☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » טוירקיש עירליינס

טוירקיש עירליינס

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3560

הדד בן בדד » דינסטאג אפריל 23, 2013 1:52 pm

· #107985
טוירקיש עירליינס
איך האב באשטעלט טיקעטס צו פארן אויף ארץ ישראל מיט טוירקיש עירליינס, דערווייל שרעקט מיך אייינער אן אז דאס איז א געפערליכער עירליין און מען טאר נישט פארן מיט זיי. ווויל איך דא פרעגן ביים עולם, איז דאס טאקע אזוי, זענען זיי אזוי געפערליך, אין וואס באשטייט דאס?

זענען שוין אנדערע געפארן מיט זיי וואס קענען אפשר זאגן פון אייגענע עקספיריענס?

בעל הבית » דינסטאג אפריל 23, 2013 1:56 pm

· #107987
עס איז דא די באקאנטע עצה פין ר מיכעלע פין נתניה אוסטהון די היט וועלן זיי דיר בכלל נישט דערקענען אלץ יוד

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:34 pm

· #108011
געווענליך אזא צייט פארן מערערע אידן, און עס איז נישטא וואס צו מורא האבן, מען האט נאך נישט געהערט פון קיין שום אינצידענט אין ריסענט היסטארי אז איינער זאל האבן איינעם געטשעפעט.
עטליכע פון מיין משפחה זענען שוין געפלויגן מיט זיי, און נישט געהאט קיין שום פראבלעם.
די שרעקעדיגע חלק פון וואס מען רעדט איז מער ביים סטאפ, אין טערקיי אליין, ווען עס איז מעגליך זיך צו באגעגענען מיט אזעלכע סארט בליקן וואס דו גלייכסט נישט, אבער עס איז סעיף, פאראן סעקיוריטי, די עירליין אליין וויל זייער הצלחה. און בפרט יעצט וואס איז פול מיט אידן דארף נישט צו זיין קיין פראבלעם.

עס איז דאך כדאי צו קויפן טרעוועל אינשורענס על כל דבר שלא תבא.

טעפל » דינסטאג אפריל 23, 2013 5:07 pm

· #108122
פון מיין עקספיריענס און פון מיינע חבירים וואס רעדן צו צופארען מיט דעהם, ס'איז זייער א גוטע עירליין מיט זייער א העפליכע סערוויס.

הדד בן בדד » דינסטאג אפריל 23, 2013 5:43 pm

· #108139
א גרויסן יישר כח, איר האט מיך בארואיגט. איך האב מיך שוין דערשראקן. נאכאמאל יישר כח.

משולם שטיינפעלד » דינסטאג אפריל 23, 2013 8:01 pm

· #108185
אא חבר וואס איז שוין געפארן זאגט מיר, אז די פחד וואס מען האט אים געזאגט פון פאראויס איז ביי די סטאפ.

ער טענה'ט אז ער האט דארט ווייניגער מורא געהאט ווי אין לאנדאן היטראו. דארט איז פארהאן אסאך מער מוסלעמענער

בדחן » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:02 am

· #108586
עס איז די סטאפ, און עס איז די פחד אויב דו בלייבסט דארט שטעקן פאר מער ווי צוויי דריי שעה ווייל דו האסט פארפאסט דיין קאנעקטיניג פלייט...

נישט ווערט די ריסק.