☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די לבוש ביי אידן

די לבוש ביי אידן

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3559

בדחן » דינסטאג אפריל 23, 2013 12:30 pm

· #107959
די לבוש ביי אידן
ווי באוויסט איז די לבוש א זאך וואס איז במשך הדורות געווארען אויסגעפארעמט און די לענדער ווי מען האט געוואינט, מען האט כסדר אדאפטירט די לבוש לויט ווי אזוי דער המון עם איז געגאנגענן. שפעטער איז עס נתקרש געווארען און צו געקימען די חסידישע טייטשען ורמזים דערויף,

היינט גייען מיר לויט ווי מען איז געגאנגען בעפאר די מלחמה מען פאסט נישט צו די לבוש צום לאנד ווי מען וואינט,
וואס וואלט געווען אלמלא מען אדעפטירט יא די היינטיגע המון עם לבוש? וואס איז היינט די המון עם לבוש? ווי אזוי וואלטן מיר געגאנגענן? ווי אזוי וואלט א ענגלענדער איד געגאנגענן?

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 2, 2013 7:22 pm

· #111391
1) דער ראם פין דער ביבער הוט איז געווארען אביסל העכער
2) די הויזן האבן באקומען א איין אינטש קאף, אנשטאט צויי
3) די בלויע סאוטס גייען ארויס פון סטייל (אכשר דרא...)
4) די העקעליך ביי די ציצית איז גענצליך נעלם געווארען

דולה ומשקה » דינסטאג מאי 5, 2015 2:37 pm

· #272695
אקעי, אמאל איז מען געגאנגען מיט א לבוש צו קענען מאכען א היכר ציוושען דעם איד און דעם גוי.
היינט איז דער לבוש צו מאכען א היכר צווישען איין איד אין דען אנדערן. דער באבוב 48 רבי טוט אן 13 יעריגע בחורים שווארצע זאקן שבת,
דער גורע שטיקנט אוועק צוליב זיינע איבער וואגיגקייט, טוט ער זיך אן א שלאף קאפעל.

וכו' וכו' וכו'

מעשוגע איז נישט דאס ווארט...

petergrifin » דינסטאג מאי 5, 2015 4:22 pm

· #272721
Re: די לבוש ביי אידן
דו האסט געכאפט דיין . היינט? הערסט נישט אויף צו שעלטן היינט.

שטילע אינגערמאן » דינסטאג מאי 5, 2015 4:25 pm

· #272724
@דולה ומשקה אלע פארמערסיס זענען נאך אפען, זיי מוחל נעם צוויי דריי כדורים

איך אויך » דינסטאג מאי 5, 2015 5:33 pm

· #272738
מוז זיין עפעס שוידערליך גייט פאר אין בעלעד אדער בעלעד 45.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 5, 2015 6:04 pm

· #272744
Re: די לבוש ביי אידן
ס'פעלט נאר א 'פוי' בכל כוחו, ביידע פירושים.
היתכן מ'הייסט טראגען אזעלכע הויזען און נישט די אנדערע? און די קארופטע ב''ד וואס שטיצט אזא נידריגע פארשוין וואס הייסט טוהן אזעלכע געמיינע זאכען! פוי פאר זיי און זייער זיידע'ס און אייניקלאך און מחותנים
פוי פוי פוי

samiam » דינסטאג מאי 5, 2015 7:42 pm

· #272768
There are definitely lots of people making money from jewish clothing they wouldn't be if we would all wear jeans and t-shirts.