☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » כללי אינוועסטמענט

כללי אינוועסטמענט

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3571

Accountant » מיטוואך אפריל 24, 2013 10:02 pm

· #108504
כללי אינוועסטמענט
מענטשן האלטן אין איין פרעגן איבער אינוועסטמענטס, אויב זיי זאלן איינשטעקן געלט אין דאס און יענץ. ס'איז זייער שווער צו ענטפערן אויב מען ווייסט נישט די פרטי פרטים, ממילא קען איך נישט ענטפערן אויף די פראגן. אבער אזוי ווי יעדן מאנטיג און דאנערשטיג קומט אפיר א פרישער חכם וואס פארקויפט דעם ברוקלין ברידזש פארן עולם און נאך א שטיק צייט טרעפן זיך אינגעלייט אויסגעזעקלט פון זייער שווער אויסגעהארעוואטע דאלארן, פיל איך א שטיקל פליכט צו געבן אפאר זעלבסט פארשטענדיליכע כללים.

1) אין כל חדש תחת השמש. עקאנאמיקס ארבעט דאס זעלבע זייט בריאת העולם. ס'ווערט געפירט דורך 'אומזעבארא הענט', דורך סאפליי און דימענד. קיינער, נאכאמאל, קיינער האט נאכנישט מצליח געווען צו ברעכן דעם כלל. רוסלאנד האט פראבירט, דער יסוד פון קאמעניזם איז געווען צו צוברעכן דעם כלל, און היינט ווייסן מיר אז ס'האט זיך אויסגעלאזט מיט א גרויסן בוידעם.

ממילא, אויב איינער שלאגט אייך פאר א ביזנעס וואס פארקויפט זאכן וואס קיינער דארף נישט, שטייט אוועק, ס'איז נישט מעגליך ס'זאל מצליח זיין.

2) ס'איז נישט דא קיין דרך אין ביזנעס וואס איז אן איינמאליגע זעלטענע געלעגענהייט. אויב ארבעט עס היינט, האט עס געארבעט נעכטן און וועט ארבעטען מארגען. אויב זעט איר די ווערטער 'איינמאליגע זעלטענע געלעגענהייט' זייט שטראק חושש.

3) אדם לעמל יולד. ס'איז נישטא קיין גרינג געלט אויף די וועלט.

4) אינוועסטירט קיינמאל נישט אין א ביזנעס וואס איר פארשטייט נישט. זייט חוקר ודורש, פרעגט פראגן, און פארשטייט דעם ענטפער.

שעמט אייך נישט! זייער אסאך מאל ניצן געריבענע סעילסלייט דעם טאקטיק פון רעדן און רעדן תשעה קבין רייד און זיי ווייסען אז איר שעמט אייך אז איר זענט אן עם הארץ אין וואס ער פארקויפס אייך. ער וועט אפילו פראבירן אריין צו ווארפן קאמפלימענטס ווי: ביסט דאך א קלוגער אינגערמאן, האסט דאך א גמרא קעפעל וכו', ער טוהט דאס אייך צו מאכן פילען ווי איר מיזט מסכים זיין מיט וואס ער זאגט כדי צו בלייבען דער קלוגער אינגערמאן אין זיינע אויגן. לאזט אייך נישט פארפירן, ער האלט אייך פאר אימוויסענט און ער האפט איר וועט קויפן וואס ער פארקויפט אייך.

אויב פארשטייט איר נישט דעם טשארט וואס ער ווייזט אייך, אויב ווייסט איר נישט וואס ס'ליגט אונטער דעם בארג מיט נומערן, אויב קענט איר נישט אליין אויסרעכענען ווי אזוי מען קומט צו צום סך הכל (וויפעל דא ווייסען ווי אזוי מען רעכענט אויס פראצענט? אויב ווייסט איר נישט וואס ^ מיינט, ווייסט איר נישט וואס מען פארקויפט אייך!) זאלט איר בשום אופן נישט אינוועסטירן.

אויב קענט איר נישט ליינען די קליינע אותיות, אויב ווייסט איר נישט וואס קאמפאונדעד אינטרעסט מיינט, ווייסט איר נישט אין וואס איר גייט אריין. פראבירט אייך אליין אויס. נעמט אייער קרעדיט קארד טערומס ענד קאנדישאנס, פראבירט עס צו ליינען. וויפעל דערפון פארשטייט איר?

5) לאזט אייך קיינמאל נישט אריין נער'ן פון מענטשן וואס זאגען אייך אז איר מוזט שוין יעצט/היינט/די וואך אד"ג מאכן אייער באשלוס. געווענדליך ווילן זיי נישט איר זאלט האבן צייט צו טראכטן אדער זיך אדוירך שמועסען מיט א פררשטענדליכע מענטש. אויב נעמט פאר די באנק אפאר וואכן צו באשלוסן צו זיי ווילן אייך געבן א מארדגיטש, מעגט איר אויך האבן אביסל צייט איידער איר טראסט איינעם מיט אייער געלט. אייער צען טויזענט דאלער איז אייך אסאך מער ווערט פון דעם באנקס הונדערט מיליאן דאלער פאר די באנק.

6) און יא. איידער איר איוועסטירט, רעדט אייך אדורך מיט א בעזעסענעם ביזנעס מאן. איר וועט נישט חרטה האבן פון אן עצה טובה פון אן איקפיריענסט ביזנעס מאן.

אויב דער וואס פארקויפט אייך דעם ביזנעס דיעל איז אייך מסביר אז איר זאלט זיך נישט אדוירך רעדן מיט 'אלטמאדישע' ביזנעס לייט וואס פארשטייען נישט דעם היינטיגען מארקעט, לויפט אוועק פון אים כמתחוי קשת!

7) א חוץ פון יו עס טרעשערי באנדס איז נישט פארהאן אן אינוועסטמענט וואס דער קרן איז גערענטירט! איינער וואס פארקויפט אייך גערענטירטע איוועסמענטס, אדער אן אינוועסטמענט וואס ברעגט גרויסע רווחים, איז א גנב, א מעידאף.

8) פילט נישט ווי איר מוזט אינוועסטן ווייל דער סעילסמאן האט פארברענגט מיט אייך צוויי שעה. איר זענט אים גארנישט שולדיג אפילו ער איז אייער שוואגער. לאזט נישט דעם שלעכטן געפיל פון יענעם אפזאגען אייך איבערנעמען. ס'איז בעסער צו האבן א שלעכטן געפיל פאר קורצע צייט מיט אייער געלט, ווי איידער שברי לב מיט א ליידיגען באנק אקאונט.

9) א גוטער ביזנעס דיעל האט פון ווי צו באקומען געלט. דער באנק שטייט גרייט מיט די וועלטס געלט צו אינוועסטירן אין א גוטען געשעפט. ביזנעס לייט, מולטי מיליאנערן, שטייען גרייט צו אינוועסטירן. אויב דער סעילסמאן קומט צו אייך, צום כולל אינגערמאן, צום שנה ראשונה אינגערמאן, מיינט דאס אז ביזנעסלייט האלטן נישט ביים אינוועסטירן.

אויב ביזנעסלייט, וואס קענען פארלירן הונדערט טויזענט דאלער און ווייטער איינקויפן אין גראסערי, האלטן נישט ביים ריסקען זייער געלט פאר דעם דיעל, עאכו"כ זאלט איר נישט ריסקען אייער לעצט אפגעשפארטע געלט.

10) געדענקט דעם כלל:
Something that's too good to he true, is too good to be true.
אויף מאמע לשון: יעדע זאך וואס זעהט אויס ווי א זיסער חלום איז א זיסער חלום.


צום לעצט: ווערט נישט איבערגענומען פון סוקסעס סטאריס, פון אייער חבר/שכן/קאזין וואס איז אריין געטאנצן און געמאכט גראבע געלטער. אפילו אויב די שטות איז פאר איינעם איינמאל געלונגען, מיינט נישט אז ס'וועט פאר אייך אויך געלונגען. און דא האט איר מיין הבטחה: אייער חבר/שכן/קאזין גייט איין טאג מאכן א גרויסער קראך.

און א ווארט איבער לייף אינשורענס: ס'איז א פארצווייגטע סוגיא וואס ס'וועט נעמען אסאך צייט מסביר צו זיין, אבער במחילת כבוד האינשורענס בראקערס, בדרך כלל איז האל לייף זייער, זייער א שלעכטע אינוועסטמענט. דער איינציגסטע פאל וואס ס'קען מאכן סענס איז אויב אייערע יורשים וועלן דארפן באצאלען איסטעיט טעקסעס. אויב האט איר נישט קיין גרויסע פארמעגענס (פאר יאר 2013 פון צען און א האלב מיליאן דאלער פאר א חתונה'געהאטע קאפעל) דארפט איר זיך נישט זארגען פאר איסטעיט טעקס און איר דארפט נישט קיין האל לייף פאלסי.

ביטע נישט אן נעמען מיינע וועטער ווי איך מיין א ספעסיפישע איוועסטמענט אדער אגענט.

טרופ תלמיד » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 12:11 am

· #108564
א ריזיגן יישר כח, זייער קלאר ארויסגעברענגט.

אפשר קענט איר מער מרחיב זיין וועגן די האלל-לייף ?

נולד מאוחר » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 12:24 am

· #108569
טרופ תלמיד
א ריזיגן יישר כח, זייער קלאר ארויסגעברענגט.

אפשר קענט איר מער מרחיב זיין וועגן די האלל-לייף ?

אויב איז דאס צי גרויסע אריכות, אפשר זאגסטו וואס איז בעסער?
פאר א סעווינגס סטייל אינוועסטמענט? קליינע רוחים אבער גאנץ סעף.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 12:34 am

· #108574
שטארקע ווערטער, ס'איז א ווייטאג צוצוזען ווי אינגערלייט פארשווענדען צייט געלט און כח אין די אלע מגדלים פורחים באוויר, זיי מיינען זיי האבן גע'היט די דזשעקפאט און בלייבן איינצאלן פאר די MLM'ס חודש איין חודש אויס. מיין חברותא אין כולל האט מיר געמיטשעט איך זאל מיטקומען מיט עם צו אזא "ביזנעס סעמינאר", איך האב עם פראבירט מסביר צו זיין די לעכערליכקייט, אבער הוא בשלו, וואס גייט דיך אן צו קומען? ער האט שוין גוט געקענט איבערזאגן די פזמון פונעם געשליפענעם אגענט. בין איך מיטגעגאנגען, אבער איך האב געהאט צופיל קושיות, ער האט געוואלט מאכן א מיטינג מיט מיר צו פארענטפערן די קושיות, נישט אינפראנט פון יעדעם... אקיצור, דער חברותא האט זיך אבער נישט געלאזט, און ער האט איינגעשטעקט, אט אט גייט ער שוין מאכן געלט, און ער ווארט נאכאלץ.

און אקאונטענט טייערער, אזויווי נולד מאוחר פרעגט, די מיליאן דאלאר קוועסטשען, וואו יא?

Accountant » פרייטאג אפריל 26, 2013 2:20 am

· #108925
איך וואלט מציע געווען אז די זאלסט אינוועסטירן אין די סטאקס פון א גרופע גרויסע און שטארקע אמעריקאנע קאמפעניס אויסגעשפרייט אין עטליכע אינדעסטריס. ווי למשל
American Express, Walmart, Coca Cola, ExxonMobil, GM, Johnson & Johnson, Chase, AT&T, Apple, Procter & Gamble, Amazon, etc.
גאנץ פשוט, זיי ווייסען גאנץ גוט ווי אזוי צו פירן א ביזנעס. נאך מער, אויב די סטאקס פון די אלע אויבן דערמאנטע קאמפעניס פאלן, איז אייער דאלער ממילא גארנישט ווערט! די גאנצע אמעריקאנע עקאנעמי שטייט אויף זיי.
לאמיר געבן א קוק ווי דיין אינוועסמענט וואלט געהאלטן אויב די וואלסט אינוועסטירט צען יאר צוריק. דא האסטו א טשארט ווי אזוי די סטאקס האבן געהאלטן דעם ערשטן טאג פון קאלענדער יאר 2003 און 2013 און וויפל ריווח די וואלסט געהאט אויב די קויפסט ווען צען פון יעדע סטאק (כ'האב ארויס גענומען עפל פון דעם טשארט, זייער סטאק איז געוואקסן אומנארמאל הויך, איך וויל אז די זאלסט זעהן ווי אזוי דיין אינוועסטמענט וואלט אויסגעזהען אן דעם)
Stock Price Jan 2
2003 2013 Gain (Loss) Dividends
Amex 35.80 58.33 22.53 13.14
Coke 44.15 73.98 29.83 7.22
Chase 25.25 44.98 19.73 11.38
GM 37.55 - (37.55) 8.50
Exxon 35.00 87.79 52.79 14.81
Walmart 50.65 68.93 18.28 9.34
Amazon 19.19 256.08 236.89 -
J&J 54.25 71.02 16.77 16.86
AT&T 27.90 34.39 6.49 15.07
Microsoft 52.30 54.50 2.20 7.54
P&G 86.10 137.30 51.20 14.93
Total 468.14 887.30 419.16 118.78
Times 10 4,681.40 8,873.00 4,191.60 1,187.77
Commission 200.00
Sub Total 4,681.40 8,673.00 3,991.60 1,187.77

אן אינוועסטמענט פון 4,681.40 וואלט געהאט ריווח 3,991.60 פלאס דיווידענדס פון 1,187.77 סך הכל 5,179.37 און די וואלסט ווערט געווען 9860.77. דאס איז א געין פון קרוב צו 8 פארצענט א יאר. און אין דעם איז נישט אריין גערעכנט וויפעל ריווח די וואלסט געקענט מאכן אויב די וואלסט צוריק אינוועסטירט די דיווידענדס וואס די האסט באקומען.
יעצט לאמיר א בליק טאן ווי אוזי ס'וואלט אויסגעזעהן אויב די וואלסט געווען א בר מזל און אינוועסטירט אויך אין עפל
Stock Price Jan 2
2003 2013 Gain (Loss) Dividends
Amex 35.80 58.33 22.53 13.14
Coke 44.15 73.98 29.83 7.22
Chase 25.25 44.98 19.73 11.38
GM 37.55 - (37.55) 8.50
Exxon 35.00 87.79 52.79 14.81
Walmart 50.65 68.93 18.28 9.34
Amazon 19.19 256.08 236.89 -
J&J 54.25 71.02 16.77 16.86
AT&T 27.90 34.39 6.49 15.07
Microsoft 52.30 54.50 2.20 7.54
P&G 86.10 137.30 51.20 14.93
Apple 14.36 1,107.64 1,093.28 5.30
Total 482.50 1,994.94 1,512.44 124.08
Times 10 4,825.00 19,949.40 15,124.40 1,240.77
Commision 220.00
Sub Total 4,825.00 19,729.40 14,904.40 1,240.77
אן אינוועסטמענט פון 4,825 וואלט געהאט ריווח 15,124.40 פלאס דיווידענדס פון 1,240.77 סך הכל 16,365.17 און די וואלסט ווערט געווען 20,970.17. דאס איז א געין פון קרוב צו 16 פארצענט א יאר! און אין דעם איז נישט אריין גערעכנט וויפעל ריווח די וואלסט געקענט מאכן אויב די וואלסט צוריק אינוועסטירט די דיווידענדס וואס די האסט באקומען.
געדענק: מען רעדט דא פון יארן וואס די עקאנעמי איז געווען שלעכט. מיט דעם אלעם זענען מענטשן זייער גוט געפארן אויב זיי האבן אינוועסטירט גרויסע אמעריקאנע קאמפעניס.
דא האסטו אן אינוועסטמענט וואס האט א גאנץ קליינע ריסק און געבט גאנץ שיינע רווחים.
זיי אבער געווארענט נישט צו שפילן דעי טרעדער, פראביר נישט צו פארקויפן ווען ס'איז ארויף און קויפן ווען ס'איז אראפ. ס'איז זייער א דעינשראס שפיל. האב אביסעל זיץ פלייש.

Accountant » פרייטאג אפריל 26, 2013 2:21 am

· #108927
אוי וויי, די טשארסט זענען געגאנגען א גאנג. איך ווייס נישט ווי אזוי מיך אן עצה צוגעבן דא. קאווע שטיבל דארף א תיקון, זאכן ווערן פארדרייט.

נולד מאוחר » פרייטאג אפריל 26, 2013 2:26 am

· #108930
טוען נישט אלע ביזנעס לייט שרייען נישט צירירען צי סטאקס?
ועוד איך פארשטיי נישט צי סטאקס, דארף איך א בראקער. גייט נישט דארט אראפ אפאר פראצענט.

Accountant » פרייטאג אפריל 26, 2013 2:29 am

· #108931
דא האט איר די טשארטס.
📎 Stocks.xlsx

נולד מאוחר » פרייטאג אפריל 26, 2013 2:33 am

· #108933
כווער ברוגז אויף מיין לייף אונשארנס עדדשענט. גראדע א משפחה מיטגלוד.

Accountant » פרייטאג אפריל 26, 2013 2:44 am

· #108937
נולד מאוחר
טוען נישט אלע ביזנעס לייט שרייען נישט צירירען צי סטאקס?
ועוד איך פארשטיי נישט צי סטאקס, דארף איך א בראקער. גייט נישט דארט אראפ אפאר פראצענט.


זיי רעדן פון דעי טרעדינג און פון מענטשן וואס שפעקאלירן, מענטשן וואס מיינען אז זיי פארשטייען אז איבער מארגען גייט א פעני סטאק ארויף גיין ווייל ס'גייט זיין א האריקען וכדומה. ס'איז נישט קיין גוזמה, ס'איז דא מענטשן וואס קויפן אזוי סטאקס. אבער איינער וואס קויפט סטאקס פון א נערמאלע ביזנעס האט א גרויסע פאטענשאל אז ער זאל מצליח זיין. גלייב מיר, ביל געיטס ווייסט נאך אזוי גוט ווי אזוי צו פירן א ביזנעס ווי דיין שוואגער וואס האט א וואנס אין עי לייף טיים דיעל.

ס'איז גאנץ גרינג צו קויפן סטאקס. קענסט עס טהון פון דיין קאמפיאטער (נאך אלעם איז שוין 2013). ס'קאסט נישט קיין סאך, צווישן 5-10 דאלער ווען די קויפסט און נאכאמאל אזויפיל ווען די פארקויפסט, נישט קיין נפק"מ וויפל סטאקס די קויפסט. לאמיר זאגען אז די קויפסט 10 סטאקס פון גוגל, וועט דיר עס קאסטן 5-10 דאלער ביים קויפן און נאכאמאל אזויפיל ביים פארקויפן. קוק אויף מיין טשארט וועסטו זעהן אז איך האב אראפ גערעכענט 200-220 פאר קאמישאן, ס'איז מער ווי די וועסט צאלן אין ריעל לייף. ס'זענען דא סטאק בראוקערס וואס טשארדזשן א פארצענט און זיי געבען אדווייס, כמעט קיינער ניצט זיי שוין נישט.

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 26, 2013 3:05 am

· #108940
Accountant
שעמט אייך נישט! זייער אסאך מאל ניצן געריבענע סעילסלייט דעם טאקטיק פון רעדן און רעדן תשעה קבין רייד און זיי ווייסען אז איר שעמט אייך אז איר זענט אן עם הארץ אין וואס ער פארקויפס אייך. ער וועט אפילו פראבירן אריין צו ווארפן קאמפלימענטס ווי: ביסט דאך א קלוגער אינגערמאן, האסט דאך א גמרא קעפעל וכו', ער טוהט דאס אייך צו מאכן פילען ווי איר מיזט מסכים זיין מיט וואס ער זאגט כדי צו בלייבען דער קלוגער אינגערמאן אין זיינע אויגן. לאזט אייך נישט פארפירן, ער האלט אייך פאר אימוויסענט און ער האפט איר וועט קויפן וואס ער פארקויפט אייך.


ובזה יש לפרש, "לא לחכמים לחם"... ופשוט הוא

טרופ תלמיד » פרייטאג אפריל 26, 2013 10:36 am

· #108976
טרופ תלמיד
א ריזיגן יישר כח, זייער קלאר ארויסגעברענגט.

אפשר קענט איר מער מרחיב זיין וועגן די האלל-לייף ?



ווען די צייט ערלויבט פאר'ן אקאונטענט וואלט איך עפרישיעטעד אויב מ'קען מרחיב זיין וועגן די חסרונוס פין האלל-לייף אינשורענס.

משה רוקח » מוצ"ש אפריל 27, 2013 11:51 pm

· #109149
אפשר קענסטו געבן א לינק פון א רילייעבל וועבסייט ווי איך קען קויפן סטאקס און איז מסביר וויאזוי די זאכן ארבעטן?

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 28, 2013 12:28 am

· #109152
איז נישט ביי סטאקס דא איבער א דרייסיג פראצענט שטייער משא''כ האל לייף אינשארענס?
דארף מען דאס אריינעמען אין חשבון.

משה רוקח » מיטוואך מאי 1, 2013 10:01 am

· #110647
משה רוקח
אפשר קענסטו געבן א לינק פון א רילייעבל וועבסייט ווי איך קען קויפן סטאקס און איז מסביר וויאזוי די זאכן ארבעטן?

אפשר דאך?

לעמיל » מיטוואך מאי 1, 2013 10:02 am

· #110650
[ציטאט אראפגענומען]

אביגדור » מיטוואך מאי 1, 2013 11:11 am

· #110685
טרופ תלמיד
טרופ תלמיד
א ריזיגן יישר כח, זייער קלאר ארויסגעברענגט.

אפשר קענט איר מער מרחיב זיין וועגן די האלל-לייף ?



ווען די צייט ערלויבט פאר'ן אקאונטענט וואלט איך עפרישיעטעד אויב מ'קען מרחיב זיין וועגן די חסרונוס פין האלל-לייף אינשורענס.


גם אני מצטרף לבקשה זו.

טרופ תלמיד » מיטוואך מאי 8, 2013 4:56 pm

· #113123
טרופ תלמיד
טרופ תלמיד
א ריזיגן יישר כח, זייער קלאר ארויסגעברענגט.

אפשר קענט איר מער מרחיב זיין וועגן די האלל-לייף ?



ווען די צייט ערלויבט פאר'ן אקאונטענט וואלט איך עפרישיעטעד אויב מ'קען מרחיב זיין וועגן די חסרונוס פין האלל-לייף אינשורענס.


אקאונטענט טייערע מיר ווארטן צו הערן

שכח

אביגדור » מיטוואך מאי 8, 2013 5:09 pm

· #113128
טרופ תלמיד
טרופ תלמיד
טרופ תלמיד
א ריזיגן יישר כח, זייער קלאר ארויסגעברענגט.

אפשר קענט איר מער מרחיב זיין וועגן די האלל-לייף ?



ווען די צייט ערלויבט פאר'ן אקאונטענט וואלט איך עפרישיעטעד אויב מ'קען מרחיב זיין וועגן די חסרונוס פין האלל-לייף אינשורענס.


אקאונטענט טייערע מיר ווארטן צו הערן

שכח


האב געדולד.

טרופ תלמיד » מיטוואך מאי 8, 2013 5:15 pm

· #113133
דאס הייסט נישט האבן געדולד? איך געשריבן מיין בקשה APRIL-26

טרופ תלמיד » מיטוואך מאי 8, 2013 5:16 pm

· #113134
טרופ תלמיד
דאס הייסט נישט האבן געדולד? איך געשריבן מיין בקשה APRIL-26


ווען איך ווייס וואס דו וואלט איך אויך נישט געפרעגט

איך אויך » מיטוואך מאי 8, 2013 7:33 pm

· #113182
ספליט פערסאנאליטי?

אביגדור » מיטוואך מאי 8, 2013 7:58 pm

· #113197
ווער?

איך אויך » מיטוואך מאי 8, 2013 8:03 pm

· #113199
מיינסט עס ערענסט? א מענטש שרייבט א תגובה 5:15 און 5:16 ציטירט ער זיך אליינס און פירט א שמועס מיט זיך. וואס נאך קען עס מיינען?

ידען » מיטוואך מאי 8, 2013 9:52 pm

· #113239
Accountant

כאב געלייענט נאר שנעל און עפעס האסטו געשריבען וועגען life insurance

כאב נאך נישט געלייגט א פאליסי אבער דא האבעך געפרעגט וועגען עס

<!-- w --><a class="postlink" href="/topic/2267">www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=25&t=2267</a><!-- w -->

נולד מאוחר » מיטוואך מאי 8, 2013 10:18 pm

· #113245
ווער קען קאמפערען האל לייף רווחים צי אקענטנעט'ס סטאק פראטפאליא?
ו

טרופ תלמיד » מיטוואך מאי 8, 2013 10:54 pm

· #113260
איך אויך
מיינסט עס ערענסט? א מענטש שרייבט א תגובה 5:15 און 5:16 ציטירט ער זיך אליינס און פירט א שמועס מיט זיך. וואס נאך קען עס מיינען?


מה פתאום?

טרופ תלמיד » דינסטאג מאי 21, 2013 9:34 am

· #116314
טרופ תלמיד
טרופ תלמיד
טרופ תלמיד
א ריזיגן יישר כח, זייער קלאר ארויסגעברענגט.

אפשר קענט איר מער מרחיב זיין וועגן די האלל-לייף ?



ווען די צייט ערלויבט פאר'ן אקאונטענט וואלט איך עפרישיעטעד אויב מ'קען מרחיב זיין וועגן די חסרונוס פין האלל-לייף אינשורענס.


אקאונטענט טייערע מיר ווארטן צו הערן

שכח

טרופ תלמיד » פרייטאג יוני 14, 2013 12:33 am

· #124909
אביגדור
טרופ תלמיד
טרופ תלמיד
טרופ תלמיד
א ריזיגן יישר כח, זייער קלאר ארויסגעברענגט.

אפשר קענט איר מער מרחיב זיין וועגן די האלל-לייף ?



ווען די צייט ערלויבט פאר'ן אקאונטענט וואלט איך עפרישיעטעד אויב מ'קען מרחיב זיין וועגן די חסרונוס פין האלל-לייף אינשורענס.


אקאונטענט טייערע מיר ווארטן צו הערן

שכח


האב געדולד.


סוי?????

טרופ תלמיד » זונטאג אפריל 19, 2015 2:56 am

· #267273
למעשה ווארט מיר נאך אלץ.

קורקלענד » זונטאג אפריל 19, 2015 3:17 pm

· #267395
עס זעהט אויס אז ס'איז דא א גרויס איטערעסע דא צו פארשטיין די אמת פון לייף אישורענס.
דא איז א לינק צו אן ארטיקל וואס צולייגט די נושא אויף קליין געלט. פאר די וואס פארשטייען ענגליש
און אמת'ן וואלט מען געדארפט מאכן א באזונדערע אשכול, אדער מער ווי איינס אויף לייף אינשורענס בכלל און בפרט אויף דעם חלק.
איך בין אויף די מינוט נישט ביכולת איבערצושרייבן דעם ארטיקל פאר די וואס פארשטייען אידיש בעסער ווי ענגליש.
אויב איינער האט די צייט און געדולד איז עס א גרויס זכות.