2:22 am

· #111812
שמעקי ס'שמעקט פון קאראפשען. סאיז א עוולה. מארגן וועט עס טאן איינער וואס טוט נישט אויף.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 19, 2013 1:13 am

· #115434
נולד מאוחר
שמעקי ס'שמעקט פון קאראפשען. סאיז א עוולה. מארגן וועט עס טאן איינער וואס טוט נישט אויף.

ער טוט עס שוין היינט.

George » מאנטאג מאי 27, 2013 8:06 pm

· #118643
berlbalaguleh
נולד מאוחר
שמעקי ס'שמעקט פון קאראפשען. סאיז א עוולה. מארגן וועט עס טאן איינער וואס טוט נישט אויף.

ער טוט עס שוין היינט.



?

berlbalaguleh » זונטאג יוני 2, 2013 1:50 am

· #120166
געפילטע פיש
דער עולם לייקט און לייקט, אבער קיין מאק הערט מען נישט, זאגטס עפעס, שרייט מיר אן פארן גלייבן לשון הרע אויף א איד, שרייטס חילול השם, עפעס! סתם א שאקל מיטן קאפ א טובה צו טוהן? קאם אן.

איך טוה מיר שוין אן דעם גארטל און איך זאג לשם יחוד. איך גיי דיך שוין גוט אנזידלען ברבים אין ביהמ"ד. נאר קודם דארף איך וויסן אין וועלכן ביהמ"ד דו דאוונסט (אדער שמועסט(. 😂 😳 🙄

געפילטע פיש » זונטאג יוני 2, 2013 2:01 am

· #120170
איך האב א מנין קבוע ביי א אבל אינדערהיים וואס זיצט שבעה נעבעך, נעבעך נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.

יאיר » זונטאג יוני 2, 2013 2:08 am

· #120175
און איך שטיי און טראכט, ווען אליהו הנביא זאל קומען מגלה זיין דעם אמת'ן נאמען פון יעדן אנאנימען שרייבער אויף די אינטערנעט, וואלט אויפגעריסן א נוקלעאר אטאקע פון אלע סומאטאכעס וואס וועלן אויסברעכן.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 2, 2013 2:11 am

· #120180
יאיר
און איך שטיי און טראכט, ווען אליהו הנביא זאל קומען מגלה זיין דעם אמת'ן נאמען פון יעדן אנאנימען שרייבער אויף די אינטערנעט, וואלט אויפגעריסן א נוקלעאר אטאקע פון אלע סומאטאכעס וואס וועלן אויסברעכן.

איך האלט טאקע אז דער וואס זיצט צוויי שורות ארויף פון מיר אין ביהמ"ד בזסט דו. לויט דיינע מאמרים און ווערטלעך אין ביהמ"ד שבת אינדערפריה, זעה איך אין וואס דו ביסט עוסק א גאנצע וואך....

געפילטע פיש » זונטאג יוני 2, 2013 2:16 am

· #120186
שטעל דיך פאר קאווע שטיבל אליינס, א חורבן וואס קען ארויסקומען, וועסט געוואר ווערן אז לעיקוואד איז דיין ראש הכולל, בדחן איז דיין שווער, זר זהב דיין חברותא פון כולל, שמעקעדיג איז דיין שכן וועם דו גיבט איבער אלע וועטער אפדעיטס אין די עלעוועיטער, קאווע טרונקער איז דיין שוואגער, יואליש איז דיין דיין, און פארשטייט זיך אחרון אחרון בערל באלאגאלע איז דיין טאכטערס באס דרייווער, ס'וועט זיין ששון אין די גאסן! ס'הייסט מיין רבי'ס זון איז געווען ביהיינד די גאנצע מילקשעיקער אשכול? יעצט פארשטיי איך שוין, און דער וואס האט זיך אנגענומען פאר די אייזלעך איז נישט קיין צווייטער ווי די רעביצן תליט"א אליינס?

יאיר » זונטאג יוני 2, 2013 2:21 am

· #120191
געפילטע פיש
שטעל דיך פאר קאווע שטיבל אליינס, א חורבן וואס קען ארויסקומען, וועסט געוואר ווערן אז לעיקוואד איז דיין ראש הכולל, בדחן איז דיין שווער, זר זהב דיין חברותא פון כולל, שמעקעדיג איז דיין שכן וועם דו גיבט איבער אלע וועטער אפדעיטס אין די עלעוועיטער, קאווע טרונגער איז דיין שוואגער, יואליש איז דיין דיין, און פארשטייט זיך אחרון אחרון בערל באלאגאלע איז דיין טאכטערס באס דרייווער, ס'וועט זיין ששון אין די גאסן! ס'הייסט מיין רבי'ס זון איז געווען ביהיינד די גאנצע מילקשעיקער אשכול? יעצט פארשטיי איך שוין, און דער וואס האט זיך אנגענומען פאר די אייזלעך איז נישט קיין צווייטער ווי די רעביצן תליט"א אליינס?

און אז כקש"ת אדמו"ר רבינו רשכבה"ג שליט"א איז מגולגל געווארן אין מיינע באליבטע געפילטע פיש.

יאיר » זונטאג יוני 2, 2013 2:23 am

· #120194
berlbalaguleh
יאיר
און איך שטיי און טראכט, ווען אליהו הנביא זאל קומען מגלה זיין דעם אמת'ן נאמען פון יעדן אנאנימען שרייבער אויף די אינטערנעט, וואלט אויפגעריסן א נוקלעאר אטאקע פון אלע סומאטאכעס וואס וועלן אויסברעכן.

איך האלט טאקע אז דער וואס זיצט צוויי שורות ארויף פון מיר אין ביהמ"ד בזסט דו. לויט דיינע מאמרים און ווערטלעך אין ביהמ"ד שבת אינדערפריה, זעה איך אין וואס דו ביסט עוסק א גאנצע וואך....

דו האסט זיך לכאורה פארמישט מיט א צווייטן. אין בית המדרש קענסטו מיר נאר טרעפן זאגן בדחן'דיגע ווערטלעך.

געפילטע פיש » זונטאג יוני 2, 2013 2:25 am

· #120197
יאיר
און אז כקש"ת אדמו"ר רבינו רשכבה"ג שליט"א איז מגולגל געווארן אין מיינע באליבטע געפילטע פיש.

שששש...!

אברעמעל » זונטאג יוני 2, 2013 2:42 am

· #120212
ווילאנג ס'שטייט נישט אינעם קעפל "והמסתעף" קענסטו נישט ערווארטן צופיל תגובות.

עניוועי ווארט נאר גארדאן זאל אהערקומען וועסטו שוין די תגובות וואס וועלן נאכקומען.

מיין מיינונג » זונטאג אקטאבער 13, 2013 5:42 pm

· #156032
Booklet Calling Councilman Greenfield “Traitor” Circulated in His District

<a class="postlink" href="http://jpupdates.com/2013/10/13/booklet-calling-councilman-greenfield-traitor-circulated-in-his-district/">http://jpupdates.com/2013/10/13/booklet ... -district/</a>

בעל הבית » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 8:51 am

· #159837
..
📎 גרינפעלד.jpg

דעת תורה » פרייטאג נאוועמבער 1, 2013 9:57 am

· #160061
די פאר וועמען ער גיט די הענט, איז א פרוי? כ'בין נישט אזוי זיכער.

אלנפאלס, הו עווער ס'איז האט אן הענטשוך.

און, נישט יעדער האלט אז ס'איז אסור ממש.

רויטע וואנצעס » פרייטאג נאוועמבער 1, 2013 10:02 am

· #160063
דוד גרינפעלד לויפט נישט פאר רב הראשי ד'בארא פארק. ער לויפט אלס א קאמיוניטי לידער. קאמיוניטי מיינט יעדעם.

קורץ און שארף » מוצ"ש נאוועמבער 2, 2013 9:15 pm

· #160204
גייט יעצט ארום
📎 image-1522365802-1383049901.jpeg

דער (פינטעל) איד » מוצ"ש נאוועמבער 2, 2013 9:19 pm

· #160205
א פאלוירענער קאמפף דאס ער גייט עס סייווי מאכן

קורץ און שארף » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 12:48 am

· #160250
אויב קריגט ער נישט גאנצע 90 פראצענט וועט עס שוין זיין א קלאפ פאר אים

קורץ און שארף » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 11:58 pm

· #161138
1500 האבן געוואוט קעגן אים נישט קענענדיג זיין קעגנער און וויסנדיג אז ער גייט געווינען

דאס איז א מעסעזש פאר אים, און גענוי דאס האט די שמוציגע קאמפיין געוואלט אויפטון

דעת תורה » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 12:30 am

· #161142
די 'שאלה איז, פארוואס טאקע האט עס נישט אויפגעטון? איז עס ווייל גרינפעלד האט סוקסעספול באוויזן אפצושלאגן די אטאקע'ס קעגן אים, אדער אז ער האט שוין געברענגט אזויפיל פאר זיין דיסטריקט אזש דער עולם איז אים גרייט מוחל צו זיין די אלע "נעוויירעס", אדער קומט עס פשוט פון א געוויסע סארט "נישט טראכטן" עדיטוד פונעם ציבור, און ווילאנג די עסטאבלישמענט וועט אים שטיצן וועט ער פארבלייבן אויפן בענקל.

קורץ און שארף » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 12:37 am

· #161145
ער האט נישט געהאט קיין קעגנער. פינטל

דער (פינטעל) איד » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 12:38 am

· #161146
יוסף חיון א נאמען וואס קיינער האט נישט געהערט ביז לעצטע וואך

דער (פינטעל) איד » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 12:49 am

· #161149
David Greenfield 82.0% 13,638 Dem
Joseph Hayon 18.0% 2,990 GOP

קורץ און שארף » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 12:50 am

· #161150
און דאך האט ער אנגעצויגן 2500 וואוטס!!!!

שרייבער » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:49 am

· #161166
[ציטאט אראפגענומען]

לפי השמועה האבן די זאליס אנגעפירט דעם קאמפיין וועגן די נייע ביהמ"ד סומאטאכע, שוין אריין אין צימעס

קורץ און שארף » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 4:13 pm

· #161260
אין ישיבה ווארלד [ א נייעס נעץ וואס ווערט באצאלט אפיציעל דורך דוד גרינפעלד] רימט ער זיך אליינס אויס אז ער האט אנגעצויגן אין די נעכטיגע וואלן די שטערקסטע פון סיי וועם. נישט אנמערקנדיג אז ער זיין קעגנער האט אנגעצויגן גאנצע 18 פראצענט. אין דער צייט וואס סטיוו לעווין אין ווילאמסבורג'ס קעגנער האט אנגעצויגן בלויז 8 פראצענט. טראץ וואס די זאליס האבן נישט קיין מעכטיגע מיאריטעט אין וויליאמסבורג.
דאס ברענגט ארויס וואסערע דל גאה ער איז, און ווער עס קומט נאר אין בארירונג מיט אים עקלט זיך דערפון געפערליך, און דאס איז פון זיינע גרעסטע שוואכקייטן. און דאס פירט אים זיך צו צוקריגן מיט וועם ער קומט נאר אין בארירונג.
יעצט הערט נאך א נקודה:
ער רימט זיך דארט אויס אז ער האט געשטיצט חיים דייטש אין פלעטבוש. [א טייערע אינגערמאן, וואס איז ווערט א אשכול פאר זיך, און עס איז באמת א שמחה אז ער האט געוואונען]. קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס די ספרדים ביים עק פון פלעטבוש, דוד גרינפעלד'ס היים באזע, כידוע, האט געשטיצט סטראבין?
קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס סטראבין'ס געלט איז געקומען פון דוד גרינפעלד'ס שטיצער?
קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס ער רעכנט נישט אויס דארט אינעם ארטיקל סטראבין צווישן די פארלירער'ס? טראץ וואס ער איז מסתמא געווען 'דער' גרעסטע פארלירער נעכטן.

רואה ואינו נראה » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:49 pm

· #165208
20 MPH איבער די בארא פארק'ער גאסן
.

בן אדם » מיטוואך נאוועמבער 8, 2017 2:52 am

· #388630
איינס