☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ספרים אויף אידיש?

ספרים אויף אידיש?

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3563

ודי למבין » דינסטאג אפריל 23, 2013 6:43 pm

· #108166
ספרים אויף אידיש?
ווייסט איינער, פארוואס האט מען אין די גמרא'ס צייטן געשריבן די גמרא אויף אראמיש, ווייל דעמאלטס איז דאס געווען די שפראך וואס מען האט גערעדט. די חובת הלבבות און די מורה זענען געשריבן געווארן אויף אראביש, יעצט ווען האט זיך דאס געטוישט, פארוואס זענען נישט די היינטיגע ספרים געשריבן אויף אידיש?

מאטי » דינסטאג אפריל 23, 2013 6:51 pm

· #108169
ווייל אידיש רעדן א קליין חלק אידן, ס׳איז נישט דא קיין אויסהאלטענדע מארקעט דערפאר רוב אידן רעדן ענגליש/היברא און דיזע האבן אסאך ספרים דוק ותשכח.

עסקן בדברים » דינסטאג אפריל 23, 2013 6:55 pm

· #108170
רוב ראשונים האבן געשריבן זייערע ספרים אויף לה"ק.

עסקן בדברים » דינסטאג אפריל 23, 2013 6:56 pm

· #108171
אגב דער קב הישר האט געשריבן זיין ספר סיי אויף אידיש סיי אויף לה"ק.

ודי למבין » דינסטאג אפריל 23, 2013 7:16 pm

· #108173
moti107
ווייל אידיש רעדן א קליין חלק אידן, ס׳איז נישט דא קיין אויסהאלטענדע מארקעט דערפאר רוב אידן רעדן ענגליש/היברא און דיזע האבן אסאך ספרים דוק ותשכח.

איך פרעג למשל פארוואס איז די גמרא געשריבן אויף אראמיש, און שו"ת חתם סופר אויף לשון קודש. איך רעד נישט פון היינטיגע ספרים

ודי למבין » דינסטאג אפריל 23, 2013 7:18 pm

· #108174
עסקן בדברים
רוב ראשונים האבן געשריבן זייערע ספרים אויף לה"ק.

מיין קשיא הייבט זיך טאקע אן שוין אויף די ראשונים, פארוואס האבן זיי עס נישט געשריבן אויף די שפראך וואס מען האט גערעדט אין זייערע לענדער, מאי שנא פון די גמרא, ירושלמי, זוהר הקדוש, וכדומה. אין תשובות הגאונים זעא מען אויך אז רוב זענען געשריבן אויף אראמיש אדער אראביש

עסקן בדברים » דינסטאג אפריל 23, 2013 7:22 pm

· #108177
דיין קשיא הייבט זיך אן אויף די משנה/ברייתות. זייער שפראך איז געווען אראמיש און זיי האבן געלערנט (געמאכט די משנה און ברייתות) אויף לה"ק

ודי למבין » דינסטאג אפריל 23, 2013 9:29 pm

· #108205
עסקן בדברים
דיין קשיא הייבט זיך אן אויף די משנה/ברייתות. זייער שפראך איז געווען אראמיש און זיי האבן געלערנט (געמאכט די משנה און ברייתות) אויף לה"ק

עס איז לכאורה נישט אמת, ס'איז טאקע דא א מחלוקת צווישן די חוקרים וועלעכע שפראך מען האט גערעדט בזמן המשנה, יש אומרים אז די עולם האט דעמאלטס נישט גערעדט לשון הקודש, און רוב חוקרים האלטן אז די שפראך פון די משנה איז געווען די שפראך וואס די המון עם האט גערעדט. אבער לכו"ע האבן די תנאים גערעדט די שפראך (נאר די ערשטע שיטה יחידאה האלט אז דאס איז געווען אזוי ווי לאטיניש, א שפראך וואס נאר די געלערנטע האבן געקענט און גערעדט. (מקור: ספר הלשון העברית בישראל ובעמים עמ' 34). ער ברענגט דארט אויך פון פירוש המשניות להרמב"ם אז: בעלי המשנה בלי ספק עברים היו במקומם.
וא"כ הדרא קושיא לדוכתא.

קינות גירושין » דינסטאג אפריל 23, 2013 10:20 pm

· #108219
בית נאמן בישראל

ודי למבין » מיטוואך אפריל 24, 2013 2:32 pm

· #108380
קינות גירושין
בית נאמן בישראל

עיין במ"ש לעיל בתשו' למרדכי ק"ז (moti 107) וה"ה לענינינו.
עניוועיס זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, און די 'בית נאמן בישראל' זאל דיך צוריק צוניץ קומען

ודי למבין » מאנטאג אפריל 29, 2013 1:27 pm

· #109811
ודי למבין
ווייסט איינער, פארוואס אין די גמרא'ס צייטן האט מען געשריבן די גמרא אויף אראמיש, לכאורה, ווייל דעמאלטס איז דאס געווען די שפראך וואס מען האט גערעדט. די חובת הלבבות און די מורה און ספרי רבי סעדיה גאון, כוזרי, וכו' זענען אויך געשריבן געווארן אויף אראביש יעצט ווען האט זיך דאס געטוישט, פארוואס זענען נישט די היינטיגע ספרים געשריבן אויף אידיש?

אפשר איז דאס ווייל אראמיש און אראביש זענען אין די זעלבע גרופ שפראכן פון לשון הקודש, איך מיין אז דאס איז גאנץ א שוואכע תירוץ.
מי חכם ויפתור אלה

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 30, 2013 9:42 am

· #110158
סהאט זיך שוין געטוישט זייט די צייטען פון די ראשונים. ביז בערך די רמב"ם חוה"ל וכו' איז ע"פ רוב האבען די תלמידי חכמים גערעדט די זעלבע שפראך ווי דער המון עם און האבען אויך געלערנט אויף דער שפראך, פארדעם איז די גמרא אראמיש וכו'. נאכדעם אבער איז געווארען אז די ת"ח לערנען אלס אויף לשוה"ק, מכמה סיבות, ועיקרם וייל מקען נישט אז איין ראשון זאל שרייבען פראנצויזיש א צוייטער ספאניש א דריטער דויטש, און וויבאלד אלע דארפן דאך לערנען זי זעלבע ספרים וכו', איז געווארען אז די לומדישע שפראך איז אלץ לשוה"ק און אלע האבען אנגעהויבען שרייבען לשוה"ק, געמישט אביסעל מיט אראמיש וכו'. אויך הרמב"ם שרייבט א בריעף אז ער האט חרטה אז ער האט געשריבען אויף אראביש מסיבה זו.

לעולם ספרים פאר די המון האט מען אלעמאל געשריבען בשפת ההמון, און טאקע היינט אויך אויף יידיש און ענגליש וכו'.

ודי למבין » דינסטאג אפריל 30, 2013 10:05 am

· #110170
יישר כח, החייתני בדבריך
נאר איין קליינע הערה דאס וואס די שרייבסט אז די ת"ח לערענען אויף לשון הקודש, איז נאר לענין הכתיבה, מען האט זיכער גערעדט יעדער לויט זיין שפראך

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 30, 2013 10:08 am

· #110173
ודי למבין
יישר כח, החייתני בדבריך
נאר איין קליינע הערה דאס וואס די שרייבסט אז די ת"ח לערענען אויף לשון הקודש, איז נאר לענין הכתיבה, מען האט זיכער גערעדט יעדער לויט זיין שפראך

אמת.

smartinof » מיטוואך מאי 1, 2013 6:48 pm

· #110874
אזוי קוקענדיג און דעם אשכול איז מיר אקעגן די וועטער פון הרב סולובייצי'ק, ווי ער ברעגט וואס פאר א חשיבת יידיש האט און זיינע אויגן, און א בריוו צו די מארגען דזשורנאל:
אינני "יידישיסט" המאמין שהלשון כשלעצמה היא בעלת ערך אבסולוטי מוצהר, ברם יהודי של גמרא-הריני כן, ואני יודע אל נכון שקדושה וערכים אבסולוטיים אינם בהכרח תמיד זהים זה לזה, ההלכה הגדירה על כן שני מושגים של קדושה א) גופי קדושה ב) תשמישי קדושה, היא פסקה שבשעת שריפה בשבת, אין מצילים רק את הספר תורה, אלא גם המעיל שבו הוא כריך, לא רק את התפילין, אלא גם את השקית שבה הן נתונות.
על כן יש לומר כי היידיש, אם כי איננה נמנית בין "גופי הקדושה", שייכת ללא ספק לקבוצת "תשמישי הקדושה", שגם הם מוקדשים ואשר גם עליהם חייבים להגן בכל מחיר, האם תמצאו "תיק" נאה יותר, שבו כרוכים ספרי התורה המקודשים ביותר, מאשר שפת היידיש?.
בשפה זו לימדו את תלמידיהם תורה הרמ"א, המהרש"ל, הגאון מווילנא, ר' חיים מוולוזי'ן, וגדולי ישראל נוספים, בשפה זו פירשו הבעש"ט, המגיד ממזריטש והאדמו"ר הזקן את סודותיו של מעשה בראשית, ב"מאמע-לשון" הפשוטה הביעו המוני היהודים את אמונתם, את אהבתם התמימה ואת נאמנותם, עד היום מעבירים ראשי הישבות הדגולים את שיעוריהם ביידיש, "תיק" כזה לבטח מקודש הוא, גם אם קדושותו אינה אבסולוטית אלא משתייכת לתחום תשמישי הקדושה, זכות גדולה היא לתמוך ב"תיק" אשר בזה.
טיפקעל הרב סולובייצי'ק סטעיטמעינט....