באלאנגט א מאלעסטער אין תפיסה?
37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3539
באלאנגט א מאלעסטער אין תפיסה?
יעדעס מאל וואס איחוד שטעלט ארויף א תגובה, שטויס איך מיר אן אין זיין אונטערשריפט וועלעכע לויטעט אז א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה,
אנדערש ווי א משוגענער וועלעכע אן קיין קאמפראמיסן באלאנגט אין משוגעים הויז.
שווימט מיר יעדעס מאל באזונדער ארויף די פראגע: באלאנגט ער טאקע אין תפיסה ?
איך בין זיכער ס'איז א פארפלאנטערטע פארנעפלטן נושא, וועלעכע גרעניצט זיך מיט סאמאטוכעס והמסתעף, געפלאכטן מיט ודו"ק און וד"ל'ס.
פארמישט אין אן ערוב פון געפיל מיט לאגיק, הומאנטערישע טענות, און טרוקנע יוסטיץ . זאכן וועלעכע מ'מוז אויסשרייען, און זאכן וואס מ'טאר נישט אפילו מרמז זיין. לעגאלע פארשריפטן, און תורה'דיגע הלכות. חרוב מאכן דורות, און עלילת דם. א פארצווייגטע ענין וועלעכע ציהט שכל'דיגע קווענקלענישן, און עקסטרעמע מסקנות. פון לאזן זיך וואוילגיין אויף דער פריי, ביז אים פארוואגלען פון ביידע וועלטן אן קיין פאראל.
איך וויל מיך נישט באציען צו קיין שום אנקלאגע אדער באשולדיגונגען וועלעכע אנבלאנגט א ספעציפישן פאל אדער פערזוין, ווייל דאן שווימט עקסטרעמיזם ווידער ארויף אויפן אויבערפלאך מיט א ביטערן לענדסלייד. פון מענטשן וועלעכע שווערן זיך אינעם פויפסט'ס קליידל אז דער מענטש איז קיינמאל אן אקט אפילו ענדליך צו דעם באגאנגען, והראיה ער איז א גוטע מענטש, ביז אנדערע מענטשן וואס אן די מינדערסטע באווייזן ווייסן זיי פאר א פאקט אז דער מענטש איז שוין א וועטראן ארכי מניבל וועלעכע האט שוין אין לויף פון עטליכע דעקעיטס מאלעסטעד מער מענטשן וויפיל האר עס שווימט אין מקווה.
איך וויל פרעגן איבער דער עצם אקט פון מאליסטעשן, פון א מעסיגן פערספעקטיוו.
ס'האנדלט זיך קלאר פון א מענטש וואס איז "אנדערש" ווי דורכשניטליכע מענטשן. די רעדע איז איבער א וואנזינגן הארמאון געשוואלענעם זכר, מיט א געפערליכע הפקירותדיגן רייץ צו פאנגן אומשולדיגע זעיר אנפין'ס. כאפן תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, און זיי פארקנעכטן אונטער טייוולאנישע פליגלן. צולאזט זיך מיט בארבאריזם אויף אן אומגעצייטיגטן ארגאן און שעכט אפ דורות, מאכט אומגליקליך משפחות, הארגט דעם קינד פיזיש אין גייסטיש.
לאגיק מיט געפיל וועט באלד זיגלן מיט קאכעדיגע בלוט אז אזא שעדליכע מאן מוז באלד אראפגערוימט ווערן פון די גאסן, ער איז פשוט א סכנה פאר די מענטשהייט. די פראגע איז אבער וואס טוהט מען פון דא און ווייטער ???????????
איחוד האלט ער באלאנגט אין תפיסה, איך בין אבער נישט איבערצייגט אזוי.
פון דער אנדערן זייט, א נארמאל פארהייראט אינגערמאן, א מאן פון ווייב און טאטע פאר קינדער, און מיר וועלן מודה זיין ער פארמאגט א דראענדע שוואכקייט וואס דורכשניטליכע מענטשן האבן נישט, (אנדערש ווי RAPE).
דעריבער קומט אים אויסצודינען זיין לעבן אונטער גראטעס? דעריבער איז זיין שיקזאל צו שמאכטן צוזאמען מיט די גרעסטע מערדער און פאברעכער ביז דער טויט קומט אים אפנעמען?
איך פרעג נישט דווקא אויף די מיינונגען פון מענטשן פון אונזער געזעלשאפט, נאר מער אזוי די מהלך פון די גרויזאמע קאלטבלוטיגע אומיוסטיץ סיסטעם פון דער גאלדענעם אמעריקע. וואס? פארוואס? קען מען נישט אויפקומען מיט אן עפעקטירבארן טעראפי וכדומה?
איך ווייס אז געוויסע וועלן יעצט שרייבן מעגליך מיט פארגרעסערטע אותיות, אז אלע אנדערע סארט פאברעכן קען מען טענה'ן די זעלבע זאך.
נישט אז איך האלט איר קענט באמת נישט אונטערשיידן מאלאסטעישן פון אנדערע פאברעכן, מיר זענען דאך מודה אז דורכשניטליכע מענטשן ווערן נישט געפלאגט פון אזוינע אזויגעריפענע תאוות. איז פון אים לאזן טאנצן מה יפית אויף די גאסן ווי א פריי פויגל, ביז פארוואגלן אין לייבן גרוב לנצח, איז נישט פארהאן קיין אלטערנאטיווע מהלך ?
א תפיסה האט דריי באזונדערע מעלות
1 אן עונש
2 למען ישמעו ויראו
3 אז א פארברעכער זאל זיך נישט דרייען אויף הפקר
ממילא יעדע אלטערנאטיווע זאך וועט נישט זיין גענוג
אויסער דעם דארף מען נעמען אין חשבון אז נישט יעדער מאלעסטער איז א
״קראנקער״ מענטש, ס׳איז דא נארמאלע מענטשן וואס האבן א שוואכקייט/תאווה,
און בדרך כלל רעדט זיך עס פון מענטשן וואס כאפן נישט וואס וועט זיין די תוצאות.
האסטו שוין אדורכגעלייענט דעם גאנצן סומאטוכע אשכול מיט די צענדליגער בלעטער? דארט האט מען אסאך דעבאטירט דעם נושא.
רוב עולם איז איינשטימיג אז עפעס אינדערצווישן וואלט קלאר געווען די פאסיגסטע זאך, ווי צב"ש טעראפי, אדער אין ערגסטן פאל הויז-ארעסט, כדי דער פארדארבער זאל זיך נישט דרייען צווישן ציבור.
די סיבה איז ווייל דאס טאר נישט ווערן באהאנדלט ווי א פארברעכן, דאס איז א מענטשליכע תאוה וואס איז אפט מאל שווער (אדער אפילו אוממעגליך, אין פאל פון א קראנקן מיט א דיסארדער) זיך צו קאנטראלירן. תפיסה העלפט נישט דא. דער למען ישמעו וייראו איז בכלל נישט שייך. והא ראיה אנדערע לערנען זיך נישט דערפון, און דער ארעסטאנט אליין, אויב ווערט ער ארויסגעלאזט אויף דער פריי, וועט ער ווייטער אנגיין מיט זיינע מעשים.
עיי"ש באריכות.
שמעקעדיג, האסט מיר אויסגעכאפט, איך האב געוואלט שרייבען עיין באשכול דסומאכטאתא עמודים 30-112, ותמצא הכל..
איז דא א טעראפי וואס קען העלפען איינער וואס איז א מאלעסטער?
דאס איז א שטארקע שאלה, וואס לכאורה האט מען נישט דן געוועהן אין סומאטאכע אשכול. דער אשכול הידוע איז בעיקר געוועהן צו דער מעשה איז יא געשעהן אדער נישט, און אפילו אויב יא איז בכה"ג אנדרעש וכו' וכו'.
איז דא איינער וואס מען ווייסט אז ער איז אדורך טעראפי און דער תאווה איז אים נאכגעלאזט געווארען גענוג אז ער האט מער נישט מאלעסטעט מער?
פארשטייט זיך אז פין אידען רעדט מען נישט דא, ווייל אפילו גימפעל קען פלוני בן פלונית וואס איז אפשר איינמאל "נכשל" געווארען, ווייסט ער דאך "זיכער" אז מער איז עס נישט געשעהן. ווען באמת זענען די "זיכערע" ידיעות נישט מער ווי פאלנע דמיונות.
אבער ביי די גוים, וואס ביי זיי (נישט די גלחים - זיי ליידען אויך פין די בלבולים אזוי ווי די מלמדים) איז די זאך מער איינגעריסען, איז עס דאקומענטירט אז טעראפי העלפט?
עס זענען פאראן פילן וועלכע העלפן צו מחליש זיין כח התאוה, עיין ערך גור במאחורי,
און נאך אלץ איז היים-ארעסט די בעסטע אויסוואל, בעסער (ביליגער) פאר די רעגירונג, און בעסער פאר דעם קראנקן זעלבסט, ומשפחתו.
ם
בדחןיענער האאט א לאנגע אריכות, און קימט צו די מסקנה אז פינקט ווי עס איז דא אנגעשריבען אויף א מענטש בגשמיות גיטע זאכען און אסאך מאל נישט אזעלכע גיטע זאכען, אזוי אויך איז דא לגבי רחניות גזירות אויף א מענטש, און דאס אז א מענטש איז מכשיל א קינד איז א גזירה מן השמים אז אזוי האט עס געדארפט זיין פאר יענעם׳ס תיקון אדער טובת נשמה, ודו״ק כי קצרתי מאוד.
און ווען איינער הרג'ט א צווייטן איז עס אויך פאר יענעמ'ס טובה און תיקון נשמה, און דאך קומט אים מיתת בית דין.
בזמן הבית האט א מאלעסטער מיט עדים והתראה באקומען מיתת בית דין.
ברסלבער איך האב אויסגעמעקט מיין תגובה, איך האב באשלאסן אז אנשטאט מען זאל איבערפרעגן און עס וועלן פארשטייען וועט מען נאר פראבירען ווייזען ווי ראנג עס איז, און איך בין נישט און די מוט יעצט פאר נייע פייערשטארעם, מעגליך איך וועל שפעטער אריינסקענען די ספר.
אויב דו ווילסט וועל איך אויסמעקן מיינ'ס אויך, אבער איך האב דיר נישט אפגעפרעגט בכלל, איך האב נאר געפרעגט א קשיא אויף דעם ספר פון וואס דו ברענגסט.
וויאזוי הייסט די ספר?
לכאורה איז עס פין די קנטעווערסעל ענינים, עס איז סותר בחירה און שכר ועונש, וואס דאס טוט גרעניצען מיט כפירה. והדברים עתיקין די פוילישע תורה פין ר' צדוק גייט יא מיט ענליכע עקסטרעמע מהלכים לגבי דעם, הגם ער האלט אויך אז עס איז נישטא א בחירה, איז עס נאך דעם וואס מען טוט תשובה, דעמאלס איז איגלאי מילתא למפרע. און אויף דעם שטיקעל תורה האט דער ספר געליטען אז עס איז נישט אנגענומען כהוגן.
עיין נקידת הבחירה פון הרב דעסלער.
איחוד פעלדלכאורה איז עס פין די קנטעווערסעל ענינים, עס איז סותר בחירה און שכר ועונש, וואס דאס טוט גרעניצען מיט כפירה. והדברים עתיקין די פוילישע תורה פין ר' צדוק גייט יא מיט ענליכע עקסטרעמע מהלכים לגבי דעם, הגם ער האלט אויך אז עס איז נישטא א בחירה, איז עס נאך דעם וואס מען טוט תשובה, דעמאלס איז איגלאי מילתא למפרע. און אויף דעם שטיקעל תורה האט דער ספר געליטען אז עס איז נישט אנגענומען כהוגן.
איך האב געוואלט נאכשרייבען א ר צדוק...
איחוד פעלדלכאורה איז עס פין די קנטעווערסעל ענינים, עס איז סותר בחירה און שכר ועונש, וואס דאס טוט גרעניצען מיט כפירה. והדברים עתיקין די פוילישע תורה פין ר' צדוק גייט יא מיט ענליכע עקסטרעמע מהלכים לגבי דעם, הגם ער האלט אויך אז עס איז נישטא א בחירה, איז עס נאך דעם וואס מען טוט תשובה, דעמאלס איז איגלאי מילתא למפרע. און אויף דעם שטיקעל תורה האט דער ספר געליטען אז עס איז נישט אנגענומען כהוגן.
דאס צי א מענטש קען זיך גובר זיין צו נישט, איז נישט נוגע לענין אז דער מענטש טאר נישט זיין אויף הפקר, אז ער זאל נישט מזיק זיין אנדערע
my opinion is that such guy needs to be locked up
איזהו חכםאיחוד פעלדלכאורה איז עס פין די קנטעווערסעל ענינים, עס איז סותר בחירה און שכר ועונש, וואס דאס טוט גרעניצען מיט כפירה. והדברים עתיקין די פוילישע תורה פין ר' צדוק גייט יא מיט ענליכע עקסטרעמע מהלכים לגבי דעם, הגם ער האלט אויך אז עס איז נישטא א בחירה, איז עס נאך דעם וואס מען טוט תשובה, דעמאלס איז איגלאי מילתא למפרע. און אויף דעם שטיקעל תורה האט דער ספר געליטען אז עס איז נישט אנגענומען כהוגן.
דאס צי א מענטש קען זיך גובר זיין צו נישט, איז נישט נוגע לענין אז דער מענטש טאר נישט זיין אויף הפקר, אז ער זאל נישט מזיק זיין אנדערע
אמת אז ס'איז דא פעלער וואס איינער קען זיך נישט גובר זיין אויף עפעס (אין זיין בחירה אין שכר וענש איז אויף אן אנדערע נקידה דעלמאטס) ווי חז"ל טיען דאס אנערקענן ווען זיי זאגן תחילתו ברצון וסופו באונס.
אבער די עצם זאך צי מען קען זיך יא גובר זיין צי נישט ווענד זיך אין אינספור פעקטארען, אויב למשל האלט איך א gun צי זיין קאפ וועט ער געוויס זיך קענען גובר זיין. די קאנסעקווענסעס פין אפשר גיין אין תפיסה קען אמאל זיין די שטרוי אויפן קעמעל וואס געט ציריק בחירה זיך צי קענען גובר זיין, אין נאך ווי
ר' צדוק איז זייער פשוט פאר ווער עס פארשייט.
wassupmy opinion is that such guy needs to be locked up
דא איז נישט א שטים בודקעלע, דא שמועסט מען אויס די צדדים לכאן ולכאן.
אדרבה, זיי מסביר דיין שיטה.
(און אויב מעגליך - ביטע אין אידיש)
איזהו חכםא תפיסה האט דריי באזונדערע מעלות
1 אן עונש
2 למען ישמעו ויראו
3 אז א פארברעכער זאל זיך נישט דרייען אויף הפקר
ממילא יעדע אלטערנאטיווע זאך וועט נישט זיין גענוג
אויסער דעם דארף מען נעמען אין חשבון אז נישט יעדער מאלעסטער איז א
״קראנקער״ מענטש, ס׳איז דא נארמאלע מענטשן וואס האבן א שוואכקייט/תאווה,
און בדרך כלל רעדט זיך עס פון מענטשן וואס כאפן נישט וואס וועט זיין די תוצאות.
די פערטע אזוי גערופענע מעלה וואס איר האט אויסגעלאזט, איז אוודאי Rehabilitation.
יעצט אין אמעריקע, זענען אלע פון די אזויגעריפענע מעלות אדורכעפוילט מיט שווערע חסרונות, אחוץ דאס אראפנעמען דעם פאברעכער פון די גאסן.
אן עונש, ווערט צוגעטיילט זינלאז ביז גאר, אן קיין שום געפיל, און אן קיין שום לאגיק.
למען ישמעו ויראו אין אמעריקע, איז שכלדיג אומבארעכטיגט, און סטאטיסטיש א דורכפאל.
אמעריקע האט די גרעסטע צאל ארעסטאנטן ארום דער וועלט, וואס פון א למען ישמעו ויראו פערספעקטיוו האט זיך געזאלט גלויבן אז זיי פארמאגן די קלענסטע צאל פאברעכן, דער מציאות איז אבער אז אמעריקע האט די גרעסטע פארברעכן ראטע אויך.
Rehabilitation נישט נאר וואס ס'ווערט נישט געטוהן, נאר אדרבה, אנדערש ווי אלע אנדערע מערב וועלט לענדער, קומט מען ארויס פון אן אמעריקאנער תפיסה, דערשלאגן און גערירט, און א רעקארד גרויסע פראצענט קערט זיך צוריק צו פאברעכן.
אויב האלט איר נאך אלץ אמעריקאנע תפיסות פארמאגט מעלות, דאן קוקט סטאטיסטיקס, און גייט אפילו נאר איינמאל באזוכן אן ארעסטאנט.
יואב זיסער, מען האט שוין ארומגעשמועסט דערפון אין דעם אשכול, בכלליות פון דעם אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2175">viewtopic.php?f=4&t=2175</a><!-- l -->
. Sorry
דער עיקר פין תפיסה איז טאקע להציל, ער זאל נישט קענען מזיק זיין אנדערע, און אויך א עונש למען ישמעו ויראו.
דאס וואס אין אמעריקא איז דא מער ארעסטאנטען, איז אפשר אויף קלענערע חטאים, וואס ערגעץ אנדרעש זעצט מען ניזט איין. מען דארף זעהן צוטיילטע סטאטיסטיקס אין דער ענין.
ווען א מאלעסטער ווייסט אז ער וועט גיין זיצען וועט ער עס נישט טוהן, געווענליך האט ער וועגען וואס ער האלט ער וועט נישט זיצען, צ.ב.ש. נישטא קיין עדות, זי אדער ער וועלען זיין שטיל, מען וועט באצאלען וכו'.
נעמען פילען, איז נישט קיין סאלאשען, איך ווייס פין א מאלעסטער וואס האט בשום אופן נישט געוואלט קיין פילען, מען קען נישט מאנדאטירען קיין פילען, עס ארבעט נישט. חוץ אנשניידען אפאר אינטשעס.
@ איחוד קודם דארף מען זיך נעמען צו דיין חתימה, א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה, איין מינוט! איעדע משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז?? ניין, ס'ווענדט זיך וועלעכע אגערעסע, א קלענערע, מער שעדליך, ווייניגער שעדליך וכו', אזוי אפשר א מאלעסטער אויך, איינעם קען מען גרינגער באהאנדלען איינעם ווייניגער אא"וו.
איחוד פעלד
נעמען פילען, איז נישט קיין סאלאשען, איך ווייס פין א מאלעסטער וואס האט בשום אופן נישט געוואלט קיין פילען, מען קען נישט מאנדאטירען קיין פילען, עס ארבעט נישט. חוץ אנשניידען אפאר אינטשעס.
פילען איז נאר גיט ווען דער מדובר וויל זיך העלפן ס'איז אבער דא shots וואס מען דארף נאר געבן איין מאל א חודש אין ארבעט פיל בעסר
עיין
www.jaapl.org/content/18/2/179.full.pdf Chemical_castrationיואב ווייל דאן שווימט עקסטרעמיזם ווידער ארויף אויפן אויבערפלאך מיט א ביטערן לענדסלייד.
איך פארשטיי וואס איר ווילט זאגן, אבער א לענדסלייד גיסט אראפ, עס שווימט נישט ארויף אויפ'ן אויבערפלאך... 😉
איציקיואב ווייל דאן שווימט עקסטרעמיזם ווידער ארויף אויפן אויבערפלאך מיט א ביטערן לענדסלייד.
איך פארשטיי וואס איר ווילט זאגן, אבער א לענדסלייד גיסט אראפ, עס שווימט נישט ארויף אויפ'ן אויבערפלאך... 😉
זעהט אויס איר האט
נישט פארשטאנען וואס איך האב געמיינט צו זאגן.
איך האב געמיינט אזוי ווי א קאנדידאט געווינט מיט אן איבערוועגענדע מערהייט, וואס ווערט אויך גערופן לענדסלייד.
איך מיין אז שמעקידג זאגט זייער גוט.
סאיז נישט דא וואס צו רעדן אז דאס איז א קרענק נישט קיין פארברעך.. פונקט ווי די פארשטייסט ווען איינער ברעכט כסדר אויף מענטשען (למשל א מענטש מיט אזא מין משוגעת..) עס איז א קרענק אבער תפיסה מיינט נאך אז ער דארף באקומען. נאר וואס מען דעם זעהן למען השם אז ער זאל נישט קנען צוקומען דערצו.
ווען מען ארבעט אויס הויז ארעסט האט עס כמעט אלע בענפיטען פון תפיסה אויב נישט מער.
די בושה אז מהאט אים געכאפט מיט אזא מעשה און מגייט נאך דורך א משפט און געפסקט אז ער איז א מאלעסטיר דאס אליינס איז אן שטארקע התראה. נאר אנשטאט גיין צווישען גוים גייט ער אהיים און ער טאר נישט זיין צווישען מענטשען און ער ווערט נישט צוטיילט און אפגעזונטערט פון זיין משפחה וכו' . און אינדערצייט האט נאך טערעפי פאר א בוינעס איז נאך אפאר שיינע פאר יאר קען מען אים ארויסלאזען און אויב ח"ו חוזר חלילה לייגט מען אים אריין פאר לענגער וכו'
עס איז נאך מעלות פון לייגען הויז ארעסט ווי איידער תפיה
נאך אלעם דארף מען געדענקען אז עס איז א קרענק וואס מען ליידט דערויף און אסאך מאל קומט עס צו א מצב אז ער קען פשוט נישט זיך איינהאלטען דארף מען וועגן דעם אים אראפרויבען פון וועג פאר א שטיק צייט, אבער תפיסה מיינט עס נישט
ok smart, צי וועם דארף איך רעדן דאס מסדר צי זיין?
(פוינט: דאס איז לעת עתה נישט קיין אפציע)
פאר די אלע וואס זאגען הויז ארעסט, פארוואס א רוצח באקומט נישט די זעלבע סימפאטיע?
ער איז פונקט אזוי א בעל תאווה, כידוע פין אוחה"ק?
פארוואס ווען איינער וואלט מאנס געוועהן פרויען וואלט ער נישט געהאט לכל הפחות די זעלבע סימפאטיע?
איז עס ווייל קינדער ווערען נישט אנגעקוקט ווי מענטשען?
מעגליך ביסט גערעכט אז פין א legal point of view אין פין א שכלדיגע point of view דארף וווען נישט זיין קיין חילוק
פראקטיש גערעד ווען מען זאל ווען געבען נאר הויז ארעסט וואלטען מער מאלעסטערס געווען off the streets
די סיבה פארוואס מענשען זעען א חילק פין rape אין child molestation קען זיין ווייל awareness פין מאלעסטעשען אין די harm וואס עס מאכט אן איז זייער אינג נישט מער ווי 1970 -1980
צי לייגן זאכן אין פערספעקטיוו אין 1998 האט א באקאנטער סעקאלעדשיסט געטראפן אז ס'איז לאוו דווקא א problem
theeprovocateur.blogspot.com/2008/08/rind-study-justifying-pedophilia.htmlקיינער זאגט דאס נישט אויף rape אדער רציחה
נאך וויד גייט זיך די נ"י טיימס נעמען צו פעדאפיליע?
געפילטע פיש
געפילטע: ייש"כ. אבער דער נ.י. טיימס, ווי אייביג, איז א פוסח על שתי הסעיפים. ער טאנצט אויף צוויי חתונות. דער תמצית פון זיין גאנצן אינטעלעקטואלן ג'יבעריש איז, אז פעדאפיילס פארדינען אינזער סימפאטיע אלס מחלה, און נישט אלס קרימינאלן, אבער ער איז מודה בטובו הגדול, אז מ'קען זיי דאך נישט נעמען אלס טיטשערס פאר קליינע קינדער. ער ברענגט א גוטן משל, וואס האט מיך געמאכט אויספלאצן אין געלעכטער. ער זאגט אז מיט די אלע סימפאטיע וואס מ'האט צו מענטשן וואס ליידן פון א מחלה, קענמען דאך נישט אויפנעמען בלינדע באס-דרייווערס. אדער משוגעים, אלס סעקיוריטי גארדס... 🙄
דאס הייסט נישט פוסח זיין על שני סעיפים, דאס מיינט אז מ'זאל קענען פארשטיין ביידע צדדים פון אין איבעי, פלוראליזם, פארשטיין און מיטפילן מיט יענעם אן גערעכט געבן.
ענדליך!! איך שריי שוין דאס צוויי יאר איך בין שוין הייזעריג געווארן
די ארטיקל רעדט וועגן פעדאפיילס, נישט טשיילד מאלעסטערס, יחי ההבדל.
געפילטע פישדאס הייסט נישט פוסח זיין על שני סעיפים, דאס מיינט אז מ'זאל קענען פארשטיין ביידע צדדים פון אין איבעי, פלוראליזם, פארשטיין און מיטפילן מיט יענעם אן גערעכט געבן.
יא. אבער ס'איז דא אזאלכע פארשוינען פון די אזוי-גערופענע ליבעראלע גרופעס וואס האלטן אז די מאלעסטעישנ'ס וואס זיי פיהרן אדורך איז בכלל נישט קיין עבירה. ס'איז גארנישט ראנג מיט דעים. און זיי באוויינען פארוואס מ'רודפ'ט זיי...!
געפילטע פישדי ארטיקל רעדט וועגן פעדאפיילס, נישט טשיילד מאלעסטערס, יחי ההבדל.
אבער אין פראקטישן זין, למעשה, במציאות איז קיינער נישט מבחין צווישן איינס און די אנדערע. אין די אלגעמיינע מידיא ווערן אלע מאלעסטערס אנגעריפן "פעדא-פיילס"...!