☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » ווי איז די קאווע שטיבל צייטונג?

ווי איז די קאווע שטיבל צייטונג?

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3562

שרייבער » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:27 pm

· #108002
ווי איז די קאווע שטיבל צייטונג?
איך האב מיך היינט דערמאנט אז פאריגע וואך האט מען גערעדט פון א צייטונג, ומחמת הטירדות האב איך פארגעסן דערפון היינט האב איך מיך דערמאנט און איך טרעף נישט דעם אשכול, איז עס ארויסגעקומען? איז עס מאחורי הפרגוד? ווי איז עס?

זר זהב » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:34 pm

· #108012
סיז אין דער ערד. אויב ווילסטע שטארק קעניך דיר מאכן א מציבה מיט א נוסח.. און אפילו מיט א געקראכטע איי דערויף..

חזקיהו המלך » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:36 pm

· #108017
כ'האב שוין געשריבען אז ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט,
די וואס האבען געטראכט צי שרייבען, זענען נישט אנגעקומען דערצי, נו לכל הפחות איז עס געווען א שיינער חלום,

זר זהב » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:41 pm

· #108027
ביי מיר איז דאס געווען א חלום די ערשטע רגע וואס מ'האט עס אויפגעברענגט. דערפאר האביך כמעט נישט פארברענגט אין יענע אשכול, נישט צו מאכן תגובות לבטלה

טרופ תלמיד » דינסטאג אפריל 23, 2013 3:10 pm

· #108062
חבל חבל...

בעל הבית » דינסטאג אפריל 23, 2013 3:13 pm

· #108065
זר זהב
ביי מיר איז דאס געווען א חלום די ערשטע רגע וואס מ'האט עס אויפגעברענגט. דערפאר האביך כמעט נישט פארברענגט אין יענע אשכול, נישט צו מאכן תגובות לבטלה



איך האב נישט געוויסט אז תגובות לבטלה איז אויך אסור?

געמיינט האב איך אז נאר ז.... לבטלה

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 23, 2013 4:18 pm

· #108096
תגובה לבטלה איז נאר אסור אויב די כוונה איז שלא להכחיש יפיה.

נייגעריגער » מיטוואך אפריל 24, 2013 6:09 am

· #108278
איך מיין אז מ'זאל אישי'ען דער רשימה פון שרייבער'ס!!
און בעטן ביי זיי.....
נאך אלעם איז דאך געווען א ליסט פון טאלאנטפולע שרייבער וואס האבן צוגעזאגט ארטיקלן!

טרופ תלמיד » מיטוואך מאי 1, 2013 2:32 pm

· #110778
טרופ תלמיד
חבל חבל...

טאמבל סאס » מיטוואך מאי 1, 2013 3:38 pm

· #110788
איך האב א בעסער געדאנק. תפסת מרובה לא תפסת. ס'איז דא גענוג געשמאקע ארטיקלען און לענגערע אדורכגעאקערטע אינהאלטפולע שמועסן בדיבוק חבירים, אז מ'זאל נישט ברויכן ווארטן אויף פרישע, אבער אנשטאט, דערווייל נעמען די אלטע, קאפיען און אויסזיפן פון די אומוויכטיגע אומאקטואלע שטיקלעך, און ארויפשטעלן אויף א בלאג. לכל היותר קענסטו עס אויסשטעלן אין פארעם פון א צייטונג, (ווי שבת בלעטל) אבער ס'איז מסתמא שוין צופיהל ארבעט.
אלענפאלס, דאס וואלט זיכער בעסער געווען ווי גארנישט. און וואלט עקשולי אנגעהויבן דעם שוואונג.
ויקרא שמו בישראל "קאווע בלעגל"