☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » אמונה גארטען - ר' שלום ארוש שליט"א

אמונה גארטען - ר' שלום ארוש שליט"א

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3581

ידען » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 6:41 pm

· #108789
אמונה גארטען - ר' שלום ארוש שליט"א
כאב שוין א סאך מאל געהערט פון מענטשען אז די ספר איז זייער אינטערעסאנט און אז מע האט שוין עס געפרינט א סאך מאל און אויף זייער א סאך שפראכען.

ווער איז דער רב ארוש?

וועמענס תלמיד איז ער?

כאב געהערט אז ר' לעזער בראדי וואס האט זייער א סאך דרשות אין ענגליש און זייער זיסע שפראך האלט איהם פאר זיין רבי און רעט פון איהם ווי פון די בעש"ט הק'.

(ר' לעזער בראדי האקט זייער א סאך אויך די אינטערנעט, און ער איז אויך אויף די אינטערנעט. איך געדענק שוין ניטש פאר וואס ער מעג יא זיין. אבער מן הסתם קענען די חסידישע רביס אויך האבין א תירץ אויף זיין אויף די נעט)

וואס איז די ספר?

סע מער ווי למשל די ארחות צדיקים? אדער חובת הלבבות?

איך קעניש לייענען ווייל מיין מוסר נעמעך פון דא אין קאווע שטיבל, אבער אויב סע זייער גוט, אפשר וועלעך יא עס לייענען.

טאמבל סאס » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:45 pm

· #108838
אבער מ'דארף אכטונג געבן. נישט אלע זיינע ספרים מעגן למשל פרויען ליינען ווייל זיי וועלן נאך חלילה געוואויר ווערן אז ער שרייבט פונקט פארקערט, וואו אין די בוך וואס איז פאר זיי געמאכט.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:34 pm

· #108860
בגן רבי שלום
איך האב איצטערט ארויסגעשטעלט א באשרייבונג איבער הרב ארוש ביי די 'משפיעים און השפעות' אשכול.

<!-- w --><a class="postlink" href="/post/108864">Www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=108864#p108864</a><!-- w -->

זרש כסף » פרייטאג אפריל 26, 2013 12:12 am

· #108873
[ציטאט אראפגענומען]

ס'דאך אויך געווען א ק"ק פון עטליכע רבני ברסלב קעגן איינע פון זיינע ביכער