☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » עראפלאן קראכן אין די נייעס
עראפלאן קראכן אין די נייעס
85 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3627
בלאט: 1 2
זר זהב » דינסטאג אפריל 30, 2013 7:46 pm
· #110417
עראפלאן קראכן אין די נייעס
ס'ווערטה א באזונדער אשכול פאר עראפלאן קראכערייען טראגעדיעס איבער די וועלט מיט מערערע פאטאליטעטן. היינט האט א באואינג קארגא עראפלאן געקראכט ממש מינוטן נאכ'ן זיך הייבן פון באגראם לופט פעלד אין אפגאניסטאן, ס'האט געטראגן אין זיך מיליטערישע טרעקלעך. ס'עפעס נישט נארמאל וויזוי די פליגער גייט אראפ ווי א פאפירענעם חדר פליגער און קראכט אויף אין פלאמען. אלע 7 קראו מעמבערס זענען נעבעך טויט.
זר זהב » דינסטאג אפריל 30, 2013 7:59 pm
· #110425
כגלייב אז נישט, קו אויף יו טוב
עוד מישהו » דינסטאג אפריל 30, 2013 11:16 pm
· #110531
פאר אלע קאנספיראציע ליבהאבער, די טרעילאר וואס פארט אוועק מיט א שנעלקייט פון די סצענע ביי 0:37 סעקונדעס, איז די שולדיגער אינעם קראך.
פאר מער פרטים און דמיונות, ווענדט זיך אין אישי
זר זהב » זונטאג יוני 23, 2013 1:39 pm
· #127283
זר זהב » זונטאג יוני 23, 2013 1:43 pm
· #127284
http://abcnews.go.com/US/moment-silence ... cczl_mThWU
גלות יוד » זונטאג יוני 23, 2013 4:34 pm
· #127334
עס איז דא א גאנצע סעריע פון עראפלאן קראכעריי עס הייסט air crash ivestigation כ'מיין מ'קען עס טרעפן אויף youtube
זר זהב » זונטאג יוני 23, 2013 4:34 pm
· #127335
זיי האבן קראכערייען נאך פאר עס פאסירט?
גלות יוד » זונטאג יוני 23, 2013 4:47 pm
· #127337
אקעי איך דארף מיר פאררעכטן ס'איז א סעריע פון קראכן און ווי אזי זיי investigaten עס און אויב האבן זיי footage ווייזן זיי עס אויכט א שטייגער ווי די לעצטע קאנקארד קראך די pan am, landing on hudson און נאך
זר זהב » מוצ"ש יולי 6, 2013 10:05 pm
· #131119
פלייט 214, א באואינג 777 פון די 'אזיאנא עירליין' האט געקרעשט לענדעד אין סאן פראנסיסקא אינטערנעשענעל עירפארט. איבער 300 נפשות זענען געווען אויפ'ן פליגער קומענדיג פון סאול דרום קארעא. 2 זענען געשטארבן, 50 זענען ערענסט געוואונדעט. די פאסאזשירן האבן געדארפט ארויסלויפן מיטט די עמערדזשענסי סליידס.
זר זהב » מוצ"ש יולי 6, 2013 10:11 pm
· #131120
'We were too low, too soon,' passenger on Asiana flight says
http://www.latimes.com/local/lanow/la-m ... 2757.story
סאשי פיש » מוצ"ש יולי 6, 2013 10:35 pm
· #131121
מען לויפט ארויס
image.jpg
סאשי פיש » מוצ"ש יולי 6, 2013 10:39 pm
· #131122
ממש ניסים אז אזויפיל מענטשען האבען איבערגעלעבט
קוק אן די פלעין
image.jpg
זר זהב » מוצ"ש יולי 6, 2013 10:49 pm
· #131125
זר זהב » מוצ"ש יולי 6, 2013 10:59 pm
· #131126
crash.jpg
זר זהב » זונטאג יולי 7, 2013 10:09 pm
· #131263
סי ען ען עקסקלוסיוו לייו ווידיא פונעם עקסידענט (און די פרוי דארט איז נאר ביזי אז ס'ווערט פילמירט)
זר זהב » מאנטאג יולי 8, 2013 2:59 am
· #131381
א קליינער פליגער האט געקראכט אין אלאסקא, 10 טויטע
איך אויך » מאנטאג יולי 8, 2013 10:05 am
· #131412
וויפיל האט סי. ענ. ענ. געצאלט פאר יעדע א.מ.ג. ?
אבגד » מאנטאג יולי 8, 2013 10:20 am
· #131414
זר זהב
א קליינער פליגער האט געקראכט אין אלאסקא, 10 טויטע
איך האב נישט געוויסט אז אין 1162 איז שוין געווען פליגערס???
עס קען נישט זיין נאר אז אונזער @זר זהב די קרוין פונעם שטיבל, איז א רואה עתידות..
אבער עטס זעטס ווי עס ווארפט זיך נישט ארויס פון ארבל, נאר זאגן עתידות קומט מיט׳ן רעדאגירן 473,961 מאל, אשרינו שיש לנו זר כזה...
איך אויך » מאנטאג יולי 22, 2013 6:57 pm
· #135359
א סאוטוועסט פליגער האט פאר עטליכע מינוט צוריק קרעש-לענדעד אין לא-גווארדיע פלוגהאפן. נישט באריכטט קיינע ערנסטע פארווינדעטע.
קעגן די נעט » מאנטאג יולי 22, 2013 7:01 pm
· #135361
נישט "קרעש". ס'איז א ''הארד'' לענדינג, אזוי ווערט עס גערופן.
איך אויך » מאנטאג יולי 22, 2013 7:03 pm
· #135362
📎 plane1.jpg
שעפטל » מאנטאג יולי 22, 2013 7:18 pm
· #135367
📎 IMG-20130722-WA041.jpg
זר זהב » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 12:28 pm
· #141784
A UPS cargo plane crashed and burned Wednesday morning on the outskirts of an Alabama airport, killing two crew members and scattering boxes and charred debris across the grassy field, officials said
דער (פינטעל) איד » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 3:31 pm
· #160992
רויטע וואנצעס » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 8:00 pm
· #161070
[ציטאט אראפגענומען]
ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:47 am
· #212335
א מאלאזיע פליגער קראכט צווישן רוסלאנד און אוקריינע גרעניצן, ארום 300 טויט
אפטעמיסט » דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:48 am
· #212336
ס'איז הויעך צייט מאלאזיע עירליינס גייט ארויס פון ביזנעס
ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:48 am
· #212337
מאלאזיע אוויאציע מיניסטער זאגט אז ווי יעדער זעט האט זיין לאנד זיך שטארק פארבעסערט אין די לעצטע מאנאטן, די יעצטיגע פליגער האט מען גלייך געטראפן...
ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:49 am
· #212339
אפטעמיסט
ס'איז הויעך צייט מאלאזיע עירליינס גייט ארויס פון ביזנעס
די פלאץ ווי ס'געשען איז דארט ווי מ'שלאגט זיך ארום צווישן קריינע און רוסלאנד, ס'מעגליך געווארן אראפגעשאסן?
למדן » דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:16 pm
· #212348
@VINeias: UKRAINE: BREAKING!!! - President Obama has been informed regarding the situation on Malaysia airlines plane that crashed near Russia Border.
רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:18 pm
· #212352
LIVE SKY NEWS TV
coverage on plane crashing down in Ukraine
http://news.sky.com/story/1302864/malay ... 5-on-board
CBS NEWS
http://www.cbsnews.com/videos/live-video/
שעפטל » דאנערשטאג יולי 17, 2014 12:34 pm
· #212354
סתם פארן רעקארד... היינט July 17 איז דער אכצענטער יארטאג פון ווען ‏ TWA flight 800 האט געקראכט אין 1996, אומברענגענדיג אלע 230 מענטשן דערויף, 212 דערפון זענען געווען פאסאנדזשירן, און 18 מאנשאפט.
דער פליגער האט געקראכט אינעם אטלאנטיק אושען, בערך 8:31 צופרי, בערך 12 מינוט נאכן זיך הייבן פון דזשעי עף קענעדי עירפארט, ס'האט געדארפט פארן קיין רוים, מיט א סטאפ אין פאריז.
קאנספיראציע גלייבערס האבן געשריגן אז ס'איז אראפגעשאסן געווארן אדורך טעראריסטן, אנדערע האבן געשריגן אז זיי האבן געזעהן א מיסיל אריינפליען דערין וואס איז ווארשיינדליך געקומען פון די יו עס נעווי.
די אירזאך פונעם קראך האט מען נאך 4 יאר אינוועסטיגאציע באשטעטיגט אז ס'איז געווען פון אן עקספלאזשען אינעם גאז טאנק.
ארבעס » דאנערשטאג יולי 17, 2014 1:01 pm
· #212357
אדערווייל ווייסט מען נישט וואס איז געשעהן. א buk missile קען נאר גיין ביז 10,000 altitude. דער ערעפלאן איז געפאהרען ביי 30,000 altitude. קען זיין א באמבע. ווער ווייסט
ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יולי 17, 2014 1:12 pm
· #212362
האסט מסתם געליינט 10000 מעטער ,, וואס איז איבער 30000 פיס . עס קען אבער גיין העכער אויך
שעפטל » דאנערשטאג יולי 17, 2014 1:54 pm
· #212377
אפדעיט: אלע 295 מענטשן אויפן פליגער זענען טויט, 23 דערפון זענען אמעריקאנע, 80 דערפון זענען קינדער!!
http://youtu.be/-hbAirCuNnA
ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יולי 17, 2014 1:57 pm
· #212378
Omg!
petergrifin » דאנערשטאג יולי 17, 2014 9:46 pm
· #212463
למדן
@VINeias: UKRAINE: BREAKING!!! - President Obama has been informed regarding the situation on Malaysia airlines plane that crashed near Russia Border.
BREAKING!!!! I just informed my wife of current events.
יין שרף » דאנערשטאג יולי 17, 2014 9:48 pm
· #212465
זי איז אויך געגאנגען "פאנדרעיזן" יעצט....?
רויטע וואנצעס » פרייטאג יולי 18, 2014 12:42 am
· #212489
אינטערעסאנטע טרעקינג גרעפ ווי עראפלאנען שטייען יעצט אוועק פון אוקריינא.
BsxGBpjCYAEfTGm.jpg
יין שרף » פרייטאג יולי 18, 2014 1:29 am
· #212499
איך אלס פילאט וואלט איך אויך אוועקגעשטאנען (געפלויגן) פון רוסלאנד!!!
שמעקעדיג » מיטוואך יולי 23, 2014 12:28 pm
· #213233
שרעקעדיג.
📎 03.jpg 📎 02.jpg 📎 01.jpg
רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:17 am
· #213410
ששיייייהההה****!!!
נאך א פליגער איז נעלם געווארן אין אפריקע. א ספאנישע עירליין מיט אן אלזשעריע ליעסט פליגער. 116 אן באורד.
http://www.cnn.com/2014/07/24/world/afr ... ?hpt=hp_t1
BtUD6FCCQAAX0Bj.jpg
איך אויך » דאנערשטאג יולי 24, 2014 2:12 pm
· #213503
איך האב מיטלייד מיט די נייעס מענטשען ווען זיי דארפן נאכזאגן אזא מאדנע טאנג-טוויסטער נאמען.
יין שרף » דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:02 pm
· #213525
העי! ווער געדענקט נאך ווען פליען איז געווען די זיכערסטע מיטל צו טרעוולען? LOL...
שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 9:51 am
· #239848
א פריוואטער דזשעט האט נעכטן אריינגעקראכט אין א צוויי-שטאקיגע הויז אין מערילענד און תיכף אויפגעפלאקערט, אומברענגענדיג די 3 פאסאזשירן, ווי אויך א מאמע מיט אירע 2 זון אין די הויז, וועלכע איז געווארן אפגעברענט.
ישמעאל הכהן » מוצ"ש יאנואר 3, 2015 10:01 pm
· #245548
א נס אבער משפחה'לאז
א זיבן יעריג מיידעלע האט אוועקשפאצירט מיט צובראכענע ביינער בלויז, פון א ערפאלאן קראך וואס האט געהארגעט איר טאטע מאמע שוועסטער און קוזינע. ס'געשען אין קענטאקי, א צוויי ענדזשין פליגער וואס איר טאטע האט פילאטירט האט געקראכט, זי האט גענוצט די פייער פונעם ברוכווארג אנציצינדען א טארטש מיט וואס זי האט שפאצירט א מייל אינעם וואלד ביז זי האט געטראפן א הויז וואו א עלטערע מענטש האט איר אריינגענומען און גערופן הילף.
לאליפאפ » זונטאג יאנואר 4, 2015 12:17 am
· #245586
אז ס'באשערט פאר א קליין מיידל צו לעבן לעבט זי
smart » זונטאג יאנואר 4, 2015 3:05 pm
· #245709
דעע מעשה דערמאנט א מעשה וואס אי געווען ביי הורוויץ פון א פליגער קראך וואס זיין טאטע און מאמע איז געשטארבען און ער האט איבערגעלעבט ב"ה
אדרבה ווער עס ווייסט מער פון דע מעשה זאל ביטע שרייבען
אויב איך געדענקט גיט האט די מעשה געשען באלט זעכציג יאר צירוק
שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 19, 2015 11:45 pm
· #248974
נישט קיין עראפלאן קראך ב"ה, אבער כמעט..
א שוידערליכע געשיכטע איז פארגעקומען אין JFK ווען א דזשעט בלו עראפלאן האט געמוזט מאכן א שארט סטאפ אינמיטן פליען אויפן ראנוועי, בשעת אן אנדער עראפלאן איז געשטאנען געמיטליך אביסל פאראויס אויפן זעלבן ראנוועי!!
די FAA האט אונטערגענומען א אויספארשונג צו זעהן מה זה ועל מה זה, צי איז עס א ערראר פונעם פילאט אדער קאנטראל טורעם.
וה' ישמור צאתנו ובואנו מעתה ועד עולם.
שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 4, 2015 12:00 am
· #251679
א טראנס אזיע פליגער (!!) איז אריינגעפאלן אין וואסער. מען פרובירט ראטעווען וואס מען קען פון די 50 חברה אנבאורד.
בלאט: 1 2