אייזיק האניג #4 על ההרים 64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3642
אייזיק האניג #4 על ההרים
10 יאר אויף א נייע סידי? דאס איז ווי שטודירן 70 יאר צו ווערן א דאקטאר
די קאווער
שיינע קאווער, ווער האט עס דעזיינט?
שמייכל שיינע קאווער, ווער האט עס דעזיינט?
אזוי נישט מיר נישט נישט דיר...
האלאו!!!
שמייכל?!?!
שלום עליכם!!
עליכם ועל בניכם!
שמייכל, איר זענט גוד לאאקינג, לאמיר האפן אז ס'איז תוכו כברו. וועלקאם עבארד.
אז מאראנצן זאפט זאגט פאר שמייכל "וועלקאם עבארד" זעמער אויף געהאקטע צרות... שמייכל, אזוי לאנג ביזטו שוין נישטא, אזש מאראנצןזאפט מיינט אז דו ביסט א נייער?
לאל איך האב אויך דאס געקלערט... אבער נישט געווען זיכער
איך מיין די איידוע פון אייזיק האניג איז מער זיין ווארימקייט ביים זינגן ווי זיין זיסן קול, וויל זיסקייט קען מען עים נאך עני טיים ביעטן, למשל יומי לאווי!
יידל אז מאראנצן זאפט זאגט פאר שמייכל "וועלקאם עבארד" זעמער אויף געהאקטע צרות... שמייכל, אזוי לאנג ביזטו שוין נישטא, אזש מאראנצןזאפט מיינט אז דו ביסט א נייער?
א בליק געטון אויף זיין הדרת פנים און זיינע הודעות, און פארשטאנען אז ער איז שוין לאנג נישטא געווען. האבן מיר אים הערצליך באגריסט.
סימפל.
און גראדע איז שמייכל א טרעידמארק פון א בארא פארקער שומר שבת יודל.
הערנדיג דעם נייעם קאסעט, וויל איך איין זאך פארשטיין... סאיז אדער אז פינקי מיט יוסי גרין האבן אויסגעוועלט ספעציעלע ניגונים פאר אייזיק'ן, אדער פשוט אייזיק זינגט דאס אראפ ס'בעסטע. דער האט דארט ניגונים און זינגט דאס אז מ'קען צוגיין! ס'האצעך געלוינט צו ווארטן אזוי לאנג.
שעפטל הערנדיג דעם נייעס קאסעט
אייזיק'ס ניגונים, ווי אלט זיי זענען נאך, וועפן זיי נישט אויס.
פאר אייזיק'ס איין ניגון וואלט איך אויך געצאלט 16 טאלער. זיין ניגון קינדערלעך איז אויך עפעס געוואלדיג, שיין הערליך, הארציג און ווארעם. יעצט לייג נאך צו צוויי פינקי ניגונים' אזא אתה הוראת, א בעלזא כתר, צו א יוסי גרין'ס היה עם פפיות. וואונדערבאר!!!!!!!
יענץ חברה-מאן כה לחי. היינטיגע טעג, ארויסצוגעבן עפעס איז ממש א פרייע סערוויס פונעם ארויסגעבער. ס'נישט מעגלעך צו מאכן א ביזנעס מאדעל וואס זאל פראפעטירן. מ'קאפי'ט עס און מ'שיקט עס ווייטער. וואס מאטאוועיט נאך א מענטש מוציא לאור צו זיין א סי די? ממילא ווען די ניגונים זענען אייגענע, איז מען איז מפיץ לקיים מה שנאמר ויפוצו, אבער יענעם'ס ניגונים? כ'פארשטיי באמת נישט דער אינוועסטמענט.
📎 Honig.jpg וגם את נח איז אויך א שטיקל א באבובער ניגון. ניין?
ווי קען מען עס קופן אלס א דאונלאויד?
הערליך.
יעצט געקויפט, אן קוקן וואס די פרייז איז. בנוסף וואס אייזיק האניג איז אויף מיין הויך-ליסטע, און איך גיי אי"ה הנאה האבן פון זיין נייע אלבום, פיל איך - בשבילי נברא העולם - אז איך שטיץ א איד, וואס איז ערליך, נארמאל, בטעמ'ט, און נאך אסאך מעלות אויסער זיין ווארימע איידעלע שטימע. נישט נאר צולאזטע זינגער'ס מעגן מאכן געלט, נארמאלע אויך.
ענן כבד ווי קען מען עס קופן אלס א דאונלאויד?
http://www.mostlymusic.com/al-hehorim.html
און וואס איז געווארן?
און ס'קומט מיך אלץ ארויס דער וגם את נח האהבה זכרת, ווי פון הארץ ארויס אן מחשבה.
ביי מיר גייט נישט דורך קיין יום טוב אן
"וזכר לנו, ה' אלוקינו, אהבת הקדמונים..."
און נאך אסאך פון ר' אייזיק.
"אתה הוא עד שלא נברא העולם..."
"ושויתי ה' לקראתי, שתרחמני עוד בגלותי..."
"אדון הכל..."
ועוד הרבה.
יא.
דו מעגסט מאכן קאפיעס פאר דיר אליין , זאלסט האבן וואס צו הערן נאך 2 וואכן ווען די ארגינעלע סי די גייט א גאנג. מיט 10 קאפיעס וועסטע האבן גענוג פאר 2 יאר
שעפטל ענן כבד ווי קען מען עס קופן אלס א דאונלאויד?
http://www.mostlymusic.com/al-hehorim.html
דא קען מען נאר באשטעלן די סידי.
פאר ווער עס קען איז כדי צו קוקן דעם ווידיאו פון אייזיק האניג - צמאה נפשי
http://www.youtube.com/watch?v=gtFdlrKVqG8
איך גיי נישט פאר זיין צמאה נפשי. ס'איז מאדנע
ענן כבד פאר ווער עס קען איז כדי צו קוקן דעם ווידיאו פון אייזיק האניג - צמאה נפשי
VIDEO
שמייכל שיינע קאווער, ווער האט עס דעזיינט?
KZ Creative.
אז מ׳רעדט שוין, דעם שבת אין ס׳מדרש האבעך געהערט פון אסאך אינגעלייט אז זיי גייען קויפן דעם סידי בלויז צו ווייזן אז מען קען נאך ארויסקומען מיט א פשוט׳ע חסידישע סידי און מאכן געלט.
אבי מ׳שרייט אז אונז זעמער געפאלן..
קאווע טרינקער נישט נאר צולאזטע זינגער'ס מעגן מאכן געלט, נארמאלע אויך.
http://www.shutterstock.com/pic-94652485/stock-photo-green-landscape.html?src=J9ZsEbUqbIVNYl8Mtlz7aQ-3-145
This is where the cover design was taken from! 😂
און אויף דעם פאפיר שטייט מ'זאל נישט קאפירן דעם סידי...
shmelka This is where the cover design was taken from! 😂
איך כאפ נישט די דזשאק, אלע גראפיקירער ניצן בילדער פון shutterstock, זיי צאלן פאר דעם טבין ותקילין, דו קענסט עס נעמען פון גוגל אימעזש'ס אבער עס קומט מיט זייער וואטערמארק, אויב מען דארף די אריגינעיל דארף מען צאלן דערפאר.
ער זינגט בכלל צמאה נפשי אויפן דיסק?
איז אזוי, די סידי פארמאגט צוועלף ניגונים, איינס שענער פונעם צווייטן אווי עס פאסט פאר א פראדוקציע פון ר׳ אייזיק. #1 בשפע ברכה, קאמפאזט ביי משולם גרינבערגער, אראנדזשירט ביי שוע פריעד, קווייער ביי אברומי בערקא. #2 אתה הראת, קאמפאזט ביי פינקי (דער ארגינעלער..), אראנדזשירט ביי משה לאופער, קווייער ביי הערשל בריסק. #3 כתר, קאמפאזט ביי אליעזר קאליש, אראנדזשירט און קווייער ביי מונה. #4 וברצונך, קאמפאזט ביי פינקי, אראנדזשירט ביי משה לאופער, קווייער ביי הערשל בריסק. #5 ויאתיו, פאר אינפא קוקט די פריערדיגע ניגון.. קינדער קווייער ביי אברומי בערקא. #6 הפורש, קאמפאזט ביי יוסי גרין, אראנדזשירט ביי משה לאופער, קווייער ביי הערשל בריסק. #7 הריני מזמן, קאמפאזט ביי ר׳ אייזיק אליין, און ווידעראמאל משה לאופער און הערשל בריסק. #8 אל דמי לך, קאמפאזט ביי אליעזר קאליש, אראנדזשירט און קווייער ביי מונה. #9לבדך, קאמפאזט ביי אליעזר קאליש, אראנדזשירט ביי שוע פריעד, קווייער ביי אברומי בערקא. #10 קינדערלעך, איז א אידישע ניגון קאמפאזט, און די גראמען ביי ר׳ אייזיק, אראנדזשירט ביי משה לאופער, קווייער ביי הערשל בריסק, קינדער קווייער ביי מושי קרויס. #11 מה נאוו על ההרים, קאמפאזט ביי ר׳ הלל פאלאי (?), אראנדזשירט ביי משה לאופער, קווייער ביי אברומי בערקא. #12 היה עם פיפיות, קאמפאזט ביי יוסי גרין, אראנדזשירט ביי לייב יעקב ריגלער, קווייער ביי הערשל בריסק. אויף געוויסע ניגונים איז דא קינדער סאלא׳ס וואס קומט מן הסתם פון מושי קרויס, העמער דארפן ווארטן אויף mk_studios צו באשטעטיגן. און יא, א הערליכע סידי אויפן אמאליגן שטייגער! ר׳ אייזיק האט ווידעראמאל באוויזן וואס ער קען. כה לחי!
יידל ענן כבד פאר ווער עס קען איז כדי צו קוקן דעם ווידיאו פון אייזיק האניג - צמאה נפשי
VIDEO
כפארשטיי נישט וואס האט צמאה נפשי מיט מציבות אדער שניי?
איך גלייך זייער דעים ניגון אבער האבן זיי נישט געקענט טרעפן עפעס א הערש וואס איז דארשטיג אזוי ווי סיז מקיבל מדור דור אז ממיז זיין א דארשטיגע הערש וואס קען נישט גרייכן דאס וואסער, לקיים מה שגאמר כאיל תערוג על אפוקי מים וכו'
די נייע סידי אין קאמפער צו זיין אלטע, איז עס שענער? אדער שוואכער?
אפשר.
אויך געקויפט היינט, דער ניגון 'כתר' איז עפעס הפלא ופלא! די ארענדיזשמענטס וואס מונה מאכט דערויף איז ריזיג! א שאד ער האט אים נאר אויף צוויי ניגונים!
מיר האט געבאדערט די זעלבע, אבער ציילן האסטו נישט געמוזט, ווייל אין די בעק פונעם סידי קאווער שטייט אלע טרעקס מיט די נומבערס.
Of course all graphic designers use Shutterstock, but my point was that it is no big deal to plain copy /paste a picture, I wouldn't call it a major design. ואכמ"ל. Btw Shutterstock doesn't cost that much, in comparison to what they charge... If anyone wants the original I can post it here, I have an account.
גם אני, אויך געקויפט בזכות דעם אשכול. איך בין יענץ מבין אויף מוזיק. אבער ס'קנאקט ביי מיר היינט א גאנצן טאג, און כ'האב פיין הנאה. (גראדע באצאלט $16, נישט 15 ווי איינער האט דא געשריבן)[/quote] געצאלט 16 פלאס טעקס
פארוואס ליגט עס נישט אין איי טונס?
פרישער יידל ענן כבד כפארשטיי נישט וואס האט צמאה נפשי מיט מציבות אדער שניי?
מען זעט א גאנצע צייט די חפץ חיים מצבה האט ער געמאכט די ניגון?
אדער ר" אהרן קארלינער?
Has anyone got the paypal address of Issac Honig, I want to pay him for this lovely cd, someone sent me the entire cd via email. I didn't buy cd from the store as it simply didn't arrive to stores to the town I live.. and why should half the money go the to the shipping and retailers.. and I don't go around with a cd player, neither a record player... but i do so wish I could pay him! someone here help me please !!
שוין געהערט דעם CD עטליכע מאל. דער כתר ניגון טוב עולה על כלנה.
שמעלקא גיי קויף א CD אין געשעפט און פארטיג.
911 איינער האט דער נאמבער פון שלומי דאסקאל????????????????????????? פליז!!!!!!!!!!!!!!!! יעצט געהערט ווי ער זינגט "אתה הראת" http://www.gruntig.net/2013/08/daskal-s ... ction.html ער לאזט אויס די תנועות ביי "אין כמוך"... נישט גערעכט... ער פארדרייט די ניגון. שומו שמים.
געזען פריער שומרים פאר זיין הויז
כך ענשו של בדאי. א חוצפה. !