Re: ״ריקאפטשא״ טעכנאלאגיע
לואי וואן אהן, דער אינווענטאר פון קאפטשא און ריקאפטשא איז קוים עטליכע און דרייסיג. נישט ענטליכע חכמים זענען אויפגעקומען דערמיט, נאר ער אליין איז געווען פאר וועם ס'איז איינגעפאלן די געדאנק. ער זאגט אז ס'האט זייער שטארק געשטערט אז ער האט מחדש געווען עפעס (קאפטשא) וועלכע טוט א געפערליכע שאדן פאר די וועלט, נעמליך, עס פארברענט מיליאנע שעות און מענטשען קראפט (צוליב דעם וואס עס נעמט אוועק 10 סעקונדעס פון א יעדען מענטש וואס דארף עס אויספילן, און עס זענען דאך דא ביליאנע אינטערנעט באניצערס). איז אים איינגעפאלן אזא תשובת המשקל ווי מ'קען כאטש עפעס אויפטון פאר די וועלט.