☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » באקומט איר אימעיל ווען איר קריגט א לייק?

באקומט איר אימעיל ווען איר קריגט א לייק?

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3640

ברוין » מיטוואך מאי 1, 2013 5:02 pm

· #110820
באקומט איר אימעיל ווען איר קריגט א לייק?
וואלט אינטערעסאנט געווען צו הערן פונעם עולם צו מ'ניצט אויס די אפציע פון קריגן אימעילס ווען מ'קריגט א לייק. איך בין דערווייל אנגעשטעלט אז נישט. ווער יא?

שעפטל » מיטוואך מאי 1, 2013 5:02 pm

· #110821
איך יא...

זר זהב » מיטוואך מאי 1, 2013 5:04 pm

· #110823
איך אויך. איך האב זיך געווינדערט ווען איינער האט מיר לעצטענס געזאגט אז ער באקומט נישט און ער זעהט נישט ווען איינער לייקט אים. במחילת כבודו האב איך אים זינט דאן אויפגעהערט לייקן. מיינע לייקס זענען נישט זכר בונדלעך, און איך האלט נישט ביים טון עפעס וואס איז ניטאמאל מתן בסתר!!

שעפטל » מיטוואך מאי 1, 2013 5:39 pm

· #110834
שכח Lexus פאר די אימעיל...

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 1, 2013 7:22 pm

· #110886
איך פלעג אמאל נישט האבן, אבער היינט באקום איך יא.
אבער עס גייט צו אזא אקאונט וואס איך עפן קוים איינמאל אין א וואך אדער צוויי, נישט די אימעיל וואס איך קוק כסדר.

זר זהב » מיטוואך מאי 1, 2013 7:24 pm

· #110888
רעט מען דא פון אימעיל אדער אישי? מ'קען מאכן מ'זאל באקומען אן אישי אן א אימעיל

ברוין » מיטוואך מאי 1, 2013 9:26 pm

· #110933
אישי שיקט אימעילס אויך. סאם האו האב איך עס נישט אויפגעסעט צו באקומען.

זר זהב » מיטוואך מאי 1, 2013 9:29 pm

· #110934
כמיין אז נישט. אישי איז באזונדער און אימעיל איז באזונדער.

הוגה » מיטוואך מאי 1, 2013 10:37 pm

· #110982
איך האב פונקט היינט געטראכט איבער דער נושא. איך סיין דא אריין נאך א טאג ארבייט און איך זעה אז איך האב צובאקומען א פינף נייע לייקס. עס איז מיר אינטרעסטנט צו וויסן ווער עס האט מיר געלייקט, און נאך מער איז מיר ווויכטיג צו וויסן וועלכע הודעה איז געלייקט געווארן כדי איך זאל וויסן וואס,די עולם האט ליב.

איז דא א וועג נאכצוקוקען די לייקס און עס זעהן געפילטערט עקארדינג צו די דעיט?

זר זהב » מיטוואך מאי 1, 2013 10:39 pm

· #110985
יא, גיי צו: באניצער'ס קאנטראל פאנעל, גיי דארט אריין צו: סיסטעם פרעפערענצן. און וועהל אויס צו האקומען אן אישי יעדעס מאל איינער לייקטיר.

געפילטע פיש » מיטוואך מאי 1, 2013 11:35 pm

· #111025
הוגה
איך האב פונקט היינט געטראכט איבער דער נושא. איך סיין דא אריין נאך א טאג ארבייט און איך זעה אז איך האב צובאקומען א פינף נייע לייקס. עס איז מיר אינטרעסטנט צו וויסן ווער עס האט מיר געלייקט, און נאך מער איז מיר ווויכטיג צו וויסן וועלכע הודעה איז געלייקט געווארן כדי איך זאל וויסן וואס,די עולם האט ליב.

איז דא א וועג נאכצוקוקען די לייקס און עס זעהן געפילטערט עקארדינג צו די דעיט?

יא, קליק אויפן ציפער וואס קומט נאך האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל, און ס'וועט דיר ארויפברענגען א ליסטע פון דיינע לייקס אנגעהויבן פונעם לעצטן.

איך אויך » פרייטאג יוני 28, 2013 1:14 pm

· #128882
יא און היינט בין איך בארעגנט געווארן מיט לייקס פון @צולייגער.