☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » א יאר אן אינטערנעט די רעזולטאטן

א יאר אן אינטערנעט די רעזולטאטן

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3639

בן תמליון » מיטוואך מאי 1, 2013 4:59 pm

· #110817
א יאר אן אינטערנעט די רעזולטאטן
פאול מיללער וואס האט עקספערימענטירט א יאר אינטערנעט פריי, נאכן איינזען עס נעמט איהם אוועק פון זיין ריכטיקן זיך און ציהלן, האט זיך היינט צוריקגעקערט און שרייבט א באריכט דא:

<a class="postlink" href="http://www.theverge.com/2013/5/1/4279674/im-still-here-back-online-after-a-year-without-the-internet">http://www.theverge.com/2013/5/1/427967 ... e-internet</a>

ער זאגט אז אנהייב האט עס גוט געשפירט פילנדיק ווי ער לעבט א מער ארגינאלן לעבן. ער איז געקומען צו סיטי פיעלד צום אינטערנעט אסיפה און מסכים געווען צו אלעס וואס רב וואקסמאן זאגט. נאך א פאר חדשים אבער זאגט ער זענען זיינע שלעכטע געוואינהייטן אריבער צו זיין לעבן אנעם אינטערנעט, און אנשטאט לעבן אינעם עכטן וועלט האבן פריינד און פאמילע איהם נישט געקענט קומיונקירן ווי אמאל און ער האט פונקט אזוי נישט געלעבט אינעם עכטן וועלט ווי מיטן אינטערנעט.

זיין מסקנה: דער אינטערנעט איז היינט די וועלט מען דארף לעבן דערמיט און זיין פרודוקטיוו. עס פארמיידן איז נישט קיין סאלוציע.

זר זהב » מיטוואך מאי 1, 2013 8:22 pm

· #110906
וויאזוי איז צו פארגלייכן א גוי צו א איד? א גוי האט נישט וואס אנצופילן דעם טאג מיט, ער דארף טאקע זיין אויפ'ן נעט. א איד וואס נעמט א יאר וואקאציע וואלט ווארשיינליך בעסער געווארן, ער וואלט נישט חרטה געהאט אויף זיין בעסערע פאמיליע לעבן (קוק אהער, דער גוי איז געווען אליינס אין זיין פאמיליע אן נעט!) ער וואלט איינגעקויפט א מסכת אדער צוויי. כ'ווייס נישט צי מ'קען נעסעסערילי ארויסלערנען פון מיללער און עס אפלייען צו א איד.

יידל » מיטוואך מאי 1, 2013 8:47 pm

· #110920
מיללער'ס ארטיקל נאכן אסיפה (ער איז געווען ביים אסיפה און געשריבן אן ארטיקל מיט פען אויף פאפיר און די ווערדזש - די וועבסייט פאר וועם ער ארבעט - האט עס ארויפגעלייגט אנליין): <a class="postlink" href="http://www.theverge.com/2012/5/22/3035274/against-the-future-inside-the-jewish-anti-internet-rally">http://www.theverge.com/2012/5/22/30352 ... rnet-rally</a>

גימפל » מיטוואך מאי 1, 2013 8:54 pm

· #110923
אנאנים, ערווארט נישט אז די היימישע נייעס קוועלער זאלען דיר דערציילען די נייעס, און אוודאי נישט אן ענפער פון קאברע. און ערגעסטען פאל, וועט זיין תירוץ זיין אז וויבאלד מילער האט פארברענגט די צייט מיט שפילען ווידיאו געימס, במילא האט די עקספירעמענט נישט געארבייט. משא"כ אויב וואלט ער אויסגעניצט די צייט צו לערנען וואלטען די רעזולטאט געווען מער פאזעטיוו. די סארט טענות צייגען די לעכריגקייט און די אינטערנט מערכה, ווייל ווי אנדערע האבען שוין אנגעוויזען, די אינטערנעט איז נישט קיין ציהל סאיז א סך הכל א מיטל.

למעשה, לעת אתה זענען די שאנסן זייער שוואך אז די פיערשאפט זאל טוישען זייער מיינונג א דאנק מילער'ס עקספירעמענט. סאיז דא מער שאנסן אז די פי. אר. און געלט וואס סאושעל מידיע קען טוהן פאר די חסידות-פארטייען וועט איבערצייגען די פיערשאפט צו טוישען די מהלך. גארנישט רעדט נישט אזוי גיט ווי געלט, ווי נאר זיי וועלען דאס דערשמעקען, וועלען אלע חרמות גייען פייפען.

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג מאי 2, 2013 3:26 am

· #111108
איך טראכט ערענסט צו גיין פון אינטערנעט פאר א האלב יאר...איך וויל עפעס צוגעבן צו די דעבאטע...מילער זאגט אז עס לוינט נישט. יאנקל שטעלט צו אונזער לאגע. זר דינגט זיך. מאורינו הגאוו רב לעיקוואד ערווענט שוין פון לאנג אז אינטערנעט איז נישט קיין חפצא בכלל נאר פונקט ווי אויוון.
.

אלזא, בלייבט דאך זייער בעננים די הארבע שאלה. יא אינטערנעט אדער ניין, דבילה ׳ךט ארום אז ניין, ליטוואק מאכט גאר א מדרש אז מי שחוסם אינטרנט איז אין כל בריה יכולה לעמוד.

איך וויל נישט שרייבן לאנגע מגילות פון ברכת פרידה׳ס און דעטאלירטע ליסטעס פון צייטונגען וואס כגיי ליינען און מאדע פון טייפרייטער וואס כגיי נוצן, איך וויל זיין שייף עייל ושייף נפיק, און מקבל זיין שכר על הפרישה,
ווילט זיך מיר פראבירן אויף מיין אייגענעם בארדע. אלזא, הננו מוכן ומזומן לנתק עצמי מ׳אינטערנעט מהיום עד לראש חדש מרחשון דשנת תשע״ד הבעל״ט און אי״ה דאן צוריק קומען שרייבן אן אנאליז דערוועגן. מיט׳ן הילף פון ג׳ט וואס וועט געבן געזונט און לעבן, ויחדש כנשר נעורי!

(וזאת למודעי, מיין אימעיל וועל איך יא באנוצן כמובן ווייל דאס איז פשוט ווי פאסט, אבער נישט קיין אנאנימע)

בן תמליון » דאנערשטאג מאי 2, 2013 8:33 am

· #111125
לעמאן מאך נישט אזאנע וויצן, סתם אנציען די נערוון? און וואס טוט זיך טאקע מיט דעם קומענדיקן פאעזיע פארמעסט?

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 2, 2013 8:58 am

· #111130
העי, דו טשיעטסט! ביז ר"ח מרחשון איז נישט קיין האלב יאר!
כ'ווייס, ס'איז שווער, אבער א קבלה איז א קבלה! ביז ר"ח כסלו וועסטו דארפן ווארטן!

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 2, 2013 10:03 am

· #111147
@ס'פשוט אז מיללער'ס תוצאה איז נישט קיין נמשל פאר איינער וואס זיין טאטע מאמע, שווער שוויגער, 17 פעטער'ס און מומע'ס, 200 קאזינס, מלמדים, חברים, רבי'ס, וכו' וכו', וואוינען אלע אין איין סקווער מייל.

@לעמאן, איך בין מוחל דיין אנאליז פון א האלבע יאר ארום.. בלייב נאר דא.

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 2, 2013 10:37 am

· #111161
[ציטאט אראפגענומען]

נעבעך דער גוי, ער איז געווען אזוי צוגעבינדען צום אינטערנעט אז ער קען זיך נישט אפשיידן... נו זעסטו ווי שלעכט די אינטערנעט איז?

פונעם ארטיקל זעט מען אז די ערשטע תקופה איז עם גראדע יא געגאנגען גוט, ס'האט עם אויסגעקלארט די קאפ, זיין אטענטשען ספען איז געווארן לענגער, און ער האט געהאט מער יישוב הדעת. נאר אז פאר די לאנג ראן איז עס נישט קיין עצה ווייל די וועלט איז אויפן אינטערנעט, און טאמער וויל ער מיטהאלטן בילדער פון זיינע ניכטן און רעדן צו זיי אויף סקייפ מוז מען זיין "קאננעקטעד".

איך האב לעצטענס געליינט דעם ארטיקל, טאני שווארץ, א געוועזענע שרייבער פאר די נ.י. טיימס, פאוסט, נ.י. מאגאזין, און ניוזוויק און עסקווייער, ווי אויך א ביזנעס מאן, און די גרינדער פון "די ענערגיע פרויעקט", שרייבט וועגן זיין וואקאציע פונעם אינטערנעט פאר צען טעג, ווי די קאפ האט זיך עם געעפענט, ער איז געווארן רואיגער, און זיך געקענט מצמצם זיין די מח בעסער. ער איז געפארן אויף וואקאציע, געלאזט אינדערהיים די לעפטאפ, אייפעד, סעלפאון, און נאר מיטגענומען אפאר ביכער, געזאגט אין די ארבעט אז די נעקסטע צען טעג איז ער אף די גריד, און ויסעו. אין אנהויב האט ער געשפירט די אימפולס צו גוגל'ן עפעס וואס ער האט געוואלט וויסן, אבער מיט די צייט איז עס אוועק, און א מורא'דיגע רואיגקייט האט עם ארומגענומען.

איך וויל דאס פראבירן צו טוהן ביי מיין קומענדיגע וואקאציע, אי"ה ווען דאס וועט געשען וועלן מיר אייך מודיע זיין די ריזאלטס.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 2, 2013 10:40 am

· #111166
וואס דען וועט מען טון ביי די וואקאציע? נישט יעדער גלייכט צו ליינען בוכער, און אפילו יא, נישט די גאנצע צייט.
וואס נישט צו טון ווייסן מיר שוין, וואס יא?? שפילן געימס?

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 2, 2013 11:13 am

· #111183
וואס הייסט? ווען דו גייסט אויף וואקאציע זיצטו אויפן אינטערנעט?

ישמעאל הכהן » פרייטאג מאי 2, 2014 12:55 am

· #198619
לעמאן דזשוס


איך וויל נישט שרייבן לאנגע מגילות פון ברכת פרידה׳ס און דעטאלירטע ליסטעס פון צייטונגען וואס כגיי ליינען און מאדע פון טייפרייטער וואס כגיי נוצן, איך וויל זיין שייף עייל ושייף נפיק, און מקבל זיין שכר על הפרישה,
ווילט זיך מיר פראבירן אויף מיין אייגענעם בארדע. אלזא, הננו מוכן ומזומן לנתק עצמי מ׳אינטערנעט מהיום עד לראש חדש מרחשון דשנת תשע״ד הבעל״ט און אי״ה דאן צוריק קומען שרייבן אן אנאליז דערוועגן. מיט׳ן הילף פון ג׳ט וואס וועט געבן געזונט און לעבן, ויחדש כנשר נעורי!

א נעכטיגן טאג, שוין א יאר דורך.

איך אויך » דינסטאג יוני 7, 2016 5:02 pm

· #337029
ויש לשלב את המחקר ביחד עם המחקר על תוחלת החיים של החלטת שש לעזוב את קאווע שטיבל...

בן אדם » דינסטאג יוני 7, 2016 5:28 pm

· #337030
געפילטע פיש

איך וויל דאס פראבירן צו טוהן ביי מיין קומענדיגע וואקאציע, אי"ה ווען דאס וועט געשען וועלן מיר אייך מודיע זיין די ריזאלטס.

נו? וויאזוי איז געווען?