☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » Tooth brushing

Tooth brushing

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3535

Lexus » זונטאג אפריל 21, 2013 7:36 pm

· #107376
Tooth brushing
Is it really important to brush the teeth every day?
Are you brushing your teeth? (atleast once a week...)
is it making a difference if i'm brushing once a day or twice?
Why is it so hard for me to take the 2 minutes to brush?
Please share your experience, thanks

ברעט מענינג » זונטאג אפריל 21, 2013 7:40 pm

· #107379
עס איז א פראבלעם וואס די גייסט קיינמאל נישט קענען לעזן

Lexus » זונטאג אפריל 21, 2013 7:42 pm

· #107380
Maybe someone will come with a good idea, nu...

מאן דאמר » זונטאג אפריל 21, 2013 8:40 pm

· #107410
לעקסעס טייערער, ערשטענס טו מיר און דיר און אלע קאווע טרינקערס דא א גענאדע, זיי מקרב די גאולה, שלא שינו את לשונם, שרייב אין אידיש ביטע. (אגב, ספעל טשעק פארעכט נישט גראמאטיקע פעלערן)
לגבי דיין שאלה וועגן דעם בערשטעלע, עס איז דא 3 הויפט פראבלעמען מיט אן אומריינעם מויל, וואס דאס איז די סיבה פארואס מען ברויך שטארק אכטונג גיבן עס זאל יא זיין ריין
1. אומריינע מויל פאראורזאכט לעכער און דו ציין, וואס פירט צו דעם אז דו ציין ווערן עווענטועל אינגאנצן קאליע
2. געשוואלענע גאמז ווערן אויך פאראורזאכט דורך אן אומריינע מויל
3. אן אומאנגענעמע גערוך ווערט פארשפרייט ארום אן אומאויסגעשוווענקטע מויל
די זאכן זענען נישט וואס קען געשעהן, נאר דאס איז 100% אז עס גייט געשעהן
די מינימאם וואס מען ברויך רייניגען, איז איינמאל אין טאג, 2 איז רעקאמאנדירט, נאך יעדע מאלצייט תבא עליו ברכה
די סיבה פארוואס עס איז אייך שווער דאס צו טוהן, איז א באוואוסטע שלעכטע מדה, וואס הייסט פוילקייט
עס איז אויך אן איסור פון לא תשקצו, און עס קען אויך ברענגען מחלוקת.

זר זהב » זונטאג אפריל 21, 2013 8:43 pm

· #107412
נאך עפעס וואס מ'דארף וויסן איז אז מ'מוז (מ'טאר!) נישט אנפילן דאס גאנצע לענג פונעם בערשטל מיט די פעיסט, ס'ארויסגעווארפן געלט! א קליין פיצקעלע טוט די דזשאב

מאן דאמר » זונטאג אפריל 21, 2013 8:46 pm

· #107414
זר זהב
נאך עפעס וואס מ'דארף וויסן איז אז מ'מוז (מ'טאר!) נישט אנפילן דאס גאנצע לענג פונעם בערשטל מיט די פעיסט, ס'ארויסגעווארפן געלט! א קליין פיצקעלע טוט די דזשאב

אוי ווי די ביסט גערעכט זר
לעז נאר דא ביטע
<a class="postlink" href="http://blogs.mentor.com/colinwalls/blog/2009/06/18/how-to-sell-more-toothpaste/">http://blogs.mentor.com/colinwalls/blog ... oothpaste/</a>

ידען » זונטאג אפריל 21, 2013 9:19 pm

· #107425
מע דארף אויך פלאסען די ציין. אז נישט בלייבט די שמיץ

יואב » זונטאג אפריל 21, 2013 9:42 pm

· #107435
אויב איינער פארשטייט נישט די פראבלעם פון נישט פוצן די ציין, זאל טאקע נישט פוצן, אזש ער זאל קענען שינדן געלע שטיקער חזיריי ענדליך ווי מ'טוהט קראצן די הויט פון פיש, ערב יום הקדוש ווען ער גייט אין שויער פאר חציצה, אדער ערב פסח ס'זאל נישט זיין קיין חמץ.

קינות גירושין » זונטאג אפריל 21, 2013 10:27 pm

· #107453
פארוואס זעה איך ביי געוויסע מענטשען סבלייבט זיי איבער אזא ווייסע שיכטע פון פעטענס ביי די גאם/ציין, כאטש (איך מיין)אז זיי בראשען יא גהעריג די ציין?

ברעט מענינג » זונטאג אפריל 21, 2013 10:31 pm

· #107454
קינות גירושין
פארוואס זעה איך ביי געוויסע מענטשען סבלייבט זיי איבער אזא ווייסע שיכטע פון פעטענס ביי די גאם/ציין, כאטש (איך מיין)אז זיי בראשען יא גהעריג די ציין?

פרעג זיי

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 21, 2013 11:24 pm

· #107469
סאיז א משכליש זאך צי בראשן די ציין. אדרבה ברענג מיר איין אנגענימנע גדול וואס פיצט זיינע ציין.

מאן דאמר » זונטאג אפריל 21, 2013 11:42 pm

· #107474
נולד, איר רעדט פון עכטע ציין?

נולד מאוחר » מאנטאג אפריל 22, 2013 12:00 am

· #107477
אדער? פאלטשע?
נישט קיין חילוק

נולד מאוחר » מאנטאג אפריל 22, 2013 12:02 am

· #107478
איז מאט וואש א פלאס נאכן בראשען?

איחוד פעלד » מאנטאג אפריל 22, 2013 12:35 am

· #107495
די אלע וואס בראשען נישט, ביטע רעדט מיט מיר נאר דא אויף ק"ש, ווייל פנים אל פנים איז גאר שווער, איך ריק מיך צוריק, און די רעדסט מיר אין נאז אריין, און עס נעמט אוועק די כח המחשבה, און איך קען מיך בכלל נישט קאנצטערירען אויף דער שמועס.

קינות גירושין » מאנטאג אפריל 22, 2013 9:18 am

· #107533
Btw איך האב אמאל מברר געווען אזכדי mouth wash זאל אויף טון וואס סדארף, מוז מען שווענקען די מויל לכה״פ פאר 30 סעקונדעס (און מקען נאכדעם אויס שווענקען די מויל ךמיט וואסער) 

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 22, 2013 11:46 am

· #107590
זר זהב
נאך עפעס וואס מ'דארף וויסן איז אז מ'מוז (מ'טאר!) נישט אנפילן דאס גאנצע לענג פונעם בערשטל מיט די פעיסט, ס'ארויסגעווארפן געלט! א קליין פיצקעלע טוט די דזשאב

קארגער!!! 🙄

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 22, 2013 11:49 am

· #107592
[quote="זר זהב"]נאך עפעס וואס מ'דארף וויסן איז אז מ'מוז (מ'טאר!) נישט אנפילן דאס גאנצע לענג פונעם בערשטל מיט די פעיסט, ס'ארויסגעווארפן געלט! א קליין פיצקעלע טוט די דזשאב[/qu
על כגון דא נאמר:
Do not Waste
Any Toothpaste

מאן דאמר » מאנטאג אפריל 22, 2013 12:31 pm

· #107598
וואו איך שוין פריער געברענגט א לינק, איז לייסטעל הייליג גערעכט, התורה חסה על ממונם של ישראל, קאלגעיט ציין פאסטע פירמע, האט געהעכערט זייערע סעיל ציפערן מיט 40%, נאכער וואס זיי האבן פארגרעסערט דעם עפענונג פונעם ציין פאסטע זעקל מיט א מילימעטער, כדי ס'זאל זיך ארויסשלייכן מער פאסטע ביי יעדן באנוץ. ודו"ק

Lexus » מאנטאג אפריל 22, 2013 12:37 pm

· #107599
Thanks for all people responding here,
i brushed today my teeth the first time this...
I'm just wondering, if the holy rabbis are not brushing their teeth, why are they not smelling?

ברוין » מאנטאג אפריל 22, 2013 10:56 pm

· #107824
פאר דיין זעלבסט ווירדע וואלסטו געדארפט בראשן די ציין

green sunday » דינסטאג אפריל 23, 2013 11:37 am

· #107938
קינות גירושין
פארוואס זעה איך ביי געוויסע מענטשען סבלייבט זיי איבער אזא ווייסע שיכטע פון פעטענס ביי די גאם/ציין, כאטש (איך מיין)אז זיי בראשען יא גהעריג די ציין?

ידען
מע דארף אויך פלאסען די ציין. אז נישט בלייבט די שמיץ

בעל הבית » דינסטאג אפריל 23, 2013 12:34 pm

· #107962
זר זהב
נאך עפעס וואס מ'דארף וויסן איז אז מ'מוז (מ'טאר!) נישט אנפילן דאס גאנצע לענג פונעם בערשטל מיט די פעיסט, ס'ארויסגעווארפן געלט! א קליין פיצקעלע טוט די דזשאב


געזען האב איך אז קרעסט (crest) סטאקס האט געטראסקאט צו ליב זר עדווייז (advice) נישט צו לייגן אויף די גאנצע ברעשטל

עסקן בדברים » דינסטאג אפריל 23, 2013 12:35 pm

· #107964

Lexus » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:32 pm

· #108008
I never saw in kol haolam kulo a picture from a rabbi that's brushing the teeth, why??

Lexus » מיטוואך אפריל 24, 2013 12:08 pm

· #108341
Is it true that cold food like ice cream are more danger for the teeth?

מאן דאמר » מיטוואך אפריל 24, 2013 2:00 pm

· #108367
רבי לעקסוס, שרייב אין ספאניש, ווייל אין ענגליש פארשנעלערסטו מיין בלוט דרוק!

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 24, 2013 2:39 pm

· #108383
While you're at it, אפשר קען מען איינמאל פאר אלעמאל פושט זיין די איבעיא פון וואו מ'דארף קוועטשן די ציין פיץ, פון אויבען אדער פון אונטען? רבנים געבן איבער אז רוב גיטין קומט פון קריגערייען ביים טוט-פעיסט,און פון נישט אראפלייגן די טוילעט סיט על מחנהו ועל דגלו.

משולם שטיינפעלד » מיטוואך אפריל 24, 2013 2:56 pm

· #108399
לעקסוס, א בילד ווי א רבי עסט א געהעריגע פרישטאג האסטו יא געזעהן?

ווי א רבי שלאפט ביינאכט צו נאכמיטאג האסטו יא געזעהן?

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 24, 2013 9:30 pm

· #108483
געפילטע פיש
While you're at it, אפשר קען מען איינמאל פאר אלעמאל פושט זיין די איבעיא פון וואו מ'דארף קוועטשן די ציין פיץ, פון אויבען אדער פון אונטען? רבנים געבן איבער אז רוב גיטין קומט פון קריגערייען ביים טוט-פעיסט,און פון נישט אראפלייגן די טוילעט סיט על מחנהו ועל דגלו.

אשר על כן זעמיר געקומען צו די מסקנא אז מ'פוצט נישט קיין ציין. (דזשאסט קידדינג). נאר די איבעיא איבער אראפלייגן דעם טוילעט סיעט האמיר נאכנישט פארענטפערט. כ'האב שוין באשטעלט א מיטינג אין התאחדו- הרעבני- אויף צוויי וואכן ארום. הרב איצ- שייגע- האט שוין גענומען אן אלף'ל דעפאזיט. די רעשט 'עט מען באצאלן ווען ס'עט הערשן שלום. ערנסט גערעדט ביי אונז אין שטוב הערשט גרויס שלום בית ביים פוצן די ציין. יעדער האט זיין אייגענעם טוב. אני הקטן נוץ "אורביטול". מיט'ן הכשר פון ביד"צ העדה החרדית. מיין ווייב נוצט "קרעסט". מיט' די השגחה פון זייער בעל המכשיר.

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 24, 2013 9:42 pm

· #108489
הערה לותיק וחסיד בערל
בערל, כ'בין זיכער אז דו האסט א זיסע ציין פוץ, ווייל עס רינט כסדר זיסע זאפטיגע דיבורים פון דיין מויל... (סטראברי פלעיוואר?)

😳 😂 🙂

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 1:05 am

· #344354
ידען
מע דארף אויך פלאסען די ציין. אז נישט בלייבט די שמיץ

<a class="postlink" href="http://bigstory.ap.org/article/f7e66079d9ba4b4985d7af350619a9e3/medical-benefits-dental-floss-unproven">http://bigstory.ap.org/article/f7e66079 ... s-unproven</a>

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 11:10 am

· #349112
קול ברמה


.
📎 Floss_no.JPG