☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » גשמי ברכה בימי הספירה

גשמי ברכה בימי הספירה

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3619

שלשלת » דינסטאג אפריל 30, 2013 12:37 am

· #110064
גשמי ברכה בימי הספירה
ווערנדיג באנעצט פון רעגן וואסער שפאצירענדיג אויף די גאס, האב איך זיך דערמאנט וואס איך האב אמאל געהערט, אז רעגן וואסער בימי הספירה - אדער נאר חודש אייר - איז א סגולה אויף כמה ענינים.

אויב איך געדענק גוט, זענען דא אזעלכע וואס פירן זיך צו טרינקן פון די וואסער. אנדערע פארמאכן בלויז די שירעם צו ווערן אביסל נאס פון די מסוגל'דיגע רעגן, אא"וו.

ווי איז די מקור?
וואס איז די ענין?

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 30, 2013 12:39 am

· #110066
געזען אין אמרי פנחס פון ר' פנחס'ל קאריצער זצ"ל.

ר' שמחה » מיטוואך מאי 1, 2013 4:09 am

· #110599
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=3006258">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... id=3006258</a>

טעפל » מיטוואך מאי 1, 2013 5:28 am

· #110602
נופת צופים
📎 2013419_1494716621_jpg.jpg

שלשלת » מיטוואך מאי 1, 2013 2:54 pm

· #110780
שכח פאר די מקורות!
די לשון "שאין לך רפואה כמוהו בכל החניות של רפואות" איז עפעס געוואלדיג!

אשכולות אויפוועקער » זונטאג מאי 25, 2014 8:46 am

· #202213
אויפגעוועקט

מבקר » זונטאג מאי 25, 2014 1:06 pm

· #202268
רפואה וסגולה
כ'האב געהערט אן איטערעסאנטע מעשה ווי מ'האט קלאר געזעהן ווי די סגולה העלפט (נישט רפואה, נאר פארקערט!)
געווען א בחור וואס האט געדארפט גיין צום לשכת הגיוס, און נישט ווילנדיג דינען אין די צה"ל (ווייל ער מיינט א דוד המלך האט אויך מלחמה געהאלטן מיט א גמרא אין די האנט 😂 ) האט ער זיך אויפגעפירט ווי א משוגה'נער, אזויארים צו באקומען א פטור, נאכן אביסל אינטערזוכן האבן זיי אים פריי געלאזט. אבער זיי זענען נישט געווען זיכער אז ער איז משוגה, האבן זיי זיך אפגעמאכט אז מ'גייט אים נאכקוקן ווען ער גייט ארויס צו זעהן צו ער'ז טאקע צודרייט.
געווען איז דאס חודש אייר, אין ס'האט דאן גערעגנט. תיכף ווי די בחור איז ארויס פונעם לשכה הייבט ער אויף זיין קאפ אריין צו כאפן אפאר טראפעלעך אין מויל אריין, אין אפאר אין אויגן אריין. ווען זיי האבן דאס צוגעזעהן האבן זיי טאקע פעסגעשטעלט זיין שגעונות און מער האט מען אים נישט געטרייט נערמאל צו מאכן.