☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » הרג'ענען קאווע שטיבל מיטן ציל אויפצובויען מאחורי

הרג'ענען קאווע שטיבל מיטן ציל אויפצובויען מאחורי

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3624

מורינו הרב » דינסטאג אפריל 30, 2013 6:14 pm

· #110378
הרג'ענען קאווע שטיבל מיטן ציל אויפצובויען מאחורי
הרג'ענען קאווע שטיבל מיטן ציל אויפצובויען מאחורי

רעדט זיך מיר אפ א ידיד, אז קאווע שטיבל שלאפט אביסל לעצטע שטיק צייט, מען זעט שוין נישט די מעכטיגע זאפטיגע שטיקלעך אזוי ווי אמאל, און אויסער מנשה לוסטיג וואס הרג'עט זיך ארום מיטן גאנצן ציבור און האלט יעדן איינעם אונטער מיט זיינע מיינונגען, איז שוואכליך דא... איך קוק יענעם אן און איך זאג יענעם "וואס עפעס? - קאווע שטיבל לעבט, ס'טוט זיך דארט, יעדן טאג נייע אשכולות און נייע געדאנקען"

נאכן איבערקוקן אביסל גרינטליכער איז מיר אלעס פארענטפערט געווארן... דער עולם זיצט אין מאחורי, דארט ווערט נתחדש חידושים יעדן טאג חדשים לבקרים, אבער אין די אנדערע ערטער אין שטיבל, דארט ווי דער ידיד מיינער האט צוטריט, איז שוואכער... הגם, מען קען נישט אוועקמאכן, ס'איז נישט ממש ווי יענער לייגט עס אראפ, כ'מיין סאטמאר האט פארט געהאט 500,000 אידן ביי די הדלקה און דא און דארט עפענען זיך נאך אשכולות, אבער רעכענענדיג דאס קעגן מאחורי איז עס הימל און ערד.

אריינטראכטנדיג גרינטליכער אין די מציאות בין איך געקומען צו די מסקנא, אז יא... דאס איז א מענטש... ס'איז טאקע א בושה (און אפשר נישט), אבער פארפאלן - איין מאל דו גייסט דורך דעם פארהער און דו באקומסט צוטריט דערצו, גייט עס אריין אין די זאכן וואס נפשו של אדם מחמדתו. עס איז נישט קיין חילוק ווי כשר ס'איז און אויף דער אויסגעהאלטענער איידעלער אופן ווי אזוי עס ווערט געשריבן (וכאן המקום אפצוגעבן א באזונדערע דאנק פאר די הנהלה, אויפן אופן ווי אזוי זיי פירן דעם פלאץ און מאכן זיכער אז עס זאל פארבלייבן א ריינעם וואונקל אויף א געוואלדיגן פקחות'דיגע וועג, וקצרתי במקום שאמרו להאריך), נישט קיין חילוק ווי איידל ס'איז, אבער א מענטש איז א מענטש. ווען ער עפנט קאווע שטיבל, וועט עס אים אהינציען. דער מענטש ווערט פארלוירן, לאזט אפ אלע אנדערע וואונקלען אין שטיבל און נעמט זיך דערצו.

ס'איז שווער צו שטיין פנים אל פנים מיטן מציאות און קוקן דער ריאליטעט אין פרצוף, אבער פארט איז דאס די סיבה ווי אזוי אונזער וועלטל האט זיך אזוי שיין צעוואקסן, בשעת יעדע בעל חי מערט זיך און וואקסט. נאר אזוי ווערט געבויט זאכן, ואולי גם קאווע שטיבל בכללם. וואס קען מען טון?

ווי אזוי שרייבט דער רמב"ם? - חוש המישוש חרפה הוא לנו!

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 30, 2013 6:15 pm

· #110380
איני יודע מה הוא אומר. עס וואקסט און עס בליהט איבעראל ב"ה.

זר זהב » דינסטאג אפריל 30, 2013 6:20 pm

· #110386
כשמעקעדיג ועוד לקופערניקס ויאנקל

מורינו הרב » דינסטאג אפריל 30, 2013 6:24 pm

· #110390
אקעי, אקעי... כ'אב גארנישט געזאגט.... כ'ציה צוריק.

כטעות היצא מפי השליט.

פארקלאפ דעם אשכול און פארטיק.

זר זהב » דינסטאג אפריל 30, 2013 6:28 pm

· #110393
ניין דארפשט נישט צוריקציען! דער אשכול אליינס איז אויך א באווייז אז דיין חבר איזנישט גערעכט.. ס'אויך א חלק פון די פרישע אשכולים וואס קומען צו כסדר אינדרויסן פון פרגוד...

ידען » דינסטאג אפריל 30, 2013 6:48 pm

· #110405
זר זהב
כשמעקעדיג ועוד לקופערניקס ויאנקל

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 30, 2013 7:28 pm

· #110413
ווען דו קוקסט ווען אפאר וואכן צוריק וואלסטו געווען א פארקערטע מציאות, מאחורי האט אויסגעזען ווי א ווילד באוואקסן בית הקברות, נאר יעדע מאל ס'קומט צו א טוץ מיט נייע ניקים צום הונטערגרונד וועקט זיך עס אויף מיט א לעבענסבליה פאר אפאר וואכן, גרייכט איר קלימאקס, און דערנאך גייט זי צוריק שלאפן אויפן צווייטן זייט.

משה געציל » דינסטאג אפריל 30, 2013 7:32 pm

· #110414
וסת אחורי...

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 30, 2013 8:04 pm

· #110429
געפילטע פיש
...גרייכט איר קלימאקס, און דערנאך גייט זי צוריק שלאפן אויפן צווייטן זייט...

😂 😂 😂 😂

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 30, 2013 8:06 pm

· #110431
OUCH

חושד בכשרים...
I am just reading anothers mind

Accountant » דינסטאג אפריל 30, 2013 8:07 pm

· #110432
איך בין דא א שטיקל גר, כ'קום נישט דא אריין אזוי אפט און איך שרייב נאך ווייניגער. אבער פארט, קען מיר איינער טוהן א זעליקייט און זאגען וואס איז דאס מאחורי?

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 30, 2013 8:10 pm

· #110437
זעה דא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/471">viewtopic.php?f=12&t=471</a><!-- l -->

שמאלץ » דינסטאג אפריל 30, 2013 8:18 pm

· #110439
מורינו הרב האט שטארק אריין געשטאכן
אין די גרעסטע לייבן פון שטיבל

מאראנצןזאפט » דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm

· #110443
שטותים און פערפל. מאחורי (נישט ווייל איך בין דארט כ'האב פשוט געהערט...) פאפט ווי א בער, און מלפני לעבט אויף אלע באקן.
לולא וואס היימישער האט דארט געעפענט לעצטנס גאנץ א זאכליכע אשכול וואלט איך געלייגט א גל עד אויף גאנץ מאחורי.

אביגדור » דינסטאג אפריל 30, 2013 8:30 pm

· #110447
נישט ריכטיג.

Accountant » דינסטאג אפריל 30, 2013 8:47 pm

· #110457
שכוח הרב שמעקעדיג.

אפשר איז נישט דאס פלאץ דא, אבער כ'וועל מיך נעמען די חוצפה פון האחד בא לגור וישפוט שפוט און פארשלאגן דאס פאלגענדע:

ווי איידער פארלאנגן פונעם עולם צו שרייבן 75 הודעות, וואלט נישט געמאכט מער סענס צו קוקען אויף וויפל לייקס איינער האט באקומען? לאמיר זאגען אז דער מספר זאל זיין 150 לייקס, איז עס נישט מער אויסגעהאלטן ווי ציילען הודעות? אויב האט איינער אסאך לייקס מיינט דאס צו זאגען אז די חברי השטיבל האבן הנאה פון זיין געשרייבאכטס, וואס איז א חילוק וויפעל הודעות ער האט געשריבן? ס'איז ווי גלייך דער עולם האט געשטימט אז דער שרייבער איז צודערזאך. וואס דארפט איר מער פון דעם?

אויב האט איינער געפירקעלט 1,000 הודעות און קיינער האט עס נישט געלייקט, ווילט איר האבן אזא איינעם אין אייער פארמאכטע חבורה?

איך וואלט אויך פארגעשלאגן אז די פיר הודעות אין צוויי וואכן תקנה זאל געטוישט ווערן צו 10 לייקס אין צוויי וואכן נישט קיין חילוק ווי מ'באקומט דאס, אויפן פובליק אדער פרייוואטן פורום.

כנלפע"ד.

מאראנצןזאפט » דינסטאג אפריל 30, 2013 8:56 pm

· #110459
נע, ס'האט נישט קיין שייכות. דארפסט ווייזן דעט יו אר העיר טו סטעי, דו נעמסט קאווע שטיבל ערנסט, און ביזט דא צו געבן פונקט ווי צו נעמען, פארשטייסט?

ברסלבער » דינסטאג אפריל 30, 2013 9:01 pm

· #110461
אקאונטענט האט א גוטע פוינט, אבער במציאות זעה איך אז די 75 תגובות איז מער/ווייניגער להלכה ולא למעשה, די גבאים קוקן גאנץ גוט וואס און ווי אזוי די 75 תגובות זענען געשריבן, פאר זיי דעסיידן אויב מען זאל יענעם אריינלאזן מאחורי.

אביגדור » דינסטאג אפריל 30, 2013 9:02 pm

· #110462
זעה אין אישי.

Accountant » דינסטאג אפריל 30, 2013 9:13 pm

· #110472
אביגדור
Accountant

איך וואלט אויך פארגעשלאגן אז די פיר הודעות אין צוויי וואכן תקנה זאל געטוישט ווערן צו 10 לייקס אין צוויי וואכן נישט קיין חילוק ווי מ'באקומט דאס, אויפן פובליק אדער פרייוואטן פורום.

כנלפע"ד.


זעה אין אישי



ס'איז טאקע געווען א נחת דיין הודעה. כ'בין געוואויר געווארן אביסל וואס ס'טוט זיך דא אפ, ס'האט ארויפגעברענגט א שמייכל אויף מיינע לעפצען.

זר זהב » דינסטאג אפריל 30, 2013 9:19 pm

· #110476
א לייק זאגט נישט קיין סך אין מיי האנעסט אפיניאן.... אסאך מאל איז פאפולער צו לייקן איינעם און יעדער וועט פלאקן צו יענם און אים באליבן... אנדערע מאל וועלען זיך עטליכע לייקן אהין און צוריק אשמור לי ואשמור לך בחינה (אזוי שטייט?). -- און וואס איז ווען א לאשאנצער חסיד קריגט זיך אין צימעס מיט א זאלביטובער חסיד, (נאר א דוגמה, שפרינגטס נישט אויף מיר) און יעדער לאשאנצער ליינער בא'לייקט דעם לאשאנצער שרייבער מיט 50 לייקס א טאג? וואלסט דאס אויך אריינגערעכנט?

בקיצור ס'נישט

נייגעריגער » מיטוואך מאי 1, 2013 8:14 am

· #110613
זר'עלע טייערער: דער איצטיגער לייק צו דיר האט נישט געהאט צוטוהן מיט עניטינג עבאוט פאפולערעטי וכדומה, ווען דער תורה וואלט געווען געלאזט שווערן וואלט איך געשוואוירן! אז דו רעדסט צודערזאך כאפסטו א לייק!!

ובנוסף צו דיינע ווערטער קומט אריין "מאראנצען זאפט'ס" הסבר, אז דער רעקווייערמענט פון תגובות האט גארנישט מיט צודערזאך'קייט! און אויב איינער איז נישט אזוי טויגליך און שרייבעריש זאל דען נישט קענען נהנה זיין?! נאר אויף אזוי ווייט אז מ'זאל זעהן אז זיי זענען העיר טו סטעי!

נייגעריגער » מיטוואך מאי 1, 2013 9:40 am

· #110636
איך זעה אז עפעס א גוטס קומט פאר אין "פישי" קעסטל! אפשר שיקסטו מיר אויכעט ס'זעלביגער אישי ווי פאר אונזער "אקאונטענט"?!
איך גיי זיין דיין בעסט פרענד!!! אמת'דיג! 😃

לעמיל » מיטוואך מאי 1, 2013 9:51 am

· #110641
נייגעריגער
ווען דו באקומסט עס שיק מיך עס איך גיי זיין דיין בעסט פרענד!!! אמת'דיג!

נייגעריגער » מיטוואך מאי 1, 2013 10:04 am

· #110651
נע!! עס איז דאך טאפ שבטאפ סיקרעט, או פנימי שבפניזמי לכל הפוסקים!
קאפיטאן: קענסט זיכער זיין אז פןן מיר גייט עס נישט ווייטער!

לעמיל » מיטוואך מאי 1, 2013 10:08 am

· #110653
פאר מיך מעיגסטו איך גיי דאך זיין דיין בעסטע פרענד

נייגעריגער » מיטוואך מאי 1, 2013 10:16 am

· #110658
"לעמיל": נאדיר דער אפעציעלער ענפער פון "קאווע שטיבל טאלק סיסטעם"....
Your request was rejected by user, due to reason of unreal friendship