☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » עסקנים: קומענדע אקציע, ביטול ה'מצוה טאנץ,

עסקנים: קומענדע אקציע, ביטול ה'מצוה טאנץ,

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3637

מיכאל » מיטוואך מאי 1, 2013 10:33 am

· #110667
עסקנים: קומענדע אקציע, ביטול ה'מצוה טאנץ,
שוין יארען וואס א "אומווערדיגע" מנהג (אותיות גהנם) ווערט פראקטיצירט ביי יוצאי מדינת גאליציע ומדינת הגר, דהיינו אז ביי א חתונה פין א יונג פארפאלק טוען זיי מאכען א טאנץ ציזאמען פאר א צאמקום פין אנשים ונשים,

ס'גלייבט זיך פשוט נישט פין ווי אזא שרעקליכע מנהג האט זיך אריינדערווישט אין כלל ישראל, אין אפילו גדולים וטובים טוען טאנצען לפני הכלה במעמד אנשים ונשים, ס'דאך א שרעקליכע ערשיינונג, ס'איז דאך אסאך ערגער ווי די אינטערנעט, ווייל די פראבלעם פין די אינטערנעט איז אז מען קען דארט זעהן א מצוה טאנץ, אבער די מצוה טאנץ אליינס איז דאך דער שורש פורה ראש ולענה, ווי קען מען שטיין אויף די זייט אין ציקוקען ווי אין אזא הייליגער טאג ווי א יום החופה ווערען אפגגעטוהן אזאלכע געמיינע מעשים, שומו שמים, ס'ליגט א פליכט צי מוחה זיין ברבים אויף אזא מנהג,

אפילו די חופה איז אויך נישט אזוי פשוט, דהיינו, א מאן מיט א פרוי ציזאמען אונטער איין חופה אין נאך במעמד אנשים ונשים, ווי איז אזאנס געהערט געווארען, אבער עכ"פ די מצוה טאנץ איז א מנהג וואס מיר דארפען פארליגען כוחות עס צי מבטל זיין בביטול גמור, ווי קען מען צילאזען ביי כלל ישראל אזא זאך,

עכ"פ האבען זיך צאמגענומען עסקנים פין אלע שיכטען אין קרייזען, אין מ'וועט אנהייבען צי ארבעטען מיט די מוסדות אז יעדעס פארפאלק וואס וועט פין היינט אין ווייטער טאנצען מצוה טאנץ ברבים זאלען די קינדער ווערען אויסגעשלאסען פין די מוסדות, אין די עסקנים האפן אז מיט די צייט וועט מען עס קענען אויסברייטערען אז יעדעס פארפאלק וואס וועלען חתונה האבען בחופה וקידושין פאר ברבים פאר צען אידען וועט מען נישט אננעמען זייערע קינדער,

די טירען פין די מוסדות וועלען זיין אפען נאר פאר גרים, בעלי תשובות אין די וואס זענען מקדש בביאה, אלע אנדערע זאלען זיך עפענען אייגענע מוסדות, מען קען שוין נישט צילאזען אזאלכע פירצות ביי כלל ישראל,

לעיקוואד » מיטוואך מאי 1, 2013 11:13 am

· #110688
נישט נאר דאס, נאר פון יאר צו יאר ווערן ב"ה די מצווה טאנצן מער איינגעצוימט, מער "מצווה", און וייניגער "טאנץ". ממאכט שוין מחיצות טייל פלעצער, און אפילו ווי נישט, איז מען מרחיק די מענער פון די ווייבער איינער פון צוייטען ווי וייט מקען נאר. ונלאיתי להאריך בזה מפחד שאקבל פסק מלעמאן דזשאס כלך לך אצל מורה נבוכים ואידיאליזם. עכ"פ אכשר דרא.

גנדי » מיטוואך מאי 1, 2013 12:32 pm

· #110731
[ציטאט אראפגענומען]


דאס זעהט אויס ווי א כילת חתנים ווי אין ימי חז"ל ווי די חתן און כלה פלעגן זיך מייחד זיין (אפשר אויך מקדש געווען בביאה?)

מ גפני » מיטוואך מאי 1, 2013 12:38 pm

· #110732
און אוודאי נישט פארגעסן אז מ'דארף מוחה זיין ווי אויף די געפערליכע פרוצות דאס אז די כלה גייט ליידער מיט א שמאל געפאסטע קלייד, ליידער האט זוך דאס אריינגעריסן צווישן היימישען עולם

אבי גערעדט » מיטוואך מאי 1, 2013 12:54 pm

· #110737
און בעצם דאס גאנצע חתונה האבן איז צריך תיקון גדול, ווי האט מען ביי אינז געהערט אזא זאך אז א מאן מיט א פרוי זאלן זיין אליינס און א הויז סיי ווען אימער? ווייסט איין באשעפער וואס זיי זענען אלס אומשטאנד צו טוען, און מ'לייגט נאך אריין אין דעם הויז שיינע גרויסע בעטן מיט שמעקערס און א ביה"כ מיט א שאוער און א וואנע, און איין ווארט: די גאנצע סעט, הערליך צוגעשטעלט גרייט ח"ו צו.... און ווער רעדט נאך אז און טייל שטובער שלאפן די בן זוג איבער אינעם הויז ביינאכט! יא יא צו עטס גלייבטס צו נישט, ס'געשעט אזוינס!

עטס לאכטס? ווארטס צו אפאר יאר

געפילטע פיש » מיטוואך מאי 1, 2013 1:17 pm

· #110746
די חורבנות וואס מצוה טאנץ ברענגט צו... יא יא, עטס קענסט לאכן, רבנים וואס זענען עוסק אין שלום בית געבן איבער אז 99 פראצענט חסידישע גיטין געשעט ביי קאפעלס וואס האבן געהאט מצוה טענץ. לאמיר אויסרייסן די אומווערדיגע תבעל להגמון תחלה מנהג.

משה געציל » מיטוואך מאי 1, 2013 1:47 pm

· #110755
כגעפילטע ועוד 99 פראצענט הארץ אטאקעס פון רבנים קומט פון חופות און מצוה טאנצן.

היימישער ליטוואק » מיטוואך מאי 1, 2013 1:58 pm

· #110760
אן איי ווערי סיריעס נוט, איך האלט אז די מצוה טאנצנט איז באמת נגד ההלכה. אינטערסאנט אז מען הערט נישט פון חסידים המקפידים על הלכה שיחמירו על עצמם בזה. וצע"ג.

איחוד פעלד » מיטוואך מאי 1, 2013 10:40 pm

· #110988
ביי די ליטאים האט מען טאקע מתקן געוועהן אז די כלה קומט אריין צו די מענער און די מענער טאנצען פארענט פין ביידען סיי די חתן און סיי די כלה. אויף די כלה מעג מען דאך קוקען, אבער די חסידים טוהן עס דאך פארענט אלע ווייבער.

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 1, 2013 11:33 pm

· #111019
בד"וו, די "חתן - מאהל", וואו א בחור טאנצט מיט א מיידל, איז אמאל געווען א מנהג נפוץ. ס'איז בטל געווארן (פרומע קנאים?) און ס'געבליבן ביי די רבי'ס.
ממש ווי YOU TUBE, די רבי'ס מעגן, און דר'עולם זאלן זיך רעגן.

אבל לאחר העיון, גם אני מצטרף לבטל מצוה גדולה זו. פשוט ווייל ס'איז א משוגענע זאך, א אינגערמאן זאלן טאנצען מיט א בתולה וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געגעסען אויף איין טיש?
ועוד, והוא העיקר, אויפצוהאלטן די משפחה מעמבערס אין די שפעטע נאכט שעה'ן, איז דאך א טרוקענע רשעות. מילא מ'איז א פעטער 4 מאל א יאר, החרשתי, אבער קניינעהארע, יעדע בה"ב איז מען א פעטער פון איין צד.

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:09 am

· #111045
אפשר זאל מען אפשטופן די מצוה טאנץ צום ערשטן אניווערסערי, אזוי וועט זיך שוין די קאפל עטוואס קענען, די פעטערס וועלן זיך נישט דארפן אויפהאלטן ביז זייגער פיר, און יעדער וועט זיין צופרידן, מ'וועט צאמרופן משפחה און חברים אין שמח תשמח, מ'וועט צוטשעפען א MP3 צום ספיקער און טאנצן אן אשת חיל. פלאן?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:14 am

· #111049
שוב ראיתי, אז מ'טאר נישט מבטל זיין די מצוה טאנץ. ווארום, די בדחנים ציען פון דעם חיונה.
ועל דרך זה האבן געוויסע גע'אסר'ט מצות-מצוה (דורך מאשין) ווייל ס'נעמט אוועק די פרנסה פון עלענדע פרויען.

יואליש » דאנערשטאג מאי 2, 2013 12:35 am

· #111057
שוין, א באנדע אומפאגינער! דאס ביסעל פארגעניגן פארן פאר'צרה'טע פעטער וועלכע שמייכעלט בלויז איינמאל אין צוויי יאר ווען ער איז בודק אויב די חתונה איז א מיליכיגע אדער פליישיגע, און לויפט ארום באריכטן, וויל מען אויך אוועקנעמען?

ברעט מענינג » דאנערשטאג מאי 2, 2013 7:37 am

· #111116
אזוי ווי עס איז שוין שפעט וועט מען אויסריפען חתן כלה אינאיינעם

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 10:34 pm

· #220666
אט דאס הייסט געטאנצט כדבעי לפני החתן והכלה.


www.youtube.com/watch?v=ZYSmI8AC1bs

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 10:39 pm

· #220668
נאך איינס קצת באופן אחר.

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=XOP0GJ1J3vY">https://www.youtube.com/watch?v=XOP0GJ1J3vY</a>

Big Boy » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 7:54 am

· #220722
Just as pictures became more accepted because the rebes get publicity from it, they will not stop mitzvah tantz because they get attention from it. When else can they make their nice dance moves in front of the ladies so they can see what a holly person he is!!!

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 1:15 pm

· #220790
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: ייש"כ. איך האב מיך געקוילערט פאר געלעכטער. כמעט אזוי ווי דער חתן דנן איז געטאנצן. ס'וואלט געוועין נאך מער אינטרעסאנט ווען די כלה טאנצט אויכעט אזוי לעבעדיג ווי דער חתן. נאר דערווייל האט ער זי ארומגעשלפעט ווי א רעעג דאלל. א פאררוקטע בריאה... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

איך אויך » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 2:25 pm

· #220829
זעהט מיר אויס ווי ער טרייט צו ווייזן ער איז קיהל. גראדע ענדילט ער אין משה אריה פרידמן.

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 2:15 pm

· #221127
העלא
ליצנות מאכן פון א מנהג ישראל איז אפיקורסות,

פארוואס זאג איך עס,

ווייל ווען מאנכע וועלן פרעגן ווי איז דא כפירה אין קאווע שטיבל וועל איך ענטפערן,
די אשכול פון די קלייניקייטן קעגן די אנדערע כפירה אשכולות

ערעב העלא: פליעס טוה א טויבע און זיי מיר נישט אזא מדקדק בכלה כבחמירא. לאכט מען דען אפ פון דעם מנהג ישראל. נאר ס'איז דא א נארמאלער, מענטשליכער וועיג פון טאנצן. און א צודרייטער, וועיג, ווי א שיכור. אלע אויסטערלישע און מאדנע זאכן זענען נישט קיין הידור מצוה, נאר סתם משוגעת... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😠 😳 😉 😮

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 4:31 pm

· #221183
איך ווייס נישט פארוואס, אבער די מינוט איך זעה די ווארט העלא, שווימט מיר ארויף די ווארט ביי ביי.